בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:20 pm
דורך מר. קלונימוס
Come on guys
דער איד איז באקאנט צו זיין נישט מיט אלעמען מתמול שלשול, פארוואס רעגט מען זיך דא אזוי?

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:22 pm
דורך טמיר
א שטורעם אין א גלעזל וואסער. נעקסט קעיס

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער עלטערע איד איז די ראזע פארקס פון אלטע אידן. איך בין טאטעלי מיט אים. ווייסט איר וויפל טראמא בלעטער גמרא מ'האט זיך געדארפט פארהערן אין סענס סטריט צו האבן די ערשטע זיץ אויפן חדר באס? דער איד איז א נשא תורה וויקטים נאך פון דערהיים. אמת, דער אינגערמאן איז א רויטער, האב איך א געפיל פאר אים, אבער די זיידע האט יעצט דערגרייכט זיין הויעך פונקט פון לעבן פון זיצן אויף די פראנט סיט, און מ'נעמט עס אים אוועק.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:34 pm
דורך [NAMELESS]
איך זע נישט פארוואס די גאנצע שטורעם דרייט זיך ארום דער נערוועזער זיידע. אויב איז ריכטיג אז ער איז נישט מיט אלעמען, דאן על מה אנו דנין בכלל.

די רשעות איז בעיקר פון די ארומיגע וואס לאכן און שפיעלן מיט מיט דעם זיידע'נס אויסברוך. דאס ווייזט אויף שלעכטס געמישט מיט איגנארענטס.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2016 11:45 pm
דורך טאמבל סאס
אויב אזוי ציה איך צוריק פון מיין פריערדיגע תגובה. כ'טראכט נאר אפשר האט דער אינגערמאן נישט געוואוסט, אזוי ווי מיר האבן נישט געוואוסט סתם פון וואטשן. אבער אולי וואלט דער אינגערמאן געברויכט זיך אויפהויבן אין עני איווענט און דאן אפשר אנזידלען דעם איד, "איך האב מיך אויפגעהויבן ווייל כ'האב געוואלט, נישט ווייל איר האט געהייסן." וכך היה יצא ידי שניהם.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 6:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ראו מה בין בני לבן חמי. מיין קינדער שלאגען זיך אויף די אונטעשטער זיץ אין באס. זיי טענה'ן אז ס'שפרינגט מער.
צוויי מהלכים אין עבודת ה', נהרא נהרא ופשטיה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 7:14 am
דורך קאווע טרינקער
ביידע, דער 20 יעריגער בנש"ק'על, און דער עלטערער חצי בן אדם, זענען נישט מן הישוב. אבער אפילו צוזאמען שטייען זיי נאך אלץ אויף אן העכערע דרגא פון דער פיפיגער געלונגענע אומערצויגענע סמארט פאון באניצער, וואס האט מיט חוש השחצנות תיכף דערשמעקט אז דאס "מוז" מען רעקאדירן ווייל דאס איז א "גוטס" ועי"ז ימצא חן בעיני החבירים, און ער וועט העכערען זיין פרעסטידזש פון א c/p צו אן ערענסטער באפפער, אזדש ער וועט באקומען רשות כניסה ביים הצלה מלוה מלכה!

אזוי נידריג זענען מענטשן???

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 7:58 am
דורך שמעון וואלף
מר. קלונימוס האט געשריבן:Come on guys
דער איד איז באקאנט צו זיין נישט מיט אלעמען מתמול שלשול, פארוואס רעגט מען זיך דא אזוי?

ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן איז די עוולה פון די צוזעער פונקט אזוי. טאמער וואלטן זיך אפאר אירע אנגענומען פאר אים וואלט מען אים געקענט שפארן די בושות. נאר די מענטעלעטי דארט איז שלום עלי נפשי, ווילאנג ס'בארירט מיר נישט זאל יענער צוקראכט ווערן

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 8:06 am
דורך יחיאל יעקבזון
טמיר האט געשריבן:א שטורעם אין א גלעזל וואסער. נעקסט קעיס


און דיין קאמענט איז א קליין גלעזעלע וואסער בתוככי א שטורעם. נעקסט...

