בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 12:35 am
דורך חסיד פון ליטא
שלום וברכה.
עס פריידט מיר צו זעהן אז ס'איז געווארן אן ערענסטע רוח איבער ארויסגעבן אן עמטליכער קונטרס/עלון מדי שבת בחדשו... הכה שרשים ווי מ'זאגט, לאמיר טאקע האפן אז בקרוב וועלן מיר זעהן א שיינעם פארטיגן ארבעט.
יעצט צום נושא.
[tag]אדנירם[/tag], א גיליון פון פיהר זייטן יעדע וואך קומט אויס זעכצן זייטן א חודש און מיר רעדן דא פון ריין חומר מיט מינימאלע גרעפיקס.
ארויספרינטן קאלארד וועט זיין קאסטבאר און שווער בכל אופן. וויבאלד עס גייט זיין א קאנטריעווערסיעל אויסגאבע, גלייב איך אז ס'וועט זיך נישט אזוי גרינג אויסשפרייטן אין א געדרוקטן פארמאט.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:33 am
דורך געוואלדיג
אפן גערעדט, כדי א אינגערמאן זאל זיך פילן באקוועם צו עס האלטן אין טאש און ליינען אין ביהמ"ד דארף דאס זיין ענדליך צו עלים לתרופה מער ווי צו א משפחה, וד"ל, אונז לעבן אין גלות צווישן אידן.
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:23 am
דורך שמערל
ראובן האט געשריבן צען - צוועלעף זייטן. וועם ווענדט מען אפ מיט שרייבן בערג מיט פירכות פארוואס פיר זייטן איז נישט גענוג?
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפשר קען מען דרוקען א תמצית פון א מאמר און שיקען צו קאווע שטיבעל אויפ'ן ברייטען באשרייבונג. ס'וועט אונז אויפלעבען און דינען אלס א דערמאנונג אויף די תוכן המאמרים וואס מ'האט שוין געליינט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 2:34 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:ראובן האט געשריבן צען - צוועלעף זייטן. וועם ווענדט מען אפ מיט שרייבן בערג מיט פירכות פארוואס פיר זייטן איז נישט גענוג?
די פיר זייטן זענען כלפי די וואס האבן געזאגט עלים לתרופה סטייל, אבער ה"ה צען זייטן לעומת דרייסיג-פערציג.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 2:51 pm
דורך שמיטשיק
פיקאסא האט געשריבן:די גאנצע פי.די.עף. וועט נאכפאלגן בעזהי"ת ווען די ערשטע תגובה האט לפחות 50 לייקס.
כ'זעה אז ס'איז געווארן דאולאודעד איבער 200 מאל און נאר באקומען 36 לייקס, פשט איז אז רוב מענטשען דא זענען נישט דווקא אינטערסירט אין דעם.. דארף איך האבען כאטש א פאר מענטשען מיט וועם צוצוגיין צום טיש.
דא האט די צווייטע פעידזש פונעם מעגעזין אלס א טיזער.
מיר גארן און לעכצן
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 5:17 pm
דורך סמבטיון
די ערשטע תגובה האט שוין איר 52 לייקס באקומען, אהער מיט די סחורה.
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 5:26 pm
דורך קל וחומר
די מיילסטאון גייט זיך ארויף רוקן ביז ער גייט עס האבן גרייט...
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 6:45 pm
דורך פיקאסא
סמבטיון האט געשריבן:די ערשטע תגובה האט שוין איר 52 לייקס באקומען, אהער מיט די סחורה.
יש לו מנה רוצה מאתים... כ'האב באקומען א שרעקליכע תאווה פאר לייקס...
ערנסט גערעדט, יאך האב באקומען א באפעל פון די אחראים דא אין אישי עס נישט ארויפצולייגען אויף דערוויילע ביז מ'איז געקומען צו אן הכרעה ווי אזוי מ'גייט עס ארויסגעבען ווייטער.
ס'קען נאך אויך ארום פארן איבעראל און אנמאכן בזיונות פארן שטיבל.
תקותי אז ס'עט זיך ריקען פאראויס בקרוב ממש ואז נזכה לאור החדש.
