בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 2:57 am
דורך שאולדיספריםפאקער
איך האלט שוין לאנג אז איינער זאל מאכן אזא היימישע מעמבערשיפ פראגרעם ווי די צאלסט אריין יערליך כך וכך און די קענסט פארן אויף אלע נסיעות ליזענסק מירון ראדאשיץ קערעסטיר ווילעדניק וכו
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 4:45 am
דורך טאמבל סאס
נאך די אלע מעשיות פארשטיי איך נאכאלץ נישט גענוי וואס איז דער כראניק אבסעסיע מיט מקומות הקדושים? איז דאס נישט ממש א פילגרימעידזש?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 5:24 am
דורך יחיאל יעקבזון
ליטוואק טייערע
דו זאגסט דאך אזוי גוט.
אבער מחמת איזה סיבה האבן עטליכע פארעקשנ׳טע לייט דא ליעב צו דערציילן נאך און נאך נארישקייטן און מיינען אז מיט דעם וועלן מיר זיך בייגן. נאו סיר! כ׳ווער אויך נישט שטארק דערשיטערט אז דער און יענער ״האבן מעיד געוועהן״ וכו׳ דען די אלע זענען אליין אויך געוועהן שטארק פרום און מאנכע אפילו היפש פאנאטיש. נו, אז זיי האבן געטראפן א תמים, האבן זיי עם געריהמט. איז וואס?
מסתבר אז זיי טוהען קיינמאהל דערציילן הנהגות על פי אורחות צדיקים ושאר ספרי מוסר, ווייל דאס איז זיי עפעס מחייב. פארטרייבן מייזעלעך, גיסן זופ פון א קליינעם טאפ ביז איבערמארגן און א טאג דערויף און טויטן ערלים (קאם אן...) איז קיינעם מחייב עפעס און ס׳איז בלויז קארמען (fodder) פאר בהמה׳לעך איבערצוגעבן פאר אנדערע בהמה׳לעך בכדי זיי זאלן ווערן גרעסערע בהמות..,
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 5:28 am
דורך יחיאל יעקבזון
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:איך האלט שוין לאנג אז איינער זאל מאכן אזא היימישע מעמבערשיפ פראגרעם ווי די צאלסט אריין יערליך כך וכך און די קענסט פארן אויף אלע נסיעות ליזענסק מירון ראדאשיץ קערעסטיר ווילעדניק וכו
אויב עס אינקלוד אויך בראנקס זו, וועל איך עס קאנסידערן.
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 9:52 am
דורך [NAMELESS]
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אויב עס אינקלוד אויך בראנקס זו, וועל איך עס קאנסידערן.
מצא מין את מינו
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 10:32 am
דורך [NAMELESS]
באמערקט איינער אז יחיאל אין ליטוואק רעדן דעם זעלבע אומקלארע שפראך מיט די זעלבע ספעלינג און גרעממער מיסטעיקס? ווי אויך פארט לייקס צווישן די צוויי זייער אפט און זענען אייביג אויפן זעלבן פעידזש מיט סיי וועלעכער נושא
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 10:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
'פארט לייקס'.
דו האסט דערמאנט גרעממער מיסטעיק'ס?
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 10:56 am
דורך שמעקעדיג
עס איז באמת א שאנדע צו ליינען די זלזול כלפי אונזערע גדולים, ובפרט די ליטווישע אידן וועלכע קענען נישט תופס זיין די מהלך המחשבה פון די חסידים (אפגעזען צי זיי זענען גערעכט צי נישט, אויב ס'איז בכלל שייך 'גערעכט'), איך פארשטיי נישט וואס איז ראנג מיט זייער טאלעראנץ צו א צווייטנ'ס מהלך המחשבה, יא מיר גלייבן און מיר שעצן אונזערע גדולים! געוויסע ליטווישע שטעלן זיך אפ נאר אויף איינע פון די עמודי עולם, 'תורה' - באמת זייער חשוב, אבער אין מיין בארדיטשוב'ע סידור'ל ביי פרקי אבות (כ'הער אז ס'קומט פון די גרויסע משניות) שטייט נאך צוויי עמודים, עבודה און גמילות חסדים, און א צדיק וואס האט אינזין אנדערע אידן מיט עסן איז פונקט אזוי חשוב - יא, גארנישט ווייניגער - ווי אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל. אויב דו קוקסט עס אן מאדנע, פלאץ אוועק און פארמאך דאס פיסק. אז דו ביסט אויגעוואקסן אין סאודי אראביע וועסטו קיינמאל נישט פארשטיין דעם קולטור פון אמעריקע, און דו וואלסט געווען א שוטה צו קומען מסביר זיין פאר אלע אמעריקאנער פארוואס זייער way of thinking איז ראנג. לעב און לאז לעבן. דו האלט דיר מיט דיינע גדולים, און לאז חסידים זיך האלטן מיט זייערע גדולים און נתפעל ווערן פון זייערע מופתים, וואס צדיק גוזר און הקב"ה מקיים. עס שטערט דען איימיצן אז זיי רעספעקטירן זייערע גדולים, און זיי שעצן עבודת ה' און חסד אויך, נישט נאר תורה?
