בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:26 am
דורך berlbalaguleh
ס'זעהט אויס, לכאורה ווי זייער א באלאנסירטער און יושר'דיגער פסק דין. ווייל מ'האטציך שוין געלערנט פון די פריער'דיגע, ערנסטע סיכסוכים צווישן בני משפחה/יורשים אין די גרויסע רעבישע און גביר'ישע משפחות. על פניו זעהט עס אויס צו זיין א סאך מער יושר'דיג (באלאנסירט. און נישט איינזייטיג) ווי די באבוב/באבוב דין תורה...!
נאר דער עולם האט שוין פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געהערט) איבער די סיכסוכים וואס הגאון ר' יחזקאל ראטה אליינס האט געהאט מיט זיינע בני משפחה. קאזינס. איבער דעם עצם נאמען קארלסבורג...!
איך האב בשעתו געזאגט א ווערטל. אז ווילאנג ר' יחזקאל ראטה שליט"א האט גערופן זיין ביהמ"ד און קהילה, ..."יראי ה'" האט איהם קיינער נישט געשטערט. א יעדער קען זיין א ירא ה'. אבער ווען ער האטציך אנגעהויבן צו רופן בשם קארלסבורג, האבן זיך אויפגעוועקט זיינע בעלי פלוגתא (נאך פאר ס'איז געווען אין סטייל אז בני משפחה קריגן זיך איבער די רבי'סטווא.) און מוחה געווען אויף דעם ...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:38 am
דורך חשן משפט
berlbalaguleh האט געשריבן:נאר דער עולם האט שוין פארגעסן (אדער קיינמאל נישט געהערט) איבער די סיכסוכים וואס הגאון ר' יחזקאל ראטה אליינס האט געהאט מיט זיינע בני משפחה. קאזינס. איבער דעם עצם נאמען קארלסבורג...!
ווי קען מען פארשאפען יענע פסק?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:16 pm
דורך berlbalaguleh
חשן משפט: דאס איז היסטאריע פון כמעט פערציג יאר צוריק. ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין אינטערנעט. זיכער נישט אין די פארמאט וואס ס'איז היינט. ממילא איז נישט גרינג צו פארשאפן די פרטים איבער די דין תורה. און דער פסק דין. אפשר אין די ארכיוון פון ..."דער איד"...אבער איך בין נישט קיין מומחה אין דעם. פרוביר אפשר ראובן. ער וועט מסתמא קענען ארויסקראצן די גאנצע געשיכטע. און עס ארויפלייגן אויף קאווע שטיבל. לזיכוי הרבים...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 2:05 pm
דורך [NAMELESS]
נישט קיין בני משפחה. נאר מיט קארלסבורג רב אין וויליאמסבורג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 9:12 pm
דורך berlbalaguleh
פורים קטן: קארלסבורג'ע רב אין וויליאמסבורג איז א קרוב משפחה פון הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 11:53 pm
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:פורים קטן: קארלסבורג'ע רב אין וויליאמסבורג איז א קרוב משפחה פון הגאון ר' יחזקאל ראטה שליט"א...!
אפשר פיפטע זעקסטע קאזינס.
די דין תורה איז געווען לערך 30 יאר צוריק
Re: הגאון הצדיק מ'קארלסבורג שליט''א לרפואה שלימה
נשלח: זונטאג מערץ 07, 2021 8:45 am
דורך Dudy lebo
בד"ה
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 1:13 am
דורך פיקוב
דער טאטע פין דער קארלסבורג פין וומ''ס רבי נחמן כהנא מ'ספינקא ב''ב איז געווען פארדעם רבי אין קארלסבורג עס האט נישט קיין שום שייכות איינער מיט'ן צווייטן
Re: הגאון הצדיק מ'קארלסבורג שליט''א לרפואה שלימה
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 4:46 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
דער קארלאסבורגער רב פון וומס"ב האט גערופען ר׳ יחזקאל ז"ל צו דין תורה ווען ער האט אנגעהויבן זיך באנוצן מיט׳ן נאמען קארלאסבורג
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 6:56 pm
דורך [NAMELESS]
אין עמק התשובה חלק ה' שרייבט ער איבער רופן זיך מיט נעמען און אויב איינער האט שוין די נאמען
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=255 און אויך די נעקסטע סימנים
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 7:25 pm
דורך איך אויך
אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 9:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
סאיז באקאנט די מעשה, ווען ר' יחזקאל איז געגאנגען באזוכן להבחל"ח די בעלזער רב, האט ער זיך אנגערופן צי ר' יחזקאל אינז האבן מיר א שטיקל קירבת, ווייל אייער פאטער איז געווען מיין שניידער, ער פלעגט מיר אויפנייען די בעקיטשעס, האט אים ר' יחזקאל געענטפערט, אז ער האט געקענט אייך אויפנייען בעקיטשעס האט ער טאקע געמיזט זיין א גיטע שניידער,
זכותו יגן עלינו,
נשלח: מאנטאג מערץ 08, 2021 9:44 pm
דורך איך אויך
דעיס דארף צו זיין פאני?
Re: הגאון הצדיק מ'קארלסבורג שליט''א לרפואה שלימה
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 6:29 am
דורך א חסיד פון ווילנא
איך אויך האט געשריבן:אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
ער איז נישט געווען א שניידער, ער איז געווען א געהויבענער חשובער איד וואס עשה מלאכתו (א קלאדינג געשעפט) עראי ותורתו קבע, נישט אומזיסט איז מען זוכה צו אזא קינד
ער איז א אייניקל פון מראה יחזקאל אבד"ק קארלאסבורג זצ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
Re: הגאון הצדיק מ'קארלסבורג שליט''א לרפואה שלימה
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 6:32 am
דורך א חסיד פון ווילנא
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
סאיז באקאנט די מעשה, ווען ר' יחזקאל איז געגאנגען באזוכן להבחל"ח די בעלזער רב, האט ער זיך אנגערופן צי ר' יחזקאל אינז האבן מיר א שטיקל קירבת, ווייל אייער פאטער איז געווען מיין שניידער, ער פלעגט מיר אויפנייען די בעקיטשעס, האט אים ר' יחזקאל געענטפערט, אז ער האט געקענט אייך אויפנייען בעקיטשעס האט ער טאקע געמיזט זיין א גיטע שניידער,
זכותו יגן עלינו,
די ערשטע העלפט וואס דער בעלזער האט אים געזאגט איז באקאנט, אויב דאס איז אמת האט ער אים גוט צוריק גענטפערט
בד"וו ער איז געווען דער סאמע ערשטער פון די חותמים קעגן בעלזער וואס איז אים געגאנגען באזוכן
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 9:07 am
דורך תרמב
איך אויך האט געשריבן:אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
קארלסבורג שטימט דיר נישט? אויף דאבשינא האסטו אויך קשיות? און לאשאנץ? בראד? ניקלשבורג?
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 3:02 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אייגענטליך, וואס האט ר' יחזקל טאקע געהאט מיט קארלסבורג? זיין טאטע איז געווען א שניידער אין ירושלים נישט קארלסבורג.
אבער דער שניידער פון ירושלים האט זוכה געווען צו אזא זון...!
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 3:49 pm
דורך איך אויך
איך האב ח''ו נישט געמיינט א פגיעה אין ר' יחזקל זצ''ל, א סעלף מעיד מען פארדינט זיך די העכסטע שעצונג.
אבער דערמאנט מיר אז מען האט אמאל דיסקאסט ווי זיין אייניקל דער מנוול האקט און מאכט כסדר חוזק פון אלע רבנים ואדמורים בעוד ער גייט פיין סטראקעס מיט ווייסע זאקן און פירט היינט א געהעריגע קולט.
פיין ער איז א אייניקל פונעם מראה יחזקאל אב''ד קארלסבורג.
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: זיין אייניקל איז גארנישט קיין קולט פיהרער. ער הייבט אויף אידישע נשמות. די מיט וועלכע אונז ווארפן זיך ארום. שכרו הרבה מאד.
אויך. זאגט ער נישט אזעלכע וואנזיניגע זאכן ווי שלמה העלבראנדס. ער געט נאר עצות און חיזוק וועלכע לייגן זיך אויפ'ן שכל. דברים פשוטים וועלכע זענען שווה לכל נפש. מ'מוז נישט זיין זיין חסיד. אזוי ווי דער מסילת ישרים זאגט אין די הקדמה. ער זאגט נישט קיין נייע זאכן. ער קומט נאר דערמאנען דברים פשוטים. טאג טעגליכע זאכן וועלכע מ'פארגעסט...!
נשלח: דינסטאג מערץ 09, 2021 5:54 pm
דורך איך אויך
די דשורי איז נאך אינדרויסן איבעם דעם. איך בין פון דיע וואס האלטן אזוי און כידוע האב איך א גוטע נאז און א ווייטע בליק.
נשלח: מיטוואך מערץ 10, 2021 2:40 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: דו האסט נישט דוקא א גוטע נאז און אוודאי נישט קיין ווייטן בליק. נאר דו ביסט א סקעפטיק. און א שטיקל איפכא מסתברא'ניק. וואס איז צומאל א גרויסע מעלה. אבער די אויפטוען און דער מהלך פון ר' יואל'י ראטה קענמען נישט אוועקנעמען. דאס מיינט נאכנישט אז איך ווער שוין זיין חסיד...!