אויב האסטו נישט ארויס פארוואס מ׳ברויך אזוינס ארומרעדן און פארעקלן די סארט אויפפירעכץ, פעהלן דיר יסודות. אידענטיפיצירן און אנערקענען א פראבלעם איז ס׳ערשטע שריט צום ובערת הרע מקרביך.

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 9:39 am
דורך טמיר
שטעלסט עס אוועק כאילו עס איז עפעס א גלאבאלע חרדישע פראבלעם. אין מציאות זענען 99% מענטשן נארמאל און מאכן נישט קיין עסק פון אזאלכע זאכן, און פאר 1% טיפשים דארף מען נישט איבערדרייען ק"ש. ביי גוים איז אזא התנהגות מער שכיח.
מי כעמך ישראל!

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 9:53 am
דורך טאמבל סאס
נארישקייטן, ביי גוים פאדערט נישט דער אלטיטשקער א מושב לנחלתו און א אינגערמאן עקשנט זיך נישט דזשאסט טו פראוו א פוינט. דאס זאג איך פון מיין אבזערוואציע. בכלל די קטנות פון פראנט סיט בעק סיט, עידזש קעגן ווער איז געווען קודם איז אין דעם ענין אומפארשטענדליך אויב איז דער מעשה דזשאסט כמו שהיא. ס'איז אן הנאה ווערט צו קריגן זיך אויף ווען די אפציע פון הנאות איז קליינטשיג.

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:14 am
דורך shem-tov
פוי דער גרויליגער זקן נואף און דער עקעלדיגער באס דרייוער וואס לאכט נאך ווי א שוטה, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס אזויפיל פון די יוגענט גייען אראפ פון וועג. ווען איך האב ווען א ברירה וואלט איך קיינמאל נישט געפארן מיט די מטורפים חיות רעות וואס פארמאוסן דאס יודישקייט דער האט מסתמא שוין נישט געעפענט א גמרא פאר גאנצע 40 יאר. פאקטיש זענען אסאך פון אונזערע מלמדים געווען פונקט אזעלעכע רוצחים און נאר ערגער וויל זיי האבן נאך געשלאגן אויך און דער אומשולדיגער רויטער שעפעלע כהאף ער האט עס נישט אויסגעגעבן אויף זיין ווייב באט איי פיל סארי פאר אים

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:46 am
דורך יחיאל יעקבזון
טמיר האט געשריבן:שטעלסט עס אוועק כאילו עס איז עפעס א גלאבאלע חרדישע פראבלעם. אין מציאות זענען 99% מענטשן נארמאל און מאכן נישט קיין עסק פון אזאלכע זאכן, און פאר 1% טיפשים דארף מען נישט איבערדרייען ק"ש. ביי גוים איז אזא התנהגות מער שכיח.
מי כעמך ישראל!


די פאלגענדע פראבלעמען פלאגן כלל ישראל בכלליות:
• אלטע מענטשן פיהלן ענטייטלד.
• ווען מ׳אנערקענט דאס נישט, ווערן זיי ווילד.
• ווען זיי זענען קלאהר אומגערעכט, האט מען מורא אימת מות זיי צו שטעלן אויפ׳ן פלאץ.
• יונגע ווערסוס אלטע, איז אטאמאטיש דער אלטע גערעכט.
• א גאנצע ציבור קען צוקוקן צו אן אומרעכט און גאהר באשרייען דעם נרדף.
• א באס ווערט פארוואנדלט אין א בעסמעדריש, צווייטע הויז, בעסקיסע, רעסטוראן אא״וו וואו מענטשן קענען זיך איינרעדן אז א געוויסע פלאץ באלאנגט צו זיי כרכושם הפרטי.
• ואת עלית על כולנה — מ׳האלט אז ס׳איז נארמאל...

