בלאט 3 פון 7

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:09 pm
דורך בעריש
אלס ווייסער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?


איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?

פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?


א מין מוציא דיבהניק. סאיז ממש פונקט פארקערט

האלאווער ביטש האט א קליינע חלק וואס איז א נוד ביעטש און מברויך דאכט זיך זיין דארט א מעמבער.

זיי האבן א רעגולער גאר גרויסע ביעטש אפען פאר די פאבליק. וואס איז די זויבערסטע ביעטש און די מיאמי געגנט פאר ווער סווייסט.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:14 pm
דורך חברהמאן
די מעלה מיט די ביעטש איז אז עס איז נישט דא קיין האטלן דארט במילא אז מען זיכט זיך אויף א שטילע ווינקל קען מען גיין שווימען

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:22 pm
דורך שבת אחים
בעריש האט געשריבן:
אלס ווייסער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?


איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?

פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?


א מין מוציא דיבהניק. סאיז ממש פונקט פארקערט

האלאווער ביטש האט א קליינע חלק וואס איז א נוד ביעטש און מברויך דאכט זיך זיין דארט א מעמבער.

זיי האבן א רעגולער גאר גרויסע ביעטש אפען פאר די פאבליק. וואס איז די זויבערסטע ביעטש און די מיאמי געגנט פאר ווער סווייסט.

די אלע תירוצים איז נאר גיט ווען די האסט געלט, אויב האסטו נישט קיין געלט וועט מען דיך ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות אויב גייסטו צו א ביטש אין פלארידא און סאיז גאנץ א קליינע נפקא מינא צי סאיז א פריוואטע ביטש צי א נוד ביטש,
it all depends how much money and power you have in the community

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:25 pm
דורך פליקער
די ביעטש איז געאייגנט פאר חרדים ווייל דארט איז נישט דא קיין לייף גארד, דעריבער גייען קיין גויים נישט דארט בדרך כלל, איך בין דארט ביי די פלאץ געשווימען פילע מאל, געטראפן דארט גרויסע רבנים שוין און מיר האבן געפלאטשקעט בענעזאם.

איך בעיט איצט ביים בורא עולם אז מען זאל פארגעסן שנעל די מעשה, כדי איך זאל נאך זוכה זיין דארט צי קענען שווימען מיט מנוחה.

יא אמת דערנעיבן איז דא א נוד ביעטש וואס קיין נארמאלער מאנטש גייט נישט אהין, עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:30 pm
דורך שעפטל

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 5:20 pm
דורך אברך משי
פליקער האט געשריבן:עס דערמאנט מיך א מעשה ווי איינמאל האב איך אריין געבלאנדזשעט און די ראנג עקזיט, דארט ווי מען פארקט צי גיין צים נוד ביעטש, דער פערזאן וואס נעמט געלט צי פארקן קוקט מיך אן און פרעיגט מיר האלא וואס זיכסטו דא, איך זאג אים סייסט איך קום דאך דא כסדר, אה אה פיץ אפ ווי שנעלער זאגט ער מיר דא איז פארהאן א נוד ביעטש, איך האב אוועקגעשמיסן פון דארט.


ומה ראית? מאי חזית תמן?
לקיים מה שנאמר ראתה שפחה על הים...

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 5:35 pm
דורך שמעון וואלף
VIN שרייבט אז היינט איז נישט געווען דארט קיין לייוו גארד און ס'געווען סיינס נישט צו שווימן דארט צוליב די סכנה פון ריפ קארענטס. ה"י

Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:05 pm
דורך טאמבל סאס
אלזא האב איך א שאלה יעצט. סטאטיסטיקלי, וואס מיינט דאס? האבן יצחק וחביריו געמוזט שווימען פילצאליגע מאל פאר דער טראגעדיע צו פאסירן? אז ביי יענע ביטש מאכט זיך אסאך אזעלכע טיידס? אדער אזויפיהל רעבעלעך און נדיבים'לעך שווימען דארט אז אויב געשעהט אזאנס איז עס געווען bound צו געשעהן צו איינע פון די באקאנטע פון אונזערע קהילות?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:07 pm
דורך שעפטל
[center]ברוך דיין האמת!
שר וגדול נפל בישראל
[/center]
דאס הארץ און געפיל איז נאך אין טיעפ'ן שאק פון אפילו צו קענען באריכטן איבער די גאהר שוידערליכע און טראגישע בשורות מובהלות וואס איז אנגעקומען אין די שעה'ן פון מיאמי איבער די שרעקליכער טראגעדיע האט פאסירט ווען א קבוצה היימישע אידן האבן זיך געפונען אויף א שיף ווען אינצווישן האט א אומגערישטע ווילדע כוואליע פארכאפט דעם שיף און דערטראנקען הרבני הנגיד החסיד המרומם בונה ומקים עולמות של תורה מוה"ר יצחק ראזענבערג ז"ל ראש הקהל ד'קהלתינו הק', און הרב החסיד מוה"ר חיים פרנס ז"ל, מ'סטראפקוב פון קרית יואל, נאך ווי מען האט זיי שוין ליידער נישט געקענט ראטעווען צייטליך, און דערמיט האבן זיי טראגיש און פרייציטיג מחזיר געווען נשמתם ליוצרם לדאבון לב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר בפרט און כלל ישראל בכלל.
אין די זעלבע צייט האבן זיך געפונען נאך אידן וועלכע האבן זיך בחסדי ה' באוויזן צו ראטעווען און דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין פאר זייער גאנצע ערהוילונג.
עס איז דערווייל אוממעגליך צו שילדערן אן אפשאצונג איבער די געוואלדיגע פארלוסט וואס האט באטראפן קהלתינו הקדושה ווי א דינער אין מיטן העלן טאג.
אצינד האלט מען נאך אינמיטן פארהאנדלען מיט'ן מעדיק"ל עקזעמינא"ר פון פלארידא מען זאל ווי פריער ארויסגעבן די נפטרים און אפהאלטן בזיון המתים ח"ו, און אויסארבעטן די פרטים פון די לוי' פונעם אומפארגעסליכער און מסירות נפש'דיגער ראש הקהל ז"ל און אזוי אויך די לוי' פון הרב החסיד מוה"ר חיים פרנס ז"ל. ווי נאר עס וועלן ארוסגעגעבן ווערן די פרטים וועלן מיר פרובירן צומעלדן וואס אמשנעלסטענס.

[center]-ויהי רצון שלא ישמע עוד ושבר בגבולינו... ובא לציון גואל בב"א-[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:09 pm
דורך ברוך שאמר
No funeral today confirmed

Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:14 pm
דורך טאמבל סאס
ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:34 pm
דורך אלס ווייסער
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז שרייבעריש לשון, מען שרייבט נישט ״זיי זענען געפארן אויף א שיף״

Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 6:35 pm
דורך טאמבל סאס
די טראגעדיע דערמאנט מיך א תיבונ'ישע פשט דאכצעך מיר, אינעם רמב"ם וואס כ'האב אמאל געזעהן, מיישב צו זיין השגחה ע"פ משנתו של הרמב"ם, אויף די ווערטער רגלי חסידיו ישמור: ווייל זיי זענען גענוג קלוג זיך אובאכט צו געבן נישט צו גיין און נישט אויסגעשטעלט צו זיין צו א מקום אדער מצב סכנה. וכידוע, ווי מער חמריות'דיגע פארגעניגענס, די מער פיזישע ריסק דארף מען נעמען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

גדול כים שברנו

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 7:56 pm
דורך יואליש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MOcdRVulaIE[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ErTV8Gzic4k[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:10 pm
דורך יואליש
וואס מענטשן פארגעסן איז אז חוץ יצחק ראזענבערג, א באקאנטע פיגור וואס יעדער קען און רעדט פון, איז אומגעקומען נאך א טייערע איד, חיים פרנס. יעדע פאר זיך איז א ביטערע טראגעדיע פאר די נאנטע משפחה.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:14 pm
דורך ביבער
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk



יא קענען שווימען העלפט, די כוואליעס פארשלעפן טיף אריין אין וואסער אבער מען קען עס איבערלעבן. די איינציגסטע זאך וואס מטאר נישט איז שווימען אקעגן דעם כוואליע.


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=viKb5Ny4OWk[/youtube]

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:17 pm
דורך טאמבל סאס
מ'דארף האבן אן על כל גל וגל נענעתי ראשי אטיטוד. מיינט דאס אז זיי האבן נישט געקענט שווימען? איז דא יעצט האפענונג אז פון די ערשטע עקסערסייזעס וואס מ'וועט אינטרעדוסן אין "פיזיקעל אקטיוועטי" אין אונזערע חדרים וועט זיין א קביעות'דיגע שווים לעסאן? א טריפ צום ביטש?

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:21 pm
דורך טאמבל סאס
@ביבער , זייער נוצליך די ווידאו. קוק וואס אביסל אינטערנעט קען אויפטוהן.

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:24 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס ווען איך בין געגאנגען צו די ביטש איינמאל, און כ'האב פרובירט אריינצוגיין האבן מיך די כאוואליעס יעדעס מאל ארויפגעווארפן? אויך ווען מען קוקט אויפ'ן ביטש, קוקט אויס ווי די כוואליעס קומען שטארק אויף ארויס און לייכטער אויף אריין, ניין?