ס'נישט אז איך האלט שטארק פון די געלויפעכץ און געפארעכץ צו אלע קברי צדיקים, הגם ס'איז אן ענין. איך קוק עס אן ווי אידן וואס זוכן רפואות און ישועות כאפן זיך אן אין יעדן מעגליכן ישועה, און עס האט שוין פאסירט אפענע זאכן. מעגליך מען טרייבט אביסל איבער; אויך מעגליך אז מאנכע נוצן עס פאר כשר'ע אינטערטעינמענט; אבער פון דארט ביז ארונטעררייסן שרפי מעלה און וואוילע אידן איז פאלג-מיר-א-גאנג, און כ'בין מוחה פאר זייער כבוד וועגן.
לאמיר האפן אז זיי וועלן אונז משפיע זיין כל טוב און זיין א מליץ יושר, און מוחל זיין די וועלכע בארעדן זיי אזוי געמיין און ביליג.
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 11:14 am
דורך קל וחומר
הער ליטוואק, ס'דא א באקאנטע מעשה מיט ר' אהרן קוטלער נאך א קאנווענשאן ווי ס'איז געווען חילוקי דעות, איז ער צוגעגאנגן צום קאפישניצער אנפרעגן וואס זיין מיינונג איז איבערן נידון. תלמידים (ליטוואקעס פון בודאפעסט) האבן אים געפרעגט היתכן?? דער גרויסער גאון פרעגט עפעס א חסידיש רבי וואס איז בכלל נישט באקאנט אלס גדול בתעירע, האט ער געענטפערט, לא ניתנה תורה אלא לצרף בה את הבריות, קאפישניצער רבי איז א מצורף!
בדרך אגב, דעי מעשה האב איך געזען אין א ליטווישע מקור.
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 11:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
והחוט המשולש לא במהרה ינתק. דער דריטע מאל וואס דער ענטפערלאזע תגובה קומט ארויף.
יא, דער ליטוואק (אגב, יעקובזוהן איז נישט קיין ליטווישע נאמען, נאר א יעקישע) האט תורה אלס דער העכסטע חשיבות, און דער נישט ליטוואק האט אנדערע זאכען. דאס האט גארנישט מיט מיין טענה. נניח עבודה און גמילות חסדים זענען פונקט אזוי וויכטיג. וואס האט דאס מיט יארטשעוו און יארטשעווקע, טאנצען מצוה טאנץ ביים אייניקעל'ס חתונה צו ציען פעסער יויך פון א קליינע טאפ?
דערצייל גמ"ח ווי ער האט פון זיך אוועק געגעבען, נישט קונצען מיט אוועק לייגען גוים (די בעלסקי ברידער האבען פיהל מער גוים אוועק געלייגט, און זיי ליגען דאהי אין אמעריקא) צו הערר"י פאטטע"ר סארט מעשה'ס מיט זופ.
ווילסט דערציילען פון עבודה, רעד פון קפידות ביי דאווענען, צו דער התפשטות הגשמיות פון די חסידים הראשונים. נישט פון וואס א צווייטע האט דערציילט וועגען טייטשלאזע לאזונגען פון 'העכערע זאכען'.
דאס האט גארנישט מיט חילוקי המדינות, און אויך נישט מיט חילוקי הדעות צווישען דער בעש"ט און דער גר"א. נאר מיט קטנות, א ציגאנע צוגאנג צו אידישקייט, און ווייבערישע התפעלות. פאסט טאקע אין סאודי אראביע מיט די פרימיטיווע אמונות טפלות.
