בלאט 3 פון 10
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:52 pm
דורך בת קול
געוואלדיג האט געשריבן:שמעתי מאחורי הפרגוד [tag]בת קול[/tag] אומר גם אני נמנה לדבר מצוה, כה לחי.
איז דאס דעם ענטפער פון שטאב?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:54 pm
דורך געוואלדיג
פון מיר
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 12:58 pm
דורך בת קול
דאנקע שעהן.
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:00 pm
דורך געוואלדיג
עס איז א מסירת מודעה לרבים להגדיל תורה וכו'
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:20 pm
דורך געוואלדיג
דער היינטיגער ערשטער נחשון איז ידידנו הדגול המשורר הנפלא [tag]בת קול[/tag], וואס האט זיך קוים אונטער גענומען און אומר ועושה שוין אריין געשיקט א הערליכע פאעזיע וואס וועט צוגיין אין אלע אברים,
ווער_איז_נחשון_2?
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 1:53 pm
דורך געוואלדיג
ווי פון די סיפורי צדיקים ארויס האט דער היסטארישער פיגור, און לוחם מלחמות [tag]בר-כוכבא[/tag] זיך אנגערופן מיט א ארטיקל, א דאנק.
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 2:02 pm
דורך שמעקעדיג
עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 2:04 pm
דורך געוואלדיג
ווענד זיך ווי שנעל דו ליינסט...
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 2:50 pm
דורך געוואלדיג
דער[tag]שטילע אינגערמאן[/tag] איז גארנישט אזוי שטיל, ער נעמט זיך אונטער אן ארטיקל, אולי טאקע פון זיין
אוצר המנוצר ווער ווייסט...
א דאנק
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:35 pm
דורך געוואלדיג
פסח איז א צייט וואס יעדער ווערט א בן חורין, און אפילו די קליינע קינדער ווערן ווי א [tag]קינד_אן_קייט[/tag] און קענען און וועלן אי"ה שרייבן א ארטיקל, א דאנק.
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:37 pm
דורך געוואלדיג
טוב שם טוב משמן טוב, א ספעציעלע ארטיקל מבית מדרשו של הבעל [tag]shem-tov[/tag] וועט ווערן צוגעשטעלט על צד היותר טוב אי"ה.
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:49 pm
דורך געוואלדיג
הנה בא יבוא בעזהשי"ת לשולחן המערכת מאמר חשוב ומיוחד שנכתב ע"י סופרנו הדגול [tag]יאסל ראקאווער[/tag] הנכתב בטוט"ד ויהיה למאיר עינים, ותשוחח"ל.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:31 am
דורך [NAMELESS]
גרייט אייך אן גענוג פאפיר און טינט פארן פרינטער, ווייל ווי ס׳קוקט אויס גייט עס פארנעמען אסאך.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 8:54 am
דורך נתן מנחם
שמעקעדיג האט געשריבן:עס וועט זיין מעגליך צו ענדיגן די גאנצע קונטרס אין 8 טעג?
אפשר זאל מען מאכען א פאטיציע צוצולייגען א טאג פסח אזויווי אין פראג צו קענען ענדיגען די דיקע אויסגאבע.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:37 am
דורך געוואלדיג
[center]איר האט נאך די מעגליכקייט!!![/center]
צו זיין היינט דער ערשטער נחשון,
ב"ה דער עולם האט זייער ווארעם און ערשטוינענד זיך אנגערופן צום פה-סח 2 קאמפעין מיט צוזאגן ארטיקלען וכדו', אבער עס איז כזורע ואינו קוצר, די דעדליין איז א דעדליין נאר אויב גענוג ארטיקלען קומען אריין פריער, אויב אלע ארטיקלען קומען אן די לעצטע מינוט וועלן געוויסע אולי ארויספאלן און מען וועט קענען ליינען די אויסגאבע נישט אין 8 טעג נאר אין 8 מינוט, ווער כאפט די געלעגנהייט און איז דער ערשטער נחשון.
#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:47 am
דורך יואב
איים סארי, אבער א דעדליין איז א דעדליין אן אן אולי אויף ארויסצופאלן.
