בלאט 3 פון 3
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 9:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט קיין סאך געלט נישט דערלייגט, ער ברענגט סך הכל א גמרא, עירובין פ., און דארט דארף מען עכ"פ דעת אשתו, ועיי"ש בתוס' ד"ה רגיל. דאס האט גארנישט מיט ב.פ. און וומסב"ג ווי די מענטשען און זייער ווייבער זענען ביידער מעכב.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:01 pm
דורך מפוזרי
ער זאגט דארט די ווערטער: ואחד מבני חצר מערב עליו אפילו בעל כרחו אפילו משלו מפני שהוא אוסר עליהן.
אין אידיש: מ'קען מערב זיין בע״כ אפילו משלו אבער נישט דװקא משלו נאר אפילו פון א צווייטן, וואס דאס קען נישט צוגיין נאר דורך זיכוי על אף וואס דער מזוכה איז מוחה.
זעט מען קלאר אז ס'דא אזא מושג ווי זיכוי בע״כ. נאר ווי כ'האב שוין דערמאנט איז דאס נאר ווען ער אסר'ט און מ'קען נעמען בע״כ.
אמת להלכה קריגט מען זיך וואס מיינט רגיל, אבער בי״ד קען בכל אופן צווינגען כשאוסר גם באינו רגיל, וממילא שייך זיכוי.
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האי תנא הוצאה הכנסה קרי לה. מ'רעדט נישט פון זיכוי, מ'רעדט פון נעמען.
מ'רעדט פון רגיל, האסטו געברענגט א 'מושג' פון ב"ד צווינגען.
מ'רעדט פון ע"י אשתו, און פון דעם האסטו פארגעסען.
ווער איז דער ב"ד וואס צווינגט? פון ווי נעמען זיי דער רעכט? מי שמך לאיש?
בקיצור לא קרב זה אל זה כל הלילה.
Don't give up your day job
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ואען עוד ואומר, די עירוב מאכער'ס שטעלען אלס א פני תם אז ס'איז נישט יענעמ'ס ביזנעס 'ווילסט נישט טראגען, טראג נישט. ווער צווינגט דיר?' דערווייל שטייט דער גאנצע ענין אויף א כפייה, א שיטה אז דער צווייטע איז ניטאמאל בארעכטיגט צו האלטען זיינס. הייסט'ס ר' משה פיינשטיין איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט די נייעם דור פון קטלא קניא באגמא'ס!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 10:48 pm
דורך mevakesh
איך פארשטיי נישט וואס דער ליטוואק איז דא אזוי ווילד און ער שרייט נאך אז קטלא קניא לאזן נישט צו קיין צווייטע דעה בשעת דא קוקט אויס אז דער וואס פארנעמט נישט קיין צוויטע דעה איז גאר פון בודאפעסט
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:06 pm
דורך קל וחומר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ואען עוד ואומר, די עירוב מאכער'ס שטעלען אלס א פני תם אז ס'איז נישט יענעמ'ס ביזנעס 'ווילסט נישט טראגען, טראג נישט. ווער צווינגט דיר?' דערווייל שטייט דער גאנצע ענין אויף א כפייה, א שיטה אז דער צווייטע איז ניטאמאל בארעכטיגט צו האלטען זיינס. הייסט'ס ר' משה פיינשטיין איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט די נייעם דור פון קטלא קניא באגמא'ס!
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
הער ליטוואק, קודם כל די תשובות ספרים זענען פיל מיט דעם פראבלעם פון זיכוי, ס'איז נישט די ערשטע דור וואס ליידט פון שלעכטע מענטשן, האסט נישט אנדעקט אמעריקע, גיי קוק נאך,ס'דא אסאך צירופים להיתר ועוד חזון.
יעצט בנוגע ר' משה פיינשטיין ז"ל, אפאר נקודות, קודם כל אפילו לשיטתו איז מותר צו מאכן אן עירוב אין ברוקלין וויבאלד ס'וואוינען נישט קיין דריי מיליאן נפשות אין סיי וועלכע שטח פון י"ב על י"ב מיל איבער גאנץ ברוקלין. דאס וואס ר' משה שרייבט אז ס'וואוינען יא, איז נישט מכח ההלכה, נאר ווי ער אליין שרייבט אז לויט ווי מ'געט אים איבער וכו'.
חוץ פונעם פאקט במחילת כבודך אז דעס איז א נייע חידוש שלא שמענו עד הנה, ועוד אפשר לאכסטע אפ פונעם היינטיגן ר' משה וואס קריגט אויף ר"ת וואס זאגט אז ס'איז שוין נישט דא קיין רשה"ר בזמן הזה, (חוץ מזה וואס ר' משה קען זיך אמאל דינגען מיט ראשונים וגדולי האחרונים, ק"ו בן בנו של ק"ו אז ר' פישל הערשקאוויטש מעג זיין זיין בר פלוגתא (וואס בדרך אגב האט ער זיך נישט פארוועם זיך צו שעמען).
נשלח: מיטוואך יוני 01, 2016 11:07 pm
דורך הקטן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ואען עוד ואומר, די עירוב מאכער'ס שטעלען אלס א פני תם אז ס'איז נישט יענעמ'ס ביזנעס 'ווילסט נישט טראגען, טראג נישט. ווער צווינגט דיר?' דערווייל שטייט דער גאנצע ענין אויף א כפייה, א שיטה אז דער צווייטע איז ניטאמאל בארעכטיגט צו האלטען זיינס. הייסט'ס ר' משה פיינשטיין איז ניטאמאל א בר פלוגתא מיט די נייעם דור פון קטלא קניא באגמא'ס!
ר' משה לאזט זיך נישט מזכה זיין מיט פת??
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 6:01 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וועל נאכאמאל מסביר זיין. ווען מ'עט טאקע אננעמען אז דא איז פארהאנען צוויי לעגיטימיע מיינונגען, און יעדער איינער זאל אננעמען ווי ער פארשטייט, אזוי ווי די דוגלים בעד העירוב האבען אלס געטענה'ט, פאסט נישט צו צווינגען דער מתנגד אינ'ם עירוב חצירות אריין.
אבער יעצט ווייזט זיך אויס אז נישט נאר מ'האלט זיך בני פלוגתא פון ר' משה (!), נאר אז זיין מיינונג איז גארנישט און דער וואס האלט אין דעם איז גאר די שלעכטע!
פלוצלונג איז שוין די גאנצע פיינקייט און איידעלקייט נישט וויכטיג! נישט נאר זימערמאן און שפיגעל שרייען, נאר די דוגלים בעד זענען די זעלבע גארבעדזש.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 8:25 am
דורך mevakesh
רבי משה האלט נישט אז מען טאר נישט זוכה זיין אין דעם פת דאס טוען נאר מענטשן וואס האלטן נישט אויס אז עס איז דא וואס האלטן אנדערש פון זיי
און מזכה זיין א פת בעל כורחו פון איינעם. צווינג איך נישט באמת גארנישט אויף יענעם עס איז א הלכהדיