בלאט 3 פון 5

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:18 pm
דורך ירא שמים
הקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:21 pm
דורך הקטן
גאלד האט געשריבן:איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,
שלא עשני עבד - איז די זעלבע, א עבד איז מחויב במצוות ווי א אשה,
שעשני כרצונו - אז מ'איז דער סארט בריאות האדם כפי רצונו, מיט מער שלימות,

דאס איז נישט קיין חסידישע פשטלעך, דאס פשט אין נושאי כלים אין שו"ע ע"פ הראשונים

זיכער אזוי, נאר ווער ס'האט אן אנדערע world view איז דאס שווער אנצינעמן

דא האסטו די ערשטע מקור פין די ברכה
ס'איז א תוספתא אין ברכות

ר' יהודה אומר שלש ברכות צריך לברך בכל יום ברוך שלא עשני גוי ברוך שלא עשני אשה [ברוך] שלא עשני בור. גוי (ישעיהו מ) כל הגוים כאין נגדו אשה אין אשה חייבת במצות בור שאין ירא חטא ולא עם הארץ חסיד

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:27 pm
דורך הקטן
ירא שמים האט געשריבן:הקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.

אי"ה נאך שבת

אויף ביז דערווייל
ספר המאמרים תר"ם חלק א דיבור המתחיל להבין ענין ראש חודש

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:36 pm
דורך ליפא
הקטן האט געשריבן:ווייל אזוי האט גאט געזאגט פאר מושה!

נו זאג עס פאר סעוויטש, ער וואלט אראפגעהאקט אויף דיר

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 2:39 pm
דורך הקטן
איז וואס?
גראדע זעט אויס אז ער איז מער אפען מיינדעד וואו אסאך דא.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 3:22 pm
דורך גאלד
ליפא האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:איך האב אלס אזוי געוויסט דער פשט פאר א פשטות, ס'מיר נישט בייגעפאלן עפעס אנדערש,

שלא עשני אשה - אז מחויב במצוות עשה שהזמן גרמא,

פארוואס אבער? פארוואס מענער יא מחויב און זיי נישט

זאג איך דיר דאך,
דער שעשני כרצונו פארענטפערט עס,
פונקט ווי למשל מצות מילה פארשטייט יעדער איז ס'פשוט נישט שייך ביי זיי די מצוה און קיינער וואלט געזאגט אז ס'האט מיט דיסקרימינעשן, שטייט אבער אז א פרוי הייסט נולד מהול דאס מיינט נישט נאר אז ס'נישט שייך צו מל'ן ווערן זיי געבארן כאילו זיי האבן מקיים געווען די מצוה, אקוראט די זעלבע מיט שאר המצוות, און לפי האמת איז עס נישט אזוי אז נשים האבן סאך א איידעלע נאטור ווי מענער.

כל הנ"ל זאג איך נישט מעצמי, דאס דענק איך קלאר אז כאבעס געזעהן בספרי הקדמונים,

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 3:44 pm
דורך נהורא נפישא
די טעם פון הענרי
. "הטעם לאי חיובן במצוות אלה הוא כפי שנראה לנו בכך, שאין התורה חושבת שנשים זקוקות למצוות אלו ולקיומן, משום שדין התורה מבוסס על העובדה שאצל הנשים קיימת חיבה יתירה והתלהבות קודש לתפקידן בעבודת הבורא, יותר מאשר אצל הגברים. הגברים שהניסיונות בחייהם מסכנים את נאמנותם לתורה, זקוקים מזמן לזמן לתזכורות מדרבנות ומזהירות, בצורת מצוות שהזמן גרמן"

(רש"ר הירש ויקרא כ"ג, מ"ג)

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:02 pm
דורך ירא שמים
הקטן האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:הקטן, א מקור פאר די קבלה וואס דו רעדסט פון, ביטע.

אי"ה נאך שבת

אויף ביז דערווייל
ספר המאמרים תר"ם חלק א דיבור המתחיל להבין ענין ראש חודש
ספר המאמרים איז נישט קבלה, פשטות ווי סשטייט אין די פוסקים איז דאס אז זי איז נישט מחוייב במצוות עשה שהזמן גרמא א חסרון און שעשני כרצונו איז כמצדיק עלי׳ את הדין, איינער דא האט א פראבלעם מיט דעם?

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:19 pm
דורך מאטי
איז דא עמיצער דא וואס וואלט געוואלט זיין א פרוי אין די דארק עידשעס? כ'מיין אז אפילו א פרוי וואלט נישט געוואלט זיין. איך מעג נישט דאנקן גאט שלא עשני סומליה? כ'האב גארנישט קעגן זיי אבער זיי זענען, צום באדויערן, טיף אין טאכעס! וואס די מתקנים האבן געהאלטן טוט לאו דוקא אפשפיגלן די ברכה.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:24 pm
דורך דעת תורה
הקטן דיין ראיה פון תוספתא איז כמובן מכריע ומכריח אז דער טעם איז וועגן די חילוק אין מצוות, דאס איז נישט קיין אפולוגטיקה בכלל.

ירא שמים וואו שטייט דאס אין די פוסקים אז די סיבה פארוואס פרויען זענען פטור ממצוות איז וויבאלד זיי זענען עפעס ווייניגער חשוב? אויב עפעס זעט מען פארקערט, דארט ווי זיי האבן אנגעמעססט, ביי די מעשה פון חוה, האט מען זיי דוקא יא מחייב געווען מיט אפאר מצוות ווי חלה און הדלקת הנר. סאו אסאך מצוות איז ענדערש א ראיה צו א חיסרון ווי צו א חשיבות. (אוודאי איז דא אנדערע בחינות אויך ווי רצה הקב"ה לזכות את ישראל וכו', אבער דאס איז א אנדערע שמועס).

