בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:28 pm
דורך ארי נוהם
ירא שמים האט געשריבן:
פרייוויליג האט געשריבן:
ירא שמים האט געשריבן:ווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.

ער נוצט עקל אויף די מושג פונעם ביבער היט, נישט אויפן ביבער היט בכבודו בעצמו. דאס מושג ׳ביבער היט׳ און איר דיזיין, וואס האט נישט קיין שיכות מיט אידישקייט.

איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, אבער וואס איך מיין איז אז דער חכם פארשטייט נישט אז מאדע און אנטואכץ איז א סאביעקטיווע זאך און אזאך פון טעיסט און יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין טעיסט, און ער קומט זאגן אז די חסידישע לבוש איז עקלדיג במהותו, איך קוק עס אהן אלס באליידיגונג צו זאגן צו א ציבור מענטשן עסט זעסט אויס עקלדיג.

איך פריי מיך אז דו האסט ענדליך ארויסגעזאגט וואס קוועטשט דיר. דו ביסט באליידוגט אז איך האב כאילו געזאגט אז דו זעסט אויס עקלדיג. אבער נישט אז דו ביסט א שוואנץ יאר וואס גלייבט אז איינער וואס גלייכט נישט קיין שוואנץ אויפן קאפ איז ממילא א שייגעץ.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:30 pm
דורך ארי נוהם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קוק אין מיין אשכול 'איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק' און זאג מיר צו דיין טענות זענען פארענטפערט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב געקוקט, ולא נעניתי.
די נעקסטע זאך וואס איך וויל טאקע דורכשמוסן דא, איז די ליטווישע וועלט. די אשכול [זמן חירותינו יענץ געלעכטער] גייט זיך פארשטעקן פאר בושות פון די טענות וואס איך האב אנקעגן די ליטאים, כל שכן די אמעריקאנישע.

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין גרייט מיטצוטיילען, בתנאי מ'רעדט צו דער זאך. נישט פון הוט מאדע'ס און מינדערוויכטיגס.
דער מיטל מזרחישע ליטווישע וועלט קען איך נאר פונדערווייטענס, פונקט ווי סאטמאר דאהי. די לעיקוואודער וועלט קען איך, און איך האב אויף דעם גענוג און נאך טענות. איך האב קיינמאל נישט געזען קיין סבה מיטצוטיילען מיט די פרעמדע וועלט דא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:54 pm
דורך ארי נוהם
איך רעד אויף די ליטווישע וועלט אויסקוק בכלל [תויערא], און די אמעריקאנע בפרט. מאכנדיג א אשכול פאר זיך, וועט עס ציען גענוג מענטשן אנטיילצונעמן אינעם שמוס. די ליטאים זענען עס ווערט.

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 5:58 pm
דורך ארי נוהם
נאך א פאני זאך. כהאב געשריבן אין מיין ערשטע אשכול ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אז איך ציטער שמא וועט מען מיך אויפעסן וועגן מיינע דעות. יעדער האט געמוטיגט צו שרייבן. אבער ווען כהאב טאקע גענומען שרייבן, האט קריטיק אנגעהויבן פליען. זעט אויס מענשן קענן נאך שווער פארנעמען עפעס וואס עפלייט צו זיך. סנאך אלץ בעסער ווי אין ביהמ"ד, כאטש אסאך האבן מסכים געווען און פארשטאנען.

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 6:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'מוז בלייבען א פארשידענהייט פון דעות

מ'קען צוטיילען די טענות אין צוויי. געזעלשאפטליך און עקרונות'דיג. געזעלשאפטליכע טענות זענען פונקט ווי די אכשר דרא'דיגע אויף יעדער געזעלשאפט און קארופציע מיט נערישקייט טענות.
עקרונות'דיג איז ווען מ'ווייזט אויף אז די שיטות זענען נישט אויסגעהאלטען עפ"י תורה און יושר.

בעסער צוטיילען די צוויי.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 6:20 pm
דורך ארי נוהם
עקרונותדיג איז די פראבלעם איבעראל, געזעלשאפטליך איז די פראבלעם בעיקר אין אמעריקא, ווי די ליטווישע לעבן א צבוע לעבן לדעתי.