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 11:53 am
דורך קל וחומר
טא, פארוואס איז די גמרא פיל מיט אזאנע מעשיות??
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 12:15 pm
דורך טאמבל סאס
קומען זיי נישט טאקע פונעם אראבישען האלב אינדזל?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 12:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קל וחומר האט געשריבן:טא, פארוואס איז די גמרא פיל מיט אזאנע מעשיות??
אלא מאי? אז שכל איז ווערטלאז, און קטנות זיגט? אדער אז דער גמרא האט נישט אהער ווייל זי (און נ"ך) האט אן אנדערע כוונה אינ'ם דערציילען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 12:42 pm
דורך קל וחומר
זאגשע דו וואס איז די כונה
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 3:20 pm
דורך מתושלח
דולה ומשקה האט געשריבן:געוואלדיג האט געשריבן:1. פאר די קריג איז אלס געווען א געפאראכטס צו ליזענסק, מיסודו פונעם תפארת שלמה כידוע, צו קאליב דורך אלע צדיקי אונגארן, און צו צאנז מיסודו טאקע פון ר' ישעי'לע
צו ער איז געפארען קיין צאנז צום יארצייט אמאל יא אמאל נישט, אבער טוה מיר א טובה מאך נישט אויף קיין פאקטן אויף זיין חשבון סאיז נישט געוועהן מיסודו, הרה"ק מצאנז האט געהאט גענונג קינדער, איינקלעך און גאר אסאך אנהענגער אז דער קומען זאל זיך זיך אנטוויקלען. ס' האט נישט געדארפט צוקומען צו קיין
אומבאקאנטע אונגערישע בילקא טיילער און קנאבל אנשפרעכער. בכלל זענען די אונגארישע אידן געפארען ז' אדר קיין קאלוב, י"ד אב קיין ליסקא, אדער כ"ח תמוז קיין אוהעל. כ'זאג נישט געוועהן געוויסע צדיקים אדער חסידים וואס זענען געפארען קיין צאנז אבער דאס איז געוועהן
בכלל מיעוט המצוי.
בד"וו גערעדט מיט
כמה גאליציאנער אידן (ובתוכם ר' יהושע וואלף זאפערן, ר' משה יהושע צאנגער, ר' שאול הוטרער, ועוד) צו זיי האבען אמאל געהערט אינדערהיים איבער רבי ישעילע קערעסטיר, זיי האבען נישט קיין אנונג, זיי זענען ערשט געוואהר געווארען איבער זיין עקסטענץ דא אין אמעריקא.
היינט צו טאג אז עטליכע ווילן מאכען דערפון א פרנסה, מיינט נאך נישט אז אינדערהיים איז געוועהן אזוי. באלד גייט
רבי אייזיקל ספינקא (טאטעעעע....) קומען מיט א חידוש אז דער עולם איז גאר געפארען אין גרוסען צום ציון המציונת פונעם 'שרף' פון מאגלעניצא, און דערוואגען זאל זיך נאר דער איינער דאס פרובירען צו פארלייקענען.
געווענליך כאפן זיך די גאליציאנע צו אונגערישע פאנדרעיזינג אדער סתם מסיבות און פראוועריי א 20 יאר שפעטער. ווארט נאר צי אביסעל. סוף כל סוף עטס גאליציאנער וועלען זיך נאך דערמאנען איינטאג נאכצימאכן די
אומבאקאנטע אונגערישע דוגמת כלל חבת ירושלים וואס קלויבן ציזאם יעדע וואך בריווען און "עדות פון גדולי ישראל" וואס זענען גאר געשריבן געווארן פאר אנדערע כוללים.
און דערמאן דיך אז צאנז און שינאווא איז אינדערהיים באשטאנען פון א גרויסע טייל
אומבאקאנטע אונגערישע בילקא טיילער און קנאבל אנשפרעכער
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 4:00 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:והחוט המשולש לא במהרה ינתק. דער דריטע מאל וואס דער ענטפערלאזע תגובה קומט ארויף.
יא, דער ליטוואק (אגב, יעקובזוהן איז נישט קיין ליטווישע נאמען, נאר א יעקישע) האט תורה אלס דער העכסטע חשיבות, און דער נישט ליטוואק האט אנדערע זאכען. דאס האט גארנישט מיט מיין טענה. נניח עבודה און גמילות חסדים זענען פונקט אזוי וויכטיג. וואס האט דאס מיט יארטשעוו און יארטשעווקע, טאנצען מצוה טאנץ ביים אייניקעל'ס חתונה צו ציען פעסער יויך פון א קליינע טאפ?
