בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 10:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען ס'איז טאקע דא א קלארער ספרעד-שי"ט, קען מען אפשר זען? אוודאי אן די נעמען, נאר די גענוי'ער ציפער'ן, וויפיל פון יעדער איינער, פון וואס באשטייט די גרופע, ס'איז דא א סבה פאר אן א.ט.ד. זיך צו דערווייטערען פון די גרופע אז מ'זאל זיך אויף דעם נישט פארלאזען?
ס'איז נוצליך פאר עסקנים, מחנכים, מענטשען וואס ווילען זיך האלטען בעסער ווי א צווייטען ועוד. דאס אז ס'איז דא א קלארע אנקעטע אויף א.ט.ד. איז אן עכטע שטיק נייעס וואס וואלט געמעגט שטורעמען די וועלט.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 12:19 pm
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:שבת, די שרייבסט אז מ'האט גערעכענט פראצענטואל. אפשר קענסטי זאגן וואספארא נאמבערס די האסט געניצט.
איך שטעל מיך פאר אז די רעדסט פון די ניו יארקער אידענטום, אלזא וויפול געוויכט האסטי געגעבן פאר די פאלגענדע גרעסערע קהילות:

סאטמאר
ליבאוויטש
סקווירא
בעלז
וויזניץ
גור


אלע פון די קהילות (חוץ חב״ד) האבן א אנ״ש ליסטע, סאיז בכלל נישט שווער אויסצורעכענען אזא זאך.


געב ארויס די נומערן און עמיר דעסיידן ווי אקוראט דאס איז.

די סאטמארע אנ"ש ליסטע, למשל, רעכענט אריין (כמעט) יעדער וואס זיין טאטע איז אמאל געווען ביים ציון אין ק"י

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 3:51 pm
דורך שבת אחים
איך בין נישט גענצליך בעה״ב אויף די שטודיע, סאיז דא נאך פיר מענטשען וואס האבן געארבעט דערויף, און איך גלייב נישט זיי גייען מסכים זיין ארויסצוגעבן די פונקטליכע ספרעיד-שי״ט מיט די פונקטליכע ציפערן, אבער איך וועל זיי אנפרעגן.

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:32 pm
דורך יעקב מענטש
שבת אחים האט געשריבן:איך בין נישט גענצליך בעה״ב אויף די שטודיע, סאיז דא נאך פיר מענטשען וואס האבן געארבעט דערויף, און איך גלייב נישט זיי גייען מסכים זיין ארויסצוגעבן די פונקטליכע ספרעיד-שי״ט מיט די פונקטליכע ציפערן, אבער איך וועל זיי אנפרעגן.

פארוואס נישט ?

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:40 pm
דורך תורה ומדע
אסאך טינט האט זיך שוין פארגאסען איבער דעם טאפיק.
לייענט אדורך דעם בוך פון א חוקרת וואס האט גרונטליך געמאכט ריסירטש אין דעם ענין.
http://www.offthederech.com

נשלח: מאנטאג מאי 30, 2016 4:48 pm
דורך שבת אחים
תורה ומדע האט געשריבן:אסאך טינט האט זיך שוין פארגאסען איבער דעם טאפיק.
לייענט אדורך דעם בוך פון א חוקרת וואס האט גרונטליך געמאכט ריסירטש אין דעם ענין.
http://www.offthederech.com


נעה, מרעדט דא פון גאנץ עפעס אנדערש, וויפל אטדיס סקומען ארויס פון געוויסע חסידות׳ן, כגלייב נישט אז ער רעדט בכלל פון די טאפיק, ער רעדט פון עצות וויאזוי צו צוריקהאלטן פון גיין אטד

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 10:30 am
דורך חברהמאן
אז מ'רעד שוין דערפין וויל איך פרעגן, ווער האט אויפגעמאכט די נאמען א. ט. ד. ?

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:29 am
דורך טאמבל סאס
אז מ'רעדט שוין, דעפיין א.ט.ד?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 11:49 am
דורך [NAMELESS]
Over the dosage

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 2:41 pm
דורך שמעון וואלף
On The Derech

Re: א.ט.ד. פראצענט נומערן

נשלח: דינסטאג מאי 31, 2016 6:12 pm
דורך ירא שמים
גורן האטד