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:25 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

געב א קוק ווי אזוי זאכן פארען. קודם האט יעדער געשריבן אז עס איז געווען אויף א שיף און עס איז אפילו ארומגעגאנגן א בילד פון א רעטונגס שיפל ביי די זייט פון א קליינע מאטאר שיפל (שוין געמעקט) ,שפעטער האט מען געשריבן אז זיי זענען געשווימן ביי די ביעטש וואס פון דעם האט זיך אנטוויקעלט א שמועס אז עס איז א באקאנטע נאד ביעטש. וואס האט געברענט איך זאל פרעגן וואס זיי זוכן דארט און איך בין מודה אז איך וואלט נישט געדארפט שפרינגן און געמעגט ווארטן ביז זאכן קלארן זיך אויס. אויף או''ו האט איינער געפרעגט וואס איז די בושה אז זיי זענען געגאנגן שיפלען ,עפעס נאר רבנים מעגן? אבער כמובן האט מען עם תוכ''ד געמעקט. א צווייטער חכם אויף או''ו האט געשריבן אז זיי האבען גאר 'שפאצירט' ביים בארטן און א כוואליע האט זיי פארשוועמט (אויך שוין געמעקט).

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:31 pm
דורך טאמבל סאס
ווען ר' חיים ברייש פון לאנדאן איז אפאר יאר צוריק געשטארבן אויף די זעלבע אופן (אינטרעסאנט איז קיינער האט נישט געלערנט קיין לעסאן דערפון. אפשר ווייל מ'האט אזויפיהל געמעקט) האט מען זיך געווערטלט אז זייענדיג אזוי פארטיפט אין טראכטן האט ער בטעות אריינשפאצירט אין ים. (כידוע, זאגט מען דאך אויף אים א ווערטל צו ממשיל זיין דער אבסענט מיינדעדנעס מיט וואס ער איז געווען נאטאריעס פאר, אז אויב האט ער אריינגעוואקט אין א שטאנג פארטראכטערהייט, האט ער זיך אנטשולדיגט.)

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:43 pm
דורך יואליש
טאמבל סאס האט געשריבן:מ'דארף האבן אן על כל גל וגל נענעתי ראשי אטיטוד. מיינט דאס אז זיי האבן נישט געקענט שווימען? איז דא יעצט האפענונג אז פון די ערשטע עקסערסייזעס וואס מ'וועט אינטרעדוסן אין "פיזיקעל אקטיוועטי" אין אונזערע חדרים וועט זיין א קביעות'דיגע שווים לעסאן? א טריפ צום ביטש?


וואס פעלט עס אויס אויב "ביי אונז" שווימט מען נישט ביים בארטן? קול מבשר זאגט קלאר אז זיי האבן שפאצירט דערנעבן, וואס איז א שטיקל סתירה מיט "בחצרות סאטמאר", די אפיציעלע קוואל פון אומצענזורירטע און אומבאפיצטע סאטמארע נייעס, וועלכע פארשפרעכט אז די אידן זענען געפארן אויף א שיף. ווער איז דא געשווימען?

נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 8:43 pm
דורך טאמבל סאס
אלס ווייסער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ארא ליצנות. "זיי האבן זיך געפונען אויף א שיף." מצאו את עצמם. און א כוואליע האט זיי אראפגעוואשען פון דעק אדער אידאס געווען א קליינטשיג קאיאק? וואס האט מען מורא צו זאגן דעם אמת? אגב, קיינער האט נאכנישט געפרעגט זע איך. ווען א כוואליע פארשלעפט עמיצן, העלפט קענען שווימען? די כוואליעס שטופן דאך געווענליך אויף ארויס, נישט אזוי?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

דאס איז שרייבעריש לשון, מען שרייבט נישט ״זיי זענען געפארן אויף א שיף״

איך זע נישט די שרייבערישקייט דערפון. איך זע דאס א ווערטער שפיהל. דארפסט א בעסערע לשון? "ווען א קבוצה היימישע אידן זענען געווען אויף א שיף" אויב ווילסטו נישט זאגן כאטש האלבער אמת: "ווען א קבוצה היימישע אידן האבן פארוויילט אויף א שיף."
סתם אזוי, די איבריגע ווייזט וואספארא שוואכער קאליבער געשריבנס דאס איז. קודם, א זאץ וואס איז אזוי לאנג אז אפ' מיט א ואת אספתא אטעם קען מען איר נישט לייענען.
נאכדעם, אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי די פאלגענדע מאכט סענס: "איבער די שרעקליכער טראגעדיע.....האט פאסירט ווען א קבוצה היימישע אידן האבן זיך געפונען אויף א שיף ווען אינצווישן האט א אומגערישטע ווילדע כוואליע פארכאפט דעם שיף" אינצווישן וואס?
אויך, וואלט זיך נישט בעסער געפאסט א 'און' בעפאר 'אינצווישן' אנשטאט א 'ווען'?
ווייטער, ווי אזוי קומט פון א אומגערישטע כוואליע וואס פארכאפט א שיף, צו צוויי מענטשן פון פינעף זיך צו דערטרענקען? פעלט נישט דער עיקר פון די מעשה? האסט געוואלט רעדן שרייבעריש....