דערצייל גמ"ח ווי ער האט פון זיך אוועק געגעבען, נישט קונצען מיט אוועק לייגען גוים (די בעלסקי ברידער האבען פיהל מער גוים אוועק געלייגט, און זיי ליגען דאהי אין אמעריקא) צו הערר"י פאטטע"ר סארט מעשה'ס מיט זופ.
ווילסט דערציילען פון עבודה, רעד פון קפידות ביי דאווענען, צו דער התפשטות הגשמיות פון די חסידים הראשונים. נישט פון וואס א צווייטע האט דערציילט וועגען טייטשלאזע לאזונגען פון 'העכערע זאכען'.
דאס האט גארנישט מיט חילוקי המדינות, און אויך נישט מיט חילוקי הדעות צווישען דער בעש"ט און דער גר"א. נאר מיט קטנות, א ציגאנע צוגאנג צו אידישקייט, און ווייבערישע התפעלות. פאסט טאקע אין סאודי אראביע מיט די פרימיטיווע אמונות טפלות.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=270289#p270289
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 4:48 pm
דורך דולה ומשקה
גאנצל האט געשריבן:גראדע סאטמאר רב זצ"ל האט פארציילט די באקאנטע מעשים בכל יום פון ר' ישעי'לע מיט זיין טיילן עסן ער האט געטיילט פון א קליין טעפעלע פאר וויפיל מינטשן ס'זענען נאר געקומען אויך האט ר' ישעילע מער ווי איינמאל אוועקגעלייגט גוים וואס האבן זיך פארלייגט אויף אידן און דורכדעם געהאלפן אסאך אידן סאו רוף אים נישט אן מיט דיינע פשוטע ניקנעיםס וואס דו האסט פאר אים ווען די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט פאר רבי אין ליסקא -וואס עס איז געווען א שטארקע רצון פון די ליסקע חסידים אז ער זאל איבער נעמען זיין רבי - די קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער האבן אים נישט געוואלט האבן די גרעסטע צדיקים פון יענעם דור ובראשם דער הייליגע צאנזע רב זצ"ל דער ייט"ל פון סיגוט דער מקור ברוך פון וויזניץ האט זיך אויסגעדרוקט מיט התפעלות אויף זיין הנהגה און נאך סאו קאם דאון מיט דיינע ניק נעיםס די גאנצע נייע ווינט פארשטיי איך אויך נישט און אפשר איז עס איבערגעטריבען אבער דיינע ניק נעיםס איז זיכער איבערגעטריבען
דער סאטמאר רב האט קיינמאל נישט, איהר הערט קיינמאהל נישט דערציילט אזא מעשה! יא קען זיין ר'זריעאל האט דאס דערציילט בשמו..., אדער דער אנדערע מראי מקום פאיע רב האט דאס געהערט בשנת תש"ח... רבי יואל טייטלבוים אפילו ווען ער וואלט געוואלט וואלט נישט געקענט דערציילען אזעלעכע דברי שטות והבל.
בד"וו דער ליסקא רב האט נישט געהאט קיין זוהן, בלויז דריי איידעמער, איינער איז געוועהן ר' יוזעף גאלדבערגער א ביזניסמאן וועלעכע איז בכלל נישט געוועהן אריין געטוהן אין די רעביסטווע, דער אנדערע איידעם איז געוועהן ר' אברהם שווארץ (נכד ר' מענדל הענדל מחסידי אשוואר) א קאמארנא חסיד (עד כדי כך זיין נאמען ווערט ניטאמאל דערמאנט אין ספר דרכי הישר והטוב!), דער אנדערע איז געוועהן ר' חיים פריעדלאנדער וועלעכע האט איבערגענומען דאס רבנות אין ליסקא, אבער צו אדמורו"ת האט ער געהאט קנאפע נערווען, אגב איז געוועהן דער מסדר קידושין אין יאר תרל"ה פון רבי ישעי'לע שטיינער מקערסטיר וועלעכע איז דאן געוועהן א עלטערע בחור.