סטעי טונד.
בתקוה להבנה ובבקשת מחילה,
ידידכם המצפה לרחמי שמים להפצת הקונטרוס במהרה
פיקאסא
נ.ב. פאר די אלע חברה וואס ס'איז זיי אנגעקומען שווער צו לייקן, און האבן געלייקט שלא כמנהגם נאר כדאי צו זעהן די פי.די.עף מעגן דאס אראפנעמען...
די אלע וואסן ווילן אז די פראדזשעקט זאל ווייטער אנגיין זאל לאזן די לייק, היות ס'איז נישט פאר מיר פערזענליך, ס'איז דא צו זעהן ווער עס איז ווארעם פאר די זאך.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:36 pm
דורך פיקאסא
עעההעם... די מייק ארבייט?... דער עולם הערט מיר?..
איז אזוי.. שטייט דער וואך אין די סדרה.. לא איש דברים אנכי.. אבער במקום שאין איש השתדל להיות פיש, וועלעך נעמען די מייק אין היינט אריין און ארויסברענגען מיינע צוויי סענט בנוגע די עתיד פון די אונזערע לאאאאאאאאאאאנג ערוואטעטע אויסגאבע/גליון/מעגעזין.
ווי דער עולם זעהט איז פארהאנען דא פארשידענע מיינונגען ווי אזוי צו ממשיך זיין מיט אן אויסגאבע מכח אל הפועל. איך האב אויך באקומען אין אישי אסאך הצעות און געדאנקען ואי אפשר לפרטם כי רבים הם, זה בכה וזה בכה. כשם שאין פרצופיהם שוות כך דעתותיהם אינם שוות אויף די עתיד פון אונזערע לאנג ערווארטעטע אויסגאבע. כ'האף און איך בעהט אז כאטשיג עפעס זאל ווערן דא פון די גאנצע מעשה און לפחות איינס פון די אלע פלענער זאל זיין סוקסעספול. איך שפיר אז ווילאנג די עולם איז נאך ווארעם, זאל מען דיסיידען ווי וואס ווען, אויב מ'נעמט עס נישט יעצט אין די האנט אריין, גייט עס נמאס ווערן בקרוב און אלע פלענע גייען אריין אין גארבידזש.
אבער איך פיל אז הנני העני מדעת קען נישט אליין מחליט זיין, קודם כל ווער זאגט בכלל אז מיין מהלך איז גוט אין די פירסט פלעיס, ושנית כל אפילו אז ס'איז יש דברים בגו ווער זאגט אז דער עולם איז אינטערעסירט אין דעם, אולי פארלאנגט די ציבור עפעס אנדערש אינגאנצן. לדעתי מיינעך אז די ביג בויז דא זיי זאלן מחליט זיין, די אלט באזעסענע חעברע וואס זיי פארשטייען בעסער די הלוך ילך דא, וואס פארשטייען בעסער צו די חומר ווי איך, און האבן א ווייטערע און ברייטערע בליק ווי מיר הם יעמדו על הפקודים ועל פיהם ישק כל דבר. ומכאן הקריאה יוצאת מקרב לבי צו אלע מנהלים אין אחראים, את אשר ישנו פה ואת אשר איננו פה היום, צו שטיין צום הילף און ראטעעווען די מצב ביפאר ס'איז צו שפעט.
ס'איז אבער זיכער אויך כדאי צו וויסן וואס אלע אנדערע חברי השטיבל - הקטנים עם הגדולים - האלטען. הגם אז די החלטה וועט האפפעלי זיין דורך די העכערע ראנגן פארט איז כדאי צו זעהן אויב ס'דא א מערהייט פון דעות וואס זענען נוטה צו איין מהלך, און דעס וועט צוגעבן צום ענגילטיגן פסק.