איך פארשטיי אז מ'מוז אויפקומען מיט שעפערישע מהלכים וויאזוי אונטערצוגארטלען דעם עולם, אזאנע סטראשונגען זענען אבער קינדיש און קאנטער-פראדאקטיוו. העכסטנס מאך דעם דעדליין פריער.
איך עפרישיעט זייער שטארק די צרכי ציבור דא, דאוינט געט מי ראנג. זייער א סך ניקס אבער זענען זייער ביזי פאר פסח, צו שרייבן אן ארטיקל קען נעמען אביסל צייט. נידער מיט דעם לחץ חביבי. מאך אפילו נישט קיין וויץ אז ניקס וואס פלאגן זיך עפעס צו שרייבן שטייען אויס אן "אולי" פון ארויספאלן פון דעם גיליון. נישט שיין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:49 am
דורך געוואלדיג
[center]איך ברעך מיין גאוה!!![/center]
רבותי יעדע ארטיקל וועט אי"ה אריינגיין, אבער ביטע העלפט אונז און מאכט גרינגער די ארבעט, ווער נעמט די מייק היינט צו ווערן א נחשון?
[tag]יואב[/tag] קרינא דאיגרתא איהו ליהווי פרוונקא, ביטע
#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:46 pm
דורך כוכב
חברה, איך וואלט זייער געוואלט זאגן, אז די רעדאקציע איז אנגעלייגט מיט ארבעט און מ'קען נישט נאכקומען, אבער די ביטערן אמת איז נישט אזוי, דער גראפיקער זיצט אן א שטאך ארבעט, כ'האב אים געהייסן וואשן די פענסטער און ארויסגיין מיך קויפן א סנעפעל, כהלכות גוברין יהודאין אז מ'לאזט נישט אן ארבעטער אטעמען פאר א רגע כמימרא, אבער קיין לעק ארבעט איז נישטא.
חברה איך בעט ענק, איך ציטער פון די לעצטע פאר טאג, איך זע פאר א קאשמאר מיט ארבעט, הבטחות איז נישט גענוג, טוטס מיר א פערזענליכע טובה, איך ברעטשע צו ענק, זייטס יעדער א נחשון, שיקטס שוין די ארטיקלען איך זאל קענען אנקומען מיט די ארבעט בעוד מועד.
ווער שיקט היינט זיין ארטיקל? רופט דיך אן הויעך!!!
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:02 pm
דורך mevakesh
אי"ה היינט
Re: שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב צוויי ארטיקל'ן שוין במהדו"ק. איך דארף נאר איבערקוקען. האפעדיג וועט איינער אנקומען מארגען.
וכאן המקום לפרסם. טאמער אלס וועט זיין באצייטענס, וועל איך קענען ארויפלייגען די זאך אויף עמעזאן צו קויפען פאר פסח. אזוי וועט מען עס קענען האבען געדרוקט אין א קונטרס, נישט סתם פאפירען. מ'פלאנט נישט צו מאכען קיין גרויסע רווח (דאס וואס יא, איז פאר ק"ש, נישט פאר מיר פערזענליך) דערפון און ס'עט זיין א געשמאק. אבער מ'דארף כאפען די דעדליין, אנדעריש וועט עס נישט זיין גרייט פאר זיי עס צו האבען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:52 pm
דורך געוואלדיג
די פה-סח 2 רעדאקציע באדאנקט זיך פון טיפן הארץ פאר ידידנו [tag]mevakesh[/tag] פאר זיך אנרופן ווארעם צו אונזער בקשה און זיין דער היינטיגער נחשון, ווער איז צווייטער?
#ווארט_נישט_אויף_די_לעצטע_מינוט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
היינט האב איך אריינגעשיקט מיין ערשטע ארטיקל צום פה-סח רעדאקציע.
'יסודות'דיגע נקודות, עצות, און טיפס פאר א געזונטע שלום בית'.וואס איך האב געשריבן אין ליכט פון
דעם אשכול.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:09 pm
דורך געוואלדיג
א דאנק כ"ק אדמו"ר (לשעבר) מקאווע שטיבל פאר זיין דער צווייטער נחשון היינט.