ועוד, דער וואס ווייסט אונגארישע היסטוריה (נישט יונה קרעפל מעשיות...) ווייסט אז די ליסקא חסידים האבען זיך צושפרייט נאך זיין הסתלקות צום ייטב לב, קול אריה פון מאד, אפילו צו רבי הירצקא פון ראצפערד, און יא דיע וואס זענען געוועהן אריין געטוהן ראשו ורובו אין אכילה ושתיה זענען געפארען קיין קערעסטיר.
ווען מיר וועלען וואוינען נאך דער דריטע וועלט קריג אין אסטראליע, וועט זיך אנהייבען 'נסיעות' קיין אמעריקא, וועסטו אז פלוצלינג קען מען געהאלפען ווערן ביים די ציונים הקדושים אין נייטרא, מ'וועט ברענגען צייטונג אויסשניטן אז שוין אין די ת"ש מ' יארן איז מען געפארען, עס וועט זיין א ביזנעס, א אנדערע וועט מאכען א ביזנעס פון דער קבר פון רבי יואל זוסמאן מערץ... אה! די מופתים וואס מ'זעהט ביי די 'מערץ' קברים זעהט מען נישט אין ערגעץ... אין אסטראליע וועט מען אפילו וויסען נאך צו זאגען אז דער שפתי צדק פון סאטמאר האט אמאל געשיקט אהין א 'שווערע קוויטל'...
דער לעלוב רבי פון מעלברוין ואתו עמו דער קרעטשניף רבי פון סידני מאכען אפטע אבער שטילע נסיעות צום ציון אין אמעריקא פון רבי שמעון פאוזען פון שאפראן, און אז מ'קומען אהין לערנען משנית פרק כל בשר איז א סגולה פאר עשירות... בדוק ומנוסה, ס'איז דא א גאנצע קונטרס מיט מייסעס...
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 5:46 pm
דורך טאמבל סאס
האהאהאהאהא! אהבתי! איך וואקל מיך פאר געלעכטער.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 7:10 pm
דורך גאנצל
איך האב נאך נישט ארויס פונקטליך וואס דו ווילסט מיט'ן אויסרעכענען אלע קינדער פון ר' הערשעלע ליסקער ווילסט זאגן אז ס'איז נישט געווען קיין מחלוקת איבערדעם אז ר' ישעיעלע זאל איבערנעמען ? און אז דער ד"ח האט זיך נישט אנגענומען פאר אים ובלשונו 'בלוט זאל זיך גיסן אבער רבי זאלסטו זיין' איך הער וואס דו זאגסט אבער איך האב געהערט פון אנדערע היסטאריקער אנדערש ווי דו סאו פ"וו זאל איך דיר מער גלייבן איבער יענעם ? וואפארא תוקף דו האסט מער פון יענעם ?
ווידעראום צו סאטמאר רב האט יא פארציילט די מעשה צו נישט איז מיר גאנץ א קליינע נפק"מ ווייל צענדליגער אנדערע וואס האבן דאס נאך מיטגעהאלטן האבן דאס פארציילט אסאך אידן וואס האבן נאך גוט געדענקט ר' ישיעלע האבן נאך געלעבט אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט און גראדע האב איך עס געהערט פון א איד וואס ער איז ביי מיר נאמן אז ער האט דאס געהערט פון סאטמאר רב איך כאפ באמת נישט וואס איז די קונץ פון שרייען ס'איז ליגענט ווייל מיר שמעקט בעסער אזוי אויב די שמעקן איז דא דער דיון פארוואס זאל איך גלייכן דיין שמעק בעסער ? דיין לייקענען שטייט פונקט אזוי שטארק ווי מיין זאגן אז ס'איז אמת
און לגבי הר' ליטוואק ווילסט עבודת החסד פון ר' ישעי'לע ? ער איז דאך געווען א שטיק חסד ? יעדע איד וואס איז געקומען קיין קרעסטיר איז געווארן אויפגענומען בסבר פנים און געווארן געזעטיגט פון די ברייטע סעודות (אבער דארפסטוך נישט שרעקן קענסט גלייך ארויסבלאזן אז ס'איז נישט אמת און ס'איז הוילע פוסטע מעשיות און א רחמנות זענען די וואס גלייבן..... און שוין )
הרב דולה איך ווייס נישט צו מ'וועט קומען צופארן צו שאפראן רב דאה"ב אבער צום אנגעפרעסענעם פוסק מפורסם גאב"ד ראב"ד קארלסבורג וועט מען זיכער קומען............