היות איך בין נישט פון די הנהלה איז נישט בידי צו מאכן אן אנקעטע, ממילא לייג איך ארויף דא – אין די נעקסטע פאר תגובות - די פאר בעיסיק מהלכים, א יעדעס איינס אויף אן עקסטערע תגובה. פארשטייט אז מ'וואלט עס געקענט צוטיילן אויף נאך מער מהלכים און אריין גיין בפרטי פרטים, און אין דקות'דיגע נקודות אבער ס'א שאד די צייט, איך שרייב אראפ די יסודות'דיגע מהלכים ואידך פירושא פון די קלענער פרטים וועט מען שוין מסדר זיין בעתו ובזמנו.
א יעדער ניק דא וואס פילט אז א תגובה/מהלך שפיגעלט אפ זיין מיינונג זאל איינגעבען זיין שטימע דורך דריקן אויף די "לייק" קנעפעל, אדער אויף די "טענקס" קנעפעל אין טעפטאלק. ועי"ז וועט מען געוואר ווערן מי ומי ההולכים, און אביסל אויסקלארן די לופט. מ'בעט דער עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען, ביטע נישט לייקען מער ווי איין תגובה /מהלך. אויב קען ער נישט מחליט זיין צעוושין צוויי קען ער לייקן צוויי אבל לא יותר.
וחפץ ה' בידינו יצליח.
ידידכם עוז המצפה לשמוע דעת כל אחד ואחד
פיקאסא
כת א'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:38 pm
דורך פיקאסא
כת ראשונה מרעשת: לאז אפ. פעגער נישט. וואס פעלט דאס אויס בכלל? ווער דארף עס? וואס איז די פוינט? קאווע שטיבל איז אן אנליין פורום ומנה לא תזיע. ווי אויך זענען זיי בא בטענה אז אויף קאווע שטיבל דאט קאם קען מען לייקען תגובות , מ'קען זעהן צפיות, מ'קען מגיב זיין, ס'ווערט א דיסקאשן וכו' משא"כ אויף פרינט איז נישטא גארנישט, ס'איז שווארץ אויף ווייס וזהו. ווער עס וויל ליינען מעגעזינען איז דא ב"ה לרחצה און די געשעפטן. בקיצור זיי זעהן בכלל נישט קיין תועלת און דעם. א שאד אויף די איביריגע שפייכץ און טינט.
כת ב'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:39 pm
דורך פיקאסא
כת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
כת ג'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:40 pm
דורך פיקאסא
כת שלישי מדברת: בערך אזוי ווי כת שניה, נאר נישט אזוי עקסטרים. זיי האלטען אז ס'קען האבן ביז 12 בלעטער לדוגמא. ס'מוז נישט אריינפיטען אין פאקעט, ס'גענוג אויב ס'גייט אריין אין טלית בייטעל אויך.. מ'דארף זיך נישט נארן, עס איז שווער פאר יעדן ארויסצודרוקן א סאך זייטן, און גאר א סך זענען מחליט ליבערשט צו געבן א שנעלן מיש דורך דעם פי-די-עף אויפ'ן קאמפיוטער, און דרוקן עס קיינמאל נישט ארויס. אנדערש איז אבער ווען עס איז בלויז געציילטע זייטן, אנגעפאקט מיט חומר, וועלן פיל מער מענטשן נעמען די מי ארויסצודרוקן.
כת ד'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:42 pm
דורך פיקאסא
כת רביעי טוענת: מ'זאל ארויסגעבען א געהעריגע אויסגאבע א שטייגער ווי פה-סח. ווייל די חומר וואס איז דא און שטיבעל ליינט זיך פשוט אסאך שענער ווען ס'איז ארום גענומען מיט בילדער און ווען ס'איז און שיינעם לעיאוט. ס'איז נישט מער ווי יושר פאר די טאלאנטפולער שרייבערס אז זייער ווערק זאל זיין מלא חיות אין פיל מער ליינבאר. ווי אויך האלט זיך עס למשמרת. דאז טוהט הייבן די אימעדזש פון קאווע שטיבל. מ'קען עס דאונלאודען אויפן קאמפיוטער מיט יישוב הדעת. אדער גאר ארויספרינטן אויב מעגליך ביי זיך אדער אין געשעפט. מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט עפ"י רוב זיין פלעין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס. בקיצור א פה-סח סטייל חודש'לעך נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
כת ה'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:43 pm
דורך פיקאסא
כת חמישי צועקת: בערך אזוי ווי כת רביעי נאר מיט איין גרויסע חילוק, אז די אינהאלט מיז זיין סופיריער, נאר די שענסטע און די בעסטע ארטיקלן זאלן אריינגיין אין דעם, לשם ולתפארת הקאווע שטיבל און ס'זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים. די קאמיטעי וועט דן זיין בכובד ראש א יעדע חודש וועלכע ארטיקל פאסט אריין צוגיין און וועלכע נישט. מאמרים פון די נישט פראפעשענעל שרייבערס וועלן נישט ערלויב ווערן אריינצוגיין. און וויבאלד ס'איז א קלענער אויסגאבע ווי פה-סח מיז מען זיין 100% זיכער אז ממש א יעדער איינציגסטע שטיקל איז א מעסטער פיס.
