בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 7:09 pm
דורך מי אני
דר. שענע סוואן האט ארויסגעגעבן א בוך אין וואס זי זאגט אז די ספּערם צאל אין די זרע/סיִמען פון מענער איז אראפגעגאנגען מיט אן ערך פון 50%. דאס האט געהעכערט דעם אינפערטיליטי ראטע און עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך הייבן נאך ווייטער אינעם צוקונפט, ועכ״כ אז עס קען ווערן באזארגענד פאר׳ן צוקונפט פונעם מענטשהייט. די סיבה דערצו זאגט זי איז אין טייל אדאנק דעם וואס די פּאלוּשׁאן/פארפעסטיגונג פון פּלאסטיקס וואס ווערן בעארבעט מיט באשטיינדלען וואס אינטערפירען מיט די סארט **** סעלס און די פיצינקע שטיקלעך פון דעם גייען אריין אין די ערד און באשעפענישן וכו׳ וואס קומען דערנאך ענדגילטיג אן צום מענטש.

נשלח: זונטאג פעברואר 21, 2021 8:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:דר. שענע סוואן האט ארויסגעגעבן א בוך אין וואס זי זאגט אז די ספּערם צאל אין די זרע/סיִמען פון מענער איז אראפגעגאנגען מיט אן ערך פון 50%. דאס האט געהעכערט דעם אינפערטיליטי ראטע און עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך הייבן נאך ווייטער אינעם צוקונפט, ועכ״כ אז עס קען ווערן באזארגענד פאר׳ן צוקונפט פונעם מענטשהייט.

איך זעה נישט וואס איז אזוי באזארגענד דערמיט, אדרבה, דאס ווייזט אז נאטור באלאנסירט זיך פון זיך אליינס אן אונזער הילף, אז ס׳דא צופיל מענטשן וואס פראדוצירן פלאסיק וועט די פלאסטיק אליינס רעדוצירן די צאל פלאסטיק פראדוצירער. די אלע אנגעצויגענע tree huggers קענען שוין נאכלאזן פונעם אדרענעלין איבערדאזע וואס נעמט איבער זייער גאנצע וועזן און גיין טוהן עפעס פראדוקטיוו מיט זייער ליידיגע צייט.

נשלח: מיטוואך מערץ 31, 2021 11:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
מי אני האט געשריבן:דר. שענע סוואן האט ארויסגעגעבן א בוך אין וואס זי זאגט אז די ספּערם צאל אין די זרע/סיִמען פון מענער איז אראפגעגאנגען מיט אן ערך פון 50%. דאס האט געהעכערט דעם אינפערטיליטי ראטע און עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך הייבן נאך ווייטער אינעם צוקונפט.
https://amp.theguardian.com/commentisfr ... -brokovich

ואחרי ככלות הכול לבדו ימלוך נורא...

נשלח: מיטוואך מערץ 31, 2021 11:29 am
דורך מי אני
דר. סוואַן האט נישט לאנג צוריק געשריבן אן ארטיקל דערוועגן פאר סייענטיפיק אמעריקען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 12:51 pm
דורך הוגה
[justify]יעצט לכבוד די א.ג. "גזירת שמד" פון די ציונים וואס צוליב זייער שנאת ישראל האבן זיי גוזר געווען א טעקס אויף דיספאזעביל כלים, האט איר דא א שיינע אינטערוויו מיט הקנאי יואליש קרויס ווי ער איז מסביר די גוטע צד פון דער "גזירה", און ער רופט דעם היימישע עולם אויפצוהערן צו שטורעמען דערוועגן. נעמט אין באטראכט אז דער מענטש האט צענדליגע (צו הונדערטער?) געסט א יעדע איינציגסטע שבת ויום טוב.


.[/justify]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:54 pm
דורך תרמב
יואליש'ס משפחה אליין אן די געסט באשטייט פון א גרויסע מספר נפשות....

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 9:31 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2020 4:19 pmביי די סארט נושאים דארף מען סתם אזוי אפבאכט גיבן נישט אריינצופאלן אינעם טרעדזשעדי אָוו די קאַמאַנס. דאס הייסט מ׳דארף זיך וואטשן נישט זיך צו נעמען טראכטן, ״אַה. מיין פּיצעלע חלק טוהט נישט אפ, און מיין זיך צוריקהאלטן וועט ממילא נישט אויפטוהן.״ מ׳דארף אין אכט נעמען אז די פראבלעם קומט צושטאנד מכח דעם טאקע וואס יעדער טראכט אזוי. מ׳דארף געדענקען אז יעדער דארף טוהן וואס ער קען און זיין חלק, ופרוטה ופרוטה מצטרפת.
מ'קען זאגן אז די גמרא אין ב"מ קז: זאגט אז אט די געדאנק, וועלכע קען ליגן אין התקוששו וקשו (צפניה ב א) ואמר ריש לקיש קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, איז נאר ווען ס'איז שייך אז די פראבלעם זאל געלעזט ווערן. משא"כ ווען מ'ווייסט אז זיין חלק גייט באמת גארנישט אויפטוהן, ווי דארט אז די איבעריגע יערות ארום זענען פאר די פרסי'שע הערשערס וועלכע וועלן דאס ממילא נישט אפשניידן צו לאזן פלאץ פאר די שיפן און חבלים, דאן איז נישט גילטיג דעם כלל ע"ש.

