בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 11:34 am
דורך שמעון וואלף
מיר דערמאנט עס אויך פון קינדערגארטן ווי די רבי האט געזאגט אז אויב מ'וועט זיין וואיל (לענינינו: אפלאזן אינטערנעט) וועט מען גיין אויף א טריפ
Re: סקווערע הדלקה
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 11:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אינטערנעט איז נישט טמא,נישט קיין איסור און נישט קיין מדה רעה. שמוץ איז, כפירה איז, לשה"ר איז און צייט פאטשקען איז.
יעצט, ווען איינער וויל פאררעכטען זיין מדות, מצות צו ירא"ש, דארף ער זיך מער דערווייטערען פון שמוץ, כפירה, לשה"ר און צייט פאטשקען.
דער טעות פון די טהרנו ארגאניזאציע'ס איז אז זיי מאכען דער פראבלעם די אינטערנעט. כאילו דאס נישט אריינגייען אין א שטוב וואס האט אינטערנעט איז אן עקסטרעמע, אבער צו דער זאכליכע, שריט אין ירא"ש. ס'האט קיין שייכות נישט, און קיין שום תועלת נישט.
און דער שטאך וועגען דער קינדערגארטען רבי איז אזא טיפיקעל סקווערער אויסברעך אז איך האב געזוכט מנשה'ס אוואטאר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: סקווערע הדלקה
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 11:52 am
דורך גר ותושב
בת קול האט געשריבן:ווייל דו האסט נאך דאן ארויפגעקוקט אויף איינעם, און מקבל געווען פון גרעסערע.
ניין נישט דאס איז די סיבה ב"ה איך האב אסאך אויף וועים ארויפצוקוקן.
איך וועל דיר מסביר זיין ברחל בתך הקטנה.
ווען איך האב געליינט די סטעיטמענטס האב איך זיך דערמאנט ווי מיין קינדערגאטן מלמד האט געהייסן יעדעם מאכן א גראדע שורה (טשא טשא טרעין בלע"ז) ווען מען איז געגאנגען צו ריסעס און טאמער איינער איז ארויס פונען שורה האט ער עים געזאגט "קוק איך בין אויך אין די טרעין קום שנעל אריין צוזאמען" ממש די זעלבע זאך האט ער דא געטוהן מען מאכט א מבצע און כדי די קינדערלעך (חסידים) זאלן מיטשפיעלן די געים (מבצע) זאגט די (קינדערגארטן) רבי איך שפיעל עס אויך מיט. וד"ל.
Re: סקווערע הדלקה
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 11:53 am
דורך גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און דער שטאך וועגען דער קינדערגארטען רבי איז אזא טיפיקעל סקווערער אויסברעך אז איך האב געזוכט מנשה'ס אוואטאר.
די מיינסט מיר?
Re: סקווערע הדלקה
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 11:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, בת קול'ס ענטפער
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:04 pm
דורך געוואלדיג
להערה בעלמא: די אשכול אין אין נייעס און נישט אין אנאליזן, ביטע לאזט די אנאליזן אין די באשטימטע אשכולות, אדער עפנט אויף נייע אשכולות און בלייבט דא מיט נייעס און בילדער.
איך חזר איבער, איינער האט ווידיאו פונעם מעמד?
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:46 pm
דורך גאנצל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:לאמיר דיר זאגן אין קורצן. ער האלט נישט ביים מאכן קיין הדלקה, צו ווייל זיין טאטע זיידע באבע איט דאזענט מעטער. יעצט געוויסע מענטשן מוטשענען שוין יארן ס'זאל זיין אן הדלקה, דער ווייל ער מיינט גשמיות, דער ווייל ער מיינט רוחניות, און דער ווייל ער וויל נישט מ'זאל גיין צו קרית יואל (ששש זאג נישט אויס...) און דער ווייל ער וויל זיך פילען ווי אין מירון.
יעצט אלע ווייסן אז ער האט א שוואכקייט צו זיין מלחמה מיט טעכנעלאגיע וואס ער פירט שוין א קנאפער צוואנציג יאר. זענען זיי ארויף געטאנצן אויפן רעיון צו מאכן א "מבצע" טעכנעלאגיע וואס מיט דעם טאטשט מען אים אין זיין "סאפט ספאט"וואס אויף דעם (גלייבט ער) אז ס'ווערד צו פארקוקן. צו ער גייט אויך טוישן אויף וואס ער האלט אז זיין טאטע האט אים דירעקט באפוילן וועגן א מנין? ניין.
נישט אז איך האלט פון דעי מהלך פשט'לעך און חשבונות. ענדערש די מהלך "דא בין איך בעה"ב אין איך זאג יא אויפן הדלקה", נוסח קרית יואל. אבער שוין. חבל.
יישר כח דו זאגסט כאטש עפעס ווערטער
על אף וואס עס קומט מיר פאר זעהר אינטערסאנט ווייל ביז יעצט האב איך געמיינט אז מ'האט געמאכט די הדלקה וועגן ביטול כלים דערווייל לדבריך האט מען געמאכט ביטול כלים כדי צו קענען מאכן א הדלקה
אבער דעם רבי'ן האסטו גוט פארענטפערט
נ.ב. וויל איך כלאר מאכן אז איך נעם מיך אינגאנצן נישט אן פאר דען שו.......... ראטענבערג און זיינע פעולות רע דארף פארדאמט ווערן איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען וועגן די כלים
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:47 pm
דורך גאנצל
געוואלדיג האט געשריבן:להערה בעלמא: די אשכול אין אין נייעס און נישט אין אנאליזן, ביטע לאזט די אנאליזן אין די באשטימטע אשכולות, אדער עפנט אויף נייע אשכולות און בלייבט דא מיט נייעס און בילדער.
איך חזר איבער, איינער האט ווידיאו פונעם מעמד?
לידיעה בעלמא יעדע נייעס אשכול ווערט דא באצירט מיט אנאליזן נישט פארהאנען דא קיין אשכול מיט בלויז בילדער
Re: סקווערע הדלקה
נשלח: פרייטאג מאי 27, 2016 12:51 pm
דורך mevakesh