כת ו'
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:45 pm
דורך פיקאסא
כת ששי מדמיינת: דער כת גייט אויך בדעה אז ס'זאל זיין א שיינעם מעגעזין, אבער נישט סתם א מעגעזין נאר אן עכטע מעגעזין. דהייני מ'וועט נישט אריין לייגען די קאנטרעווירשעל ארטילעך, נאר קלויבען אזאנע ארטיקלעך וואס פארט מיט מיט די מעינסטרים אולטרא ארטדאקס יודעלעך, כדאי שלא לבייש את מי שאין לו שכל ושלא להרגיז את הרבנים ח"ו. מ'וועט ארויסגעבען א געהעריגע אויסגאבע, פארקויפן אין די אלע געשעפטן. די טאלאנפולע שרייבערס וואס קאווע שטיבל איז געבענשט מיט, קענען ריאיגערהייט איינפאקן אסאך אנדערע גרויסע שרייבערס פון די פאפיוליאר מעגעזינס. דער עולם וועט צוכאפן די אויסגאבע פון די שעלפס. געלט וועט אריינפליסן בשפע און מ'וועט זיך צוטיילן מיט די ביזת הים איש איש כפי חלקו.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:52 pm
דורך פיקאסא
עד כאן די פארשידענע מיינונגען וואס כ'האב קולט געווען פון תגובות ברבים ובאישי די עולם ווערט געבעטען צו ארויסגיין שטימען אין די מאסן.
טאמער איינער קען מסדר זיין אן אנקעטע מה טוב ומה נעים. והנני פונה בבקשה ווער עס האט עפעס וויכטיג צו מוסיף זיין זאל זיך לאזן הערן בשער בת רבים.
וכאן המקום להודות פאר אלע ניקים וואס האבן מיר ג'אישיד מיט חיזוק והדרכה און מיט עצות און הערות. מהם יראו וכן יעשו צו טוהן עפעס אויף למעשה און איין מאל פאר אלעמאל אויפטוהן עפעס פאר יודישקייט..
איך אפעליר דא צו יעדער איינער, אז נישט קיין נפק"מ די ווי אזוי ס'ארבעט זיך אויס ביי די ענדע, זאל מען נאל אלס פרובירן מיט צו ארבעטען בכל אופן, כל אחד כפי יכולתו.
כלנו בני איש אחד נחנו. סוכ"ס מיינט דאך איעדער די תועלת פונעם ציבור, ממילא אפילו אפילו ס'גייט נישט זיין פונקטליך אזוי ווי דיין שטומע, אל תפרוש מן הציבור. לייג אריין כחות למען כבוד שמו יתברך.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
ידידכם עוז
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:55 pm
דורך טאמבל סאס
כ'זע נישט פ"וו מ'זאל נישט כת שניה מיט כת רביעית אויך סאמהאו קענען קאנסילידעיטן.
פיקאסא האט געשריבן:כת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
פיקאסא האט געשריבן:כת רביעי טוענת:.... מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט "אויך" פלעין זיין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס....נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 7:57 pm
דורך טאמבל סאס
אה יעצט זעה ס'דא א כת שישי. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די איצטיגע לייען מאטריאל מאכן שוין די ארבעט. ספעציעל דער שפאקטיוו/שטערן, מאמענט און אזוי אויך קינדליין. הגם לדעתי אם לא יועילו, יזיקו.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:00 pm
דורך פיקאסא
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'זע נישט פ"וו מ'זאל נישט כת שניה מיט כת רביעית אויך סאמהאו קענען קאנסילידעיטן.