Re:

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 6:25 pm
דורך היום
מי אני האט געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 7:09 pm דר. שענע סוואן האט ארויסגעגעבן א בוך אין וואס זי זאגט אז די ספּערם צאל אין די זרע/סיִמען פון מענער איז אראפגעגאנגען מיט אן ערך פון 50%. דאס האט געהעכערט דעם אינפערטיליטי ראטע און עס זעהט אויס ווי עס וועט זיך הייבן נאך ווייטער אינעם צוקונפט, ועכ״כ אז עס קען ווערן באזארגענד פאר׳ן צוקונפט פונעם מענטשהייט. די סיבה דערצו זאגט זי איז אין טייל אדאנק דעם וואס די פּאלוּשׁאן/פארפעסטיגונג פון פּלאסטיקס וואס ווערן בעארבעט מיט באשטיינדלען וואס אינטערפירען מיט די סארט **** סעלס און די פיצינקע שטיקלעך פון דעם גייען אריין אין די ערד און באשעפענישן וכו׳ וואס קומען דערנאך ענדגילטיג אן צום מענטש.
און א ארטיקל ערשינען נעכטן, ווי קאטרינא פידלער באשילדיקט די אויפשטייג און מענער פראבלעמען, אויף א שוין פון פריער באוויסטע פארשפרייטע באקטיריע, וואס מען האט אלץ געמיינט אז עס שאט נאר פאר פרויען.

https://metro.co.uk/2024/03/30/men-beco ... -20556049/

אבער צום סוף פונעם ארטיקל מאכט זי קלאר אז למעשה איז קלאר אז די הויפט גורם איז די אום געזונטע עסן און לעבנסשטייגער…
Globally, fertility rates are falling, with poor diet and lifestyles also thought to play a role in men’s health.

Re:

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 7:02 pm
דורך וואלווי
מי אני האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 9:31 pm
מי אני האט געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2020 4:19 pmביי די סארט נושאים דארף מען סתם אזוי אפבאכט גיבן נישט אריינצופאלן אינעם טרעדזשעדי אָוו די קאַמאַנס. דאס הייסט מ׳דארף זיך וואטשן נישט זיך צו נעמען טראכטן, ״אַה. מיין פּיצעלע חלק טוהט נישט אפ, און מיין זיך צוריקהאלטן וועט ממילא נישט אויפטוהן.״ מ׳דארף אין אכט נעמען אז די פראבלעם קומט צושטאנד מכח דעם טאקע וואס יעדער טראכט אזוי. מ׳דארף געדענקען אז יעדער דארף טוהן וואס ער קען און זיין חלק, ופרוטה ופרוטה מצטרפת.
מ'קען זאגן אז די גמרא אין ב"מ קז: זאגט אז אט די געדאנק, וועלכע קען ליגן אין התקוששו וקשו (צפניה ב א) ואמר ריש לקיש קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, איז נאר ווען ס'איז שייך אז די פראבלעם זאל געלעזט ווערן. משא"כ ווען מ'ווייסט אז זיין חלק גייט באמת גארנישט אויפטוהן, ווי דארט אז די איבעריגע יערות ארום זענען פאר די פרסי'שע הערשערס וועלכע וועלן דאס ממילא נישט אפשניידן צו לאזן פלאץ פאר די שיפן און חבלים, דאן איז נישט גילטיג דעם כלל ע"ש.
הערט זיך ווי די ארגומענט אז דא אין ניויארק וכדו' איז א שאד צו גיין וואוטן, ווייל ס'איז סיי ווי א בלויע סטעיט. ס'קען טאקע זיין אזוי, א שאד די קאפוויי פון פאליטיקס און אזא פלאץ. אזוי אויך, די גמרא רעדט פון שטיל מאכן אדער מתקן זיין תקנות פארן ציבור.

אבער ביי זיך אינדערהיים איז נישטא אזא געדאנק ס'העלפט סיי וויי נישט, ווייל די הנהגה פון די מענטש כלפי עצמו דארף טויגן, מ'טאר נישט מכלה זיין די בריאה, נישט אלס א קאלעקטיוו תועלת, נאר פשוט ווייל די בריאה איז מיין בריאה און מ'דארף האבן רעספעקט פאר די ערד פונקט אזוי. חובת גברא.