יעצט לגבי תורה חז"ל זאגן אז מ'דארף האבן תרעא לדרתא תורה קומט מיט יראת שמים אז נישט איז אשאד די גאנצע זאך די אייזערנע קאפ פון לובלין ווערט ביי קיינעם אפגעפרעגט טראץ וואס ער האט געפירט א מערכה כבידה מיט אן איידעלע איד וואס האט געהייסען ר' יעקב יצחק פון לובלין און קיינער גייט נישט וואגן צו זאגן אז די תורה זיינע איז א שאד ...... מילד גערעדט
מילא אז דו ווילסט נישט האלטן און זאגן אז ר' ישעי'לע איז געווען ווייס איך וואס נאו פראבלעם אבער געבן ניק נעיםס פאר א חשובער עובד השם איז זייער אפגעפרעגט
ועוד ווער זאגט דען אז ר' ישעילע איז נישט קיין ת"ח ?איינער דא האט אים פארהערט מ'רעדט מער פון זיין חסד און מופץים איז שוין א זאך וואס קומט צו לאמיר נעמען א דוגמא פון ר' משולם פייש פון טאהש זצ"ל וואס איז לעצטענס אוועק וואס ווי זיינע תלמידים געבן איבער (אויב דו גלייבסט זיי בכלל........) איז ער נישט געווען קיין קליינער ת"ח און טראץ דעם רעדט מער פון זיין עבודה אין תהלים זאגן וכדו'
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 7:48 pm
דורך יחיאל יעקבזון
.
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 8:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא יא גאנצל, אין די טאשער אשכול און די בעלזער אשכול זענען מיר דורך די זעלבע מעשה. איך האב קיינעם קיין נאמען נישט אנגערופען. מ'האט גערעדט 'גדלות' פון ר' ישעיה'לע, און דערווייל האט מען גערעדט קטנות פון זיך. אוועק לייגען גוים מיט ציען פעסער זופ פון אן עמער.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג מאי 15, 2016 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר האט געשריבן:הער ליטוואק, ס'דא א באקאנטע מעשה מיט ר' אהרן קוטלער נאך א קאנווענשאן ווי ס'איז געווען חילוקי דעות, איז ער צוגעגאנגן צום קאפישניצער אנפרעגן וואס זיין מיינונג איז איבערן נידון. תלמידים (ליטוואקעס פון בודאפעסט) האבן אים געפרעגט היתכן?? דער גרויסער גאון פרעגט עפעס א חסידיש רבי וואס איז בכלל נישט באקאנט אלס גדול בתעירע, האט ער געענטפערט, לא ניתנה תורה אלא לצרף בה את הבריות, קאפישניצער רבי איז א מצורף!
בדרך אגב, דעי מעשה האב איך געזען אין א ליטווישע מקור.
קל וחומר: און די מעשה מיט די 2 ליט(פ)אקעס וועלכע האבן געלרנט טעירעה בעחאווראסע (פאר די אונגארישע חסידאקעס וועלכע קענען נישט ספעללן). איין טאג האט איינער פון די פדן תורין מחליט געווען אז ער גייטציך שמד'ן. איז ער אוועקגעגאנגען צום גלח פון שטעטל כדי אפצו שמועסן א דעיט ווען די שמד צערעמאניע זאלל פארקומען. זיין חאווער איז מיט געגאנגען מיט איהם לראות היאך יתגלגלו הדברים. ער קלינגט אריין צום גלח אין שטוב. די גלח'טע (זיין רעבעצין) מאכט אויף די טיר. זי זאגט אז איהר מאן איז נישט אינדערהיים. אבער זי לאדנט זיי איין אריינצוגיין אין ליווינג רום, זאגנדיג אז איהר מאן דער חשוב'ער גלח, דער מרא דאתרא פון די שטעטלשע טשוירטש וועט באלד זיין אינדערהיים. זיי זעצן זיך אוועק. און דער בעל דבר. דער וועלכער האט זיך געוואלט שמד'ן נעמט ארויס א קליין גמרא'לע פון זיין בוזעם טאש. זאגט צו איהם זיין חבר...."דו ביסט צודרייט...?! דו גייסט זיך שמד'ן, און דו לערנסט גמרא...רופט ער זיך אן...
ביטל טעירע...!...
נשלח: מאנטאג מאי 16, 2016 12:50 am
דורך יחיאל יעקבזון
דולה
זאגסט גוט (as usual). ס׳האט מיר געקאסט א שמייכל.