פיקאסא האט געשריבן:כת שניה אומרת: יא, ס'איז א גוטע געדאנק, אבער מיט א מהלך אז ס'זאל מער דומה צו אן "עלים לתרופה" סטייל בלעטעל, א יעדע וואך מיט געציילטע געקליבענע פערל ווערטער. מיט מינימום בילדער און גרעפיקס. ווי מער אריינפאקן אין די פאר זייטן. און ווי קלענער די פאנט איז אלס בעסער. אזוי וועלען אינגעלייט דאס קענען אריינפאקן אין זייערע לינקע קעשענע, און עס ליינען אן די גאו ווען קיינער זעהט נישט ח"ו. דערנאך קען מען דאס ארויפשטעלען אויף "לדעת" וועבזייטל און וועט געליינט ווערען דורך שווערע הונדערטע ליינער מדי שבוע בשבוע.
פיקאסא האט געשריבן:כת רביעי טוענת:.... מ'קען עס אפשר פארקויפן אויף עמעזאן פאר ווער ס'וויל צאלן אפאר רייניש פאר א שיינעם פארמאט. א געהעריגע דיסטריביושען איז אויך אן אפציע, למה לא. מ'קען עס לייכטערהייט שיקען פאר אלע ידידים און קרובים מקרוב ומרחוק. ועל כולם וועט עס געבן א בוסט פאר די שרייבערס צו שרייבן. די חומר וועט "אויך" פלעין זיין צוזאמגענומן פון די אלע לענגערע שיינע מאמרים פון די לעצטע חודש צייט, לאו דווקא נאר די שפיץ סחורה, נאר אויך סתם עינינים שונים וואס האט געדריקט איינעם אויפן הארץ א לענגערע צייט און האט זיך גענומען די מיה עס אראפצושרייבן, פארדינט אויך זיין פלאץ אין דעם אויסגאבע. בקיצור אלע חומר פון די וועבסייט פשוט אריינבלאזן דערין א חיות. דערנאך קעמען פארשטטייט זיך צולייגען פרישע חומר אויב ס'וועט זיין ווער עס וועט וועלן טוהן, כדאי ס'זאל אינטערסאנט אויך פאר די וואס האבן שוין געליינט אלעס....נאר נישט אלע ארטיקלן וועלען זיין די סאמע אויסדערוועהלטע חומר, און אהן די פרעשור.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
ריכטיג. ס'איז ניט קיין סתירה.
כ'מיין אבער אז ס'וועט צוטומעלט מאכן אויב מ'הייבט אהן מיט צוויי זאען אויף איינמאל. וואן סטעפ אט א טיים. לאז איינס זיך אויסארבעטען געהעריג, דערנאך ממשיך זיין מיט די נעקסטע.
איך בין גרייט צו העלפן ווי אזוי ס'זאל זיך נאר אויסארבעטען.
בברכת צלח ורכב
ידידך
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:10 pm
דורך פליקער
און אלס מתן שכרו סיי וויזוי איר האלט וועט פיקאסע אי''ה זעקלען לייקס, גם זו לפייען טובה
Sent from my VS987 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:21 pm
דורך פיקאסא
פליקער האט געשריבן:און אלס מתן שכרו סיי וויזוי איר האלט וועט פיקאסע אי''ה זעקלען לייקס, גם זו לפייען טובה
Sent from my VS987 using Tapatalk
פליק. פליק. פליק..
אדרבה זיי מסדר א אפציעלע אנקעטע, והכל על מקומו יבא בשלום...
ידידך עוז המחכה לאנקעטע רשמי בקרוב
פיקאסא
Re: קאווע שטיבל מעגעזין
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:24 pm
דורך פליקער
איך טו מיין דזשאב בשלימג דו טי דיין'ס
Sent from my VS987 using Tapatalk