און דו זאגסט: ״מי כעמך ישראל״. מסכים: גוי אחד בארץ — גוט אינדרערד.

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 10:47 am
דורך פרייוויליג
shem-tov האט געשריבן:פוי דער גרויליגער זקן נואף און דער עקעלדיגער באס דרייוער וואס לאכט נאך ווי א שוטה, נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס אזויפיל פון די יוגענט גייען אראפ פון וועג. ווען איך האב ווען א ברירה וואלט איך קיינמאל נישט געפארן מיט די מטורפים חיות רעות וואס פארמאוסן דאס יודישקייט דער האט מסתמא שוין נישט געעפענט א גמרא פאר גאנצע 40 יאר. פאקטיש זענען אסאך פון אונזערע מלמדים געווען פונקט אזעלעכע רוצחים און נאר ערגער וויל זיי האבן נאך געשלאגן אויך און דער אומשולדיגער רויטער שעפעלע כהאף ער האט עס נישט אויסגעגעבן אויף זיין ווייב באט איי פיל סארי פאר אים

ווווואאאאא בארואיג דיך! עמיצער וואס פארלאזט אידישקייט וועגן דעם זקן דארף א דאקטער, דו מיינסט טאקע אז אינדרויסן אין די וועלט פעלט אזעלכע מאנסטערס? פאר נאר איינמאל מיטן באן, אדער סיטי באס. תרגע! דו וועסט זיך בענקן צו דעם וועסט זקן.

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 11:10 am
דורך אהרן
עס דערמאנט מיר אמאל בינעך געפארן אויפן טרעין מיט בערקאוויטש פון וויליאמסבורג (מיט די זילבער פאפיר אויף די העדפאונס..) ער איז בכלל נישט ארויסגעשטאנען, ער האט שיין אריינגעבלענדט מיטן עולם..

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 11:27 am
דורך טמיר
יחיאל, איך ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט די לעבסט. אבער אין דעם ענין עכ"פ קען מען זאגן מיט א פיל מויל "מי כעמך ישראל ". ווער עס איז נישט קיין סעלף העיטינג דזשו זעט עס החוש

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 11:39 am
דורך יחיאל יעקבזון
It's the mentality, my friend

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 2:24 pm
דורך קנאק-יענקל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:איך זע נישט פארוואס די גאנצע שטורעם דרייט זיך ארום דער נערוועזער זיידע. אויב איז ריכטיג אז ער איז נישט מיט אלעמען, דאן על מה אנו דנין בכלל.
די רשעות איז בעיקר פון די ארומיגע וואס לאכן און שפיעלן מיט מיט דעם זיידע'נס אויסברוך. דאס ווייזט אויף שלעכטס געמישט מיט איגנארענטס.


דר'עולם טענהט זיך דא ווי כאילו מ'רעדט פון א נאצי געליטענער "זיידע", וואס מאכט ציען מסקנות צו "אלטע מלמדים", און פון דארט צו גיין אין קלויסטער.

ווער ס'קען דעם איד ווייסט אז מ'רעדט בכלל נישט פון א זקן, ער איז א נישטיגער בן שישים, ער האט נעבעך לעיטלי געהאט א סטראוק, און ס'גייט מיטן פיטום אראפ, פארשטייט ער שוין נישט אנדערש.

און דער רויטער אינגערמאן איז א צדיק כשלעצמו, א טייערער ירא שמים וואס ווייסט נישט פון קיין פיפטן שולחן ערוך, און ער האט פשוט נישט געוואוסט אז ער ווערט אויפגעכאפט...