א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 4:53 pm
דורך ירא שמים
סשטייט אז דאס נישט זיין מחוייב במצוות איז א חסרון און זי איז אויף דעם מצדיק די דין, פארוואס זי איז נישט מחוייב קען זיין למעליותה און קען זיין לגריעותה.

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:45 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש האט געשריבן:ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

סאשי פיש: ניין: ווייל קרוב צו ניינציג פראצענט האבן בכלל נישט חתונה. נאר לעבן צוזאמען און האבן קינדער אן חתונה האבן. און פון די וועלכע האבן שוין יא חתונה, איז די דיווארס רעיט ביי זיי ניינציג פראצענט...!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:47 pm
דורך ליפא
berlbalaguleh האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

סאשי פיש: ניין: ווייל קרוב צו ניינציג פראצענט האבן בכלל נישט חתונה. נאר לעבן צוזאמען און האבן קינדער אן חתונה האבן. און פון די וועלכע האבן שוין יא חתונה, איז די דיווארס רעיט ביי זיי ניינציג פראצענט...!

אין אמעריקע האלט עס ביי 40-30 %

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:50 pm
דורך berlbalaguleh
זבולון האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ביי די גיום איז די גירושין ראטע ביי ניינציג פערצענט?

זוכנדיג אין גוגל פאר די דיווארס רעיט פון די גויים, שטעלט זיך ארויס אז גוגל ווייסט נישט וואס א גוי איז. און בעסער דערצייל איהם נישט, ווייל באלד וועט נאך הענערי זאגן אז גויים ווערן געבוירן קאררעקטעד, דעריבער זאגן מיר שלא עשני גוי.

תכלית געב א קוק דא, די העכסטע דיווארס רעיט איז אין בעלגיע, ביי 71 פראצענט.

זבולון: הענרי (דער פאפא חסיד) האט דאס נאר געזאגט בבחינת...ודע מה שתשיב לאפיקורס...ישראל, דפקר טפי,...זאגט רש"י הק'...!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:54 pm
דורך נהורא נפישא
דעת תורה האט געשריבן:הקטן דיין ראיה פון תוספתא איז כמובן מכריע ומכריח אז דער טעם איז וועגן די חילוק אין מצוות, דאס איז נישט קיין אפולוגטיקה בכלל.

ירא שמים וואו שטייט דאס אין די פוסקים אז די סיבה פארוואס פרויען זענען פטור ממצוות איז וויבאלד זיי זענען עפעס ווייניגער חשוב? אויב עפעס זעט מען פארקערט, דארט ווי זיי האבן אנגעמעססט, ביי די מעשה פון חוה, האט מען זיי דוקא יא מחייב געווען מיט אפאר מצוות ווי חלה און הדלקת הנר. סאו אסאך מצוות איז ענדערש א ראיה צו א חיסרון ווי צו א חשיבות. (אוודאי איז דא אנדערע בחינות אויך ווי רצה הקב"ה לזכות את ישראל וכו', אבער דאס איז א אנדערע שמועס).

קומט אויס אז א עבד איז אויך אויף א העכערע דרגא ווי א ישראל, ווייל הקשו עבד לאשה לכל המצוות.

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:56 pm
דורך ירא שמים
און די גוים נאך העכער!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 6:58 pm
דורך berlbalaguleh
זבולון האט געשריבן:נאכמער, ער איז מודה אז עס איז a small sect.
זאל עס נאר פאפא רבי הערן...

און אין פאקט ווייסן מיר דאך דעם עמעס ווי שטארק און גרויס פאפא איז. זיי האבן דעם כח צו פארמאכן בעדפארד עוועניו אינמיטן דעם איווענינג ראש אוער פון פלאשינג ביז ראדני, ווייל די רבי שליט"א זאל געזונט זיין און דערלעבן מאשיאכ'ן ומלכינו בראשינו פיהרט א קינד אונטער די חופה. איי טויזנטער גויים שעלטן. און אפילו די סיטי באסעס דארפן זיך אוועקדרייען פון זייער געוויינליכן רוט. אבער אונז זעמער גלייך מיט סאטמאר. אונז האבן א כח...!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 7:00 pm
דורך berlbalaguleh
לך לך האט געשריבן:רעדט גאנץ פליסיג, און א גוטן ענגליש
קוקט אויס אין פאפא לערענט מען יא ענגליש
כל הכבוד

אפשר. (גאנץ זיכער) האט ער גענומען א קורס אין ענגליש ביי טורא קאלידזש...!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 7:04 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:א חסידישע אינגערמאן רופט זיך הענרי?! רח״ל! וואס איז זיין אידישע נאמען?

ירא שמים: ער קען נישט גיין קיין נארט קאראליינא און זאגן אז ער הייסט גימפל זרח צימבל מאכער... :lol:

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 7:09 pm
דורך berlbalaguleh
ירא שמים האט געשריבן:א תיקון מיינסטו די וועג וואו אזוי די פעמיניסטן באטראכטן פרויען האב איך רעכט?

היינטיגע צייטן מיט די טרענסדזשענדער אפעראציעס ביניך שוין אינגאנצן קאנפיוז'ד. וועלכע ברכה די נייע מין מאכן...!

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 7:10 pm
דורך ליפא
זיי מאכן שלא עשנו כרצוני

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: פרייטאג אפריל 15, 2016 7:24 pm
דורך יהושע חיים
שעשנו שלא כרצוני

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא

נשלח: מוצ"ש אפריל 16, 2016 9:26 pm

פארוואס נישט?