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 6:29 pm
דורך דעת תורה
פארוואס חלום'סטו א"י איז בעסער?

נשלח: פרייטאג מאי 06, 2016 7:12 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:פארוואס חלום'סטו א"י איז בעסער?

כיהודה ועוד לקרא:
די פאליטיקעס אין ארץ ישראל איז ערגער.
די גאוה און נישט אננעמען קינדער וואס זענען אין שוואכערן סטאנדארט, איז אויך ערגער אין ארץ ישראל.
די מח' מיט חסידים איז אפגערעדט אז דארט איז ערגער.
אויב עפעס איז געזעלשאפטליך ערגער דארט ווי אין אמעריקע.

אפגערעדט, אז עקרונות'דיג איז עס דארט סאך שטערקער ווי דא. דא איז דא איין לעיקוואד, און צען פלעצער ווי פלעטבוש און ערגער. דארט איז אלעס אזויווי לעיקוואד [בנוגע 'תורה']. אזוי אויך, דארט גייט קיינער נישט ארבעטן בשיטה, סאך מער ווי דא.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 1:13 am
דורך ארי נוהם
דעת תורה און אדנירם, איך רעד כלפי די צביעות, נישט כלפי די פאליטיקס. איך גיי בקרוב מאכן א אשכול וועגן די ליטוויקס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:59 pm
דורך ארי נוהם
שוין אריבער א יאר.

אביסל זכרונות פון א קאשמארישן עבר, און בדיעבד'דיגן הווה.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 12:24 am
דורך שמעון וואלף
די אלע חיצוניות ווי שטריימל, בעקיטשע, בארד וכו' איז טאקע זאכן צו קאנסידערן ווען מען זיכט א געזעלשאפט ווי זיך אנצוגעהערן. איינמאל מ'האט אבער אפגעמאכט אז מען וויל זיך געפינען צווישן די היינטיגע חסידישע קרייזן, דארף אויך זיין אפגעמאכט אז די חיצוניות זענען א פעקט אוו לייף, און אזוי ווי די האסט נישט קיין נסיון אריינצוגיין עסן אין מעקדאנעלדס, איז גיין מיט א קורץ רעקל און נעקטיי אויך נישט קיין אפשען.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2017 12:52 am
דורך תנחום
ארי נוהם האט געשריבן:שוין אריבער א יאר.

אביסל זכרונות פון א קאשמארישן עבר, און בדיעבד'דיגן הווה.

נו, עפעס א שינוי לטובה?

נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 9:53 pm
דורך ארי נוהם
שמעון וואלף האט געשריבן:די אלע חיצוניות ווי שטריימל, בעקיטשע, בארד וכו' איז טאקע זאכן צו קאנסידערן ווען מען זיכט א געזעלשאפט ווי זיך אנצוגעהערן. איינמאל מ'האט אבער אפגעמאכט אז מען וויל זיך געפינען צווישן די היינטיגע חסידישע קרייזן, דארף אויך זיין אפגעמאכט אז די חיצוניות זענען א פעקט אוו לייף, און אזוי ווי די האסט נישט קיין נסיון אריינצוגיין עסן אין מעקדאנעלדס, איז גיין מיט א קורץ רעקל און נעקטיי אויך נישט קיין אפשען.

גערעכט.

וואס טו איך אבער אויב איך בין געבוירען אין א חסידישער גזעלשאפט, און איך האב נישט "אפגעמאכט אז איך וויל זיך געפונען צווישן חסידישע קרייזן", נאר דא בין איך געבוירען. דאן איז עס שוין איינמאל א נסיון, אויב איך שפיר אפשיי צו די מלבושים אא"וו.

נשלח: מוצ"ש אפריל 15, 2017 9:53 pm
דורך ארי נוהם
תנחום האט געשריבן:
ארי נוהם האט געשריבן:שוין אריבער א יאר.

אביסל זכרונות פון א קאשמארישן עבר, און בדיעבד'דיגן הווה.

נו, עפעס א שינוי לטובה?

יא, אין מיין מיינד האב איך האלבוועגס משלים געווען מיטן מציאות, משל לאחב"י מיטן גלות.