פארברענגט נישט די צייט מיט גארנישט, ס'איז קוים פארבליבן עטליכע שעה צו מקיים זיין די מצוות היום לע"נ הרה"ק פועל ישועות וכו' וכו' וכו' וכו'

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 3:05 pm
דורך יחיאל יעקבזון
נאצי געליטענע? ניין: א נאצי אליין
"א נישטיגע בן ששים": דארף מען עם הערשט שטעלן אויפ'ן פלאץ.
"געהאט א סטראוק": קיין תירוץ פאר'ן געבן יענעם א הארץ אטאקע...
"מיט'ן פיטום אראפ": כאשר עינינו תחזינה...
"פארשטייט ער שוין נישט אנדערש": און וואס איז דיין עקסקיוס? המממממ?
"פיפטע שולחן ערוך": כ'מיין אז דו מיינסט די זעקסטע. דער אלטער איז גליקליך אז דער רויטע קוה קען טאקע נישט דעם זעקסטן חלק על בוריו...

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 3:44 pm
דורך קאצקע ציקער
ר'יחיאל באלד וועסטו נאך כאפן א הארטץ אטאקע פון זיך אזויפל רעגן

Take a chill...

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 4:12 pm
דורך קאצקע ציקער
וועגן דעם ענין אז די זיידעס פארלאנגן זייער רעספעקט האב איך געהערט א גיטע מעשה און איך וועל עס דא שערן.

א יונגערמאן איז געשטאנען ביים היטש פלאץ ,א קאר שטעלט זיך אפ דער יונגערמאן גייט אריין קימט צו אן עלטערער יוד און זאגט עים : יונגערמאן איך בין עלטער ווי דיר.. אביסל דרך ארץ.. געט די יונגערמאן א קיק ארויף צו עים מיט אזא מינע פון ביטול , און רופט זיך אן צו עים, נו וועסטו שנעלער אנקימען אין גיהנום...

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 4:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יחיאל איז גערעכט. הערט אויף צו רעדען פונ'ם אויסנאם דער יונגע אלטיטשקע. אפילו ער איז אן אויסנאם, דער סביבה וואס לאזט צו אז דער וואס שרייט די העכסטע און ווייזט זיין פויסטען זיגט למעשה, אפילו ווען ס'איז ביי נישטיגער שטותים ווי א זיץ אויף א באס, איז א פראבלעם כשלעצמו.
אבער אוועק פיהרען פון אידישע וועג איז איבערגעטריבען, און דער אונגארישע רייץ אנצורופען יענעם א נואף פאר א לויזען אויסדרוק איז אויך א חלק פון דער ערציאונג פון דער אלטען שרייער

Re: מפני שיבה תקום

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2016 4:32 pm
דורך פייער אפפער
עבאוט די זיידע, הער איך אז ער איז נישט מיט אלעמען דעמאלס איז איבער אים נישט דא אפילו וואס צו רעדן.
עבאוט דעם יונגערמאן, האלט איך אז ווען ער זעט מיט וועם ער האט דא צוטון וואלט ער זיך געברויכט אויפשטעלן, אבער איך קען פארשטיין יעדן וואס טעהנעט פארקערט.
עבאוט די מענטשן, אויפן באס וואס האבן זיך אנגענומען פארן זיידן, האב איך גערעדט צו איינע פון די פאסאנדזשירן אויפן באס ער זאגט אז דער זיידע האט זיך געשטעלט אין די ברייט און נישט ארויפגעלאזט קיין מענטשן אזוי אז די באס זאל נישט קענען ווייטער פארן און דער עולם האט זיך גערעגט אז זיי יאגן זיך אנצוקומען צום דעסטינאציע און ביז דער יונגערמאן הייבט זיך נישט אויף גייט דאס נישט געשען.
עבאוט די פאטאגראפירער, נישט איך און כמעט קיין איינער אין די היינטיגע וועלט וואלט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפכאפן אזא סצענע.
און עבאוט מיר, איך האב זייער הנאה געהאט פון קוקן די קליפ איך קען נישט סטאפן לאכן יעדע מאל וואס איך זעה עס...

Sent from my SM-G900T using Tapatalk