בלאט 3 פון 6

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 2:21 pm
דורך וואלווי
די מויל איז ממש די מאמע'ס...

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 6:52 pm
דורך בת קול
מיין צוקער זיס צדיק'ל
וואקסט ב"ה אינטער
זיינע שיינע הויזעלעך
רייבן זיך איבער

ג-ט צו דאנקען מ'האלט דא
נאר לויב פאר'ן באשעפער
אבער מיט די ברכה קומט אויך צו
מיינע זארגן איבערן וועטער

קויפן נייע וועשעלעך?
יעצט ווען ס'איז נאך קאלט?
ס'וועט דאך נישט זיין פאסיג
ווען ס'איז אפאר וואכן אלט

ווארטן נאך אביסל
ווען סע פלאצט שוין ממש שטארק
וועסטו מיר זאגן- אויב ס'פעלט אויס
זיי נישט אזוי קארג!

הלוואי, הלוואי
ס'וועט מוזן זיין נאר אין חלום
ווען מ'האט קוים אויפן לעבן
נישטא קיין נייע בגדים

אפילו די חשבונות-
וועלכע ס'איז וויכטיגער
מאכן בכלל נישט אויס
סע נישט דא קיין עקסטערע פרוטה
אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז.

שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא
און עניוועיס מיין בעיבי דארף
א פרייליכע מאמע.

*געשריבן א וויילע צוריק.

Re: מאמישע געפילן

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 8:09 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:מיין צוקער זיס צדיק'ל
וואקסט ב"ה אינטער
זיינע שיינע הויזעלעך
רייבן זיך איבער

ג-ט צו דאנקען מ'האלט דא
נאר לויב פאר'ן באשעפער
אבער מיט די ברכה קומט אויך צו
מיינע זארגן איבערן וועטער

קויפן נייע וועשעלעך?
יעצט ווען ס'איז נאך קאלט?
ס'וועט דאך נישט זיין פאסיג
ווען ס'איז אפאר וואכן אלט

ווארטן נאך אביסל
ווען סע פלאצט שוין ממש שטארק
וועסטו מיר זאגן- אויב ס'פעלט אויס
זיי נישט אזוי קארג!

הלוואי, הלוואי
ס'וועט מוזן זיין נאר אין חלום
ווען מ'האט קוים אויפן לעבן
נישטא קיין נייע בגדים

אפילו די חשבונות-
וועלכע ס'איז וויכטיגער
מאכן בכלל נישט אויס
סע נישט דא קיין עקסטערע פרוטה
אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז.

שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא
און עניוועיס מיין בעיבי דארף
א פרייליכע מאמע.

*געשריבן א וויילע צוריק.

@בת קול; א שיינע פאעזיע, אבער דער אינהאלט איז פאטעטיש, ס'מער צום שוינען דע קליינע זיסע שעפעלע פארן האבן א מאמע וואס ניצט נישט איר שכל, וואס גאט האט איר באשאנקען, ווי איידער דע מאמע וואס קען נישט קויפן קליידער פאר איר שעפעלע.

"אלץ גייט צו צאלן די רענט פון הויז"

"שוין די דאגות כ'שטיפ אוועק
דער באשעפער וועט העלפן מסתמא"
דער באשעפער זאל איר העלפן ניצן דעם שכל.

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 8:17 pm
דורך בת קול
גראדע האב איך עס געשריבן א וויילע צוריק.
אלעס איז פיין ב"ה.
זיין שארף אין די וועלט אריין העלפט נישט קיינעם.

Re: מאמישע געפילן

נשלח: זונטאג יוני 18, 2017 8:46 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:גראדע האב איך עס געשריבן א וויילע צוריק.
אלעס איז פיין ב"ה.
זיין שארף אין די וועלט אריין העלפט נישט קיינעם.

@בת קול, גארנישט פערזענליך קעגן אייך ח"ו, איר מאכט הערליכע פאעזיע, ס'איז נאר די טאפיק וואס אסאך מענטשען ווערן באטראפן דערפון.

נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:53 pm
דורך בת קול
באקן קיכן רויטע פיינע
א פורים ליסטע לאנג קעניינא
זיסע טשאקאלאד פארעמס פרירן
אויך פון די רויטע קאלירן

קוישעלעך די פונקטליכע מאס
אויך רויט קאליר אוודאי דאס
בילדער פון מיין רויטע צוקער
איינקויפן רויטע סטאפינג שטיקער

אלע באטלעך מיט סטיקער קלעבן
הויפן געלט אויף דעם אויסגעבן
יעצט פארווירקליכן אלע מעכטיגע פלענער
פון מיין פורים תשע"ח זיסע טעמע!

#ס'איזאסוד

פסח- דער וועקער 12

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 11:05 pm
דורך בת קול
שאפע נאך שאפע
צימער נאך צימער
מיט א מאפ, מיט א שמאטע
רייניג איך וואו אימער

סקען זיין א ברעקל
סקען זיין א שטויבל
אין יעדע טיפע עקל
א ווישל, א רוימעל

יונגערמאנטשיק דו!
וואס ליגסטו אין בעט?
פארוואס אויפן קויטש ליינסטו?
וואס פעניעסטע אין טוילעט?

דו זעסט ווי דיין ווייב
דיין אשת חיל הארעוועט
פרעג איר טאקע אויב
קענסט העלפן מיט די ארבעט

ווען באקומסט שוין א דשזאב
טוה עס ווי מען ברויך
וויאזוי זי גלייכט
זי זאל זיין צופרידן אויך

און אויב העלפן אינדערהיים
איז נישט געמאכט פאר דיר
כאטש זאלסטו נישט ליידיג גיין
פארנט פון איר

א גוט ווארט גייט א ווייטע וועג
איז, שוין זיי נישט בכלל
פארשטיי די אנגעצויגענע טעג
פון א מאמע וואס ברענגט דעם יום טוב שטראל.

Re: מאמישע געפילן

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2018 11:39 pm
דורך א איד
זייער שיין, א פיינע אפדעיט.

סוי דו שנה ראשונה האט זיך שוין גענדיגט, יעצט הייבט זיך אן ריעל לייוו.

דעדליין

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:47 am
דורך בת קול
א געיעג
מארגן ברענגט
די ניין טעג

וואשן 'פרעש'
אלע וועש
ביגל און פרעס

א געמיש
זייף און וויש
יעדע דיש

די שפיגל, די ערד
שפריץ און קער
די מיסט װערט לער

די פרידזש, די אויוון
די טוילעט, די שויבן
אלעס רוימען

די גאנצע געפאטשקע
פון פילע הארעוואניע
ניין טעג שוויציגע וואקאציע

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 8:43 am
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:שאפע נאך שאפע
צימער נאך צימער
......

איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט. אבער עס וואונדערט מיר אויב איך וואלט זיך דערוואגט צו שרייבן אזא סארט - גערעכטע - באשולדיגונגס פאעם אויף פרויען אויב איר וואלט מיר נישט פארשריגן אלץ סעקסיסט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 2:14 am
דורך בת קול
גראדע ברענגט עס ארויס מיין פוינט זייער גוט. די פרויען זענען סעקאנד קלעס באדינערס ביי אונז, און די מענער פילן זיך ווי דער קעניג אין פאלאץ.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 7:47 am
דורך [NAMELESS]
איר האט נישט געענטפערט מיין פראגע...

איך פארשטיי זייער גוט וואס איר האט געוואלט מיט דעם פאעם, איך האב אייך בלויז געפרעגט אויב איר וואלט פארנומען אויב עס וואלט געווען פארקערט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 8:02 am
דורך אישתישבי
ביסט ממילא א סעקסיסט, יא פאום אדער נישט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 8:44 am
דורך בת קול
איך קען פארנעמען הומער. איך הער אסאך כללות איבער פרויען דרייווער אויפ'ן ראוד. אויב עס פעלט פון זייער דרייווינג סקילס ווייס איך נישט, אבער עס גייט מיר נישט אן אז דאס איז דער דרייווערס אפיניען.

דאס אז אלע דזאוקס ביי א חתונה און שבע ברכות איז אלץ אויף די פרוי, דאס פארטראג איך נישט. פארוואס קען מען קיינמאל נישט לאכן פון זאקן וואס טרעפט נישט די העמפער און וויאזוי די מענער מאכן נישט זייערע בעטן? פארוואס איז עס אלץ די פרוי'ס פארברענטע סאפער און ווי קליין איר שכל איז?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:01 am
דורך וואלווי
אונז אפערען equal opportunity sarcasm, פעלט דען כולל jokes ביי חתונות וועגען יונגעלייט ליידיגייען?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:02 am
דורך [NAMELESS]
ווייל פונקט ווי עס באדערט אייך ווען דער מאן העלפט נישט מיט די שטוב ווערטשאפט, באדערט פארן מאן ווען זיין ווייב ענטפערט איהם באבע תירוצים. פונקט ווי איר האט אויסגענוצט אייער פלאטפארמע אויף ק"ש/וועקער ארויסצוברענגען אייער ווייטאג, נוצן די בדחנים ארויס זייער פלאטפארמע ארויסצוברענגען זייער ווייטאג. בקיצור, אייער תשובה איז אז יא, איר וואלט געהאט טענות (דרייוון קוקט אויס אז עס איז לכאורה ווייל איר אליין דרייווט נישט). אויב זאל איך מאכן א פאעם ווי דער מאן שוויצט שווער פאר פרנסה און די פרוי שאפט אנליין אן קיין חשבון בעת ווען ער פראבירט צו זיין שפארזאם (איך וואלט אריינגעלייגט אזעלכע לשונות: ווייבל דו! וואס זיצטו ביים קאמפיוטער?, פארוואס פעניעסטו אויף אמאזאן/איבעי/אללי עקספרעס וכו'?), וואלט עס אייך געשטערט? וואלט איר געשריגן אז נישט אלע פרויען זענען אזוי? אדער עס סתם אזוי בארעכטיגט? אדער סתם געשריגן סעקסיסט?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:04 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:אונז אפערען equal opportunity sarcasm, פעלט דען כולל jokes ביי חתונות וועגען יונגעלייט ליידיגייען?

כמעט אמת, אבער לאמיר שוין זאגן אז די וויצן זענען נישט ממש equal.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:10 am
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:ביסט ממילא א סעקסיסט, יא פאום אדער נישט.

איך אגרי, צו א געוויסע עקסטענט. אשר על כן? מיר שטערט נישט ווען די פרויען נעמען זייער זייט, כל זמן איך מעג אויך נעמען מיין זייט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:11 am
דורך בת קול
אנטשולדיגט, איך קען פארנעמען וויצן, אבער נישט ווען זיי זענען אלעמאל אויף פרויען.
בדחנים זענען נישט דא פאר א פלאטפארמע אויסצודריקן ווייטאג, זיי זענען דא מהנא צו זיין דעם עולם.
און איך קען נישט פארנעמען קריטיק, ווייל איך קען ביז דערווייל נישט פארנעמען קריטיק. עס האט נישט צו טוהן ווער עס גיבט מיר דעם קריטיק.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:13 am
דורך בת קול
איך בין חסידיש סעקסיסט... איך זאג נישט אז גוים וואשן נישט דישעס... לאל.

זאגן אז מענער דארפן טראגן equal אחריות צום שטוב איז סעקסיסט?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:15 am
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך קען פארנעמען וויצן, אבער נישט ווען זיי זענען אלעמאל אויף פרויען.
בדחנים זענען נישט דא פאר א פלאטפארמע אויסצודריקן ווייטאג, זיי זענען דא מהנא צו זיין דעם עולם.
און איך קען נישט פארנעמען קריטיק, ווייל איך קען ביז דערווייל נישט פארנעמען קריטיק. עס האט נישט צו טוהן ווער עס גיבט מיר דעם קריטיק.

גוט. איך ענדיג דא. איך קריטיקיר אייך נישט מער.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 9:20 am
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:זאגן אז מענער דארפן טראגן equal אחריות צום שטוב איז סעקסיסט?

אין מיין אפיניאן נישט. און אויך נישט ווען מען זאגט אז די פרוי דארף זיך פונקט אזוי רעכענען מיט די באדזשעט. אויב דאס מיינט סעקסיזם בין איך שטאלץ צו זיין א סעקסיסט.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 5:55 pm
דורך אישתישבי
די אלא זאכען מיינען נישט קיין סאך, דער עיקר איז דער באנעמונג וואס מען האלט פין פרויען בעיקרון, זענען זיי פונקט אזוי גרויס צו האבן מיינונגען אין יעדעס ענין פונקט ווי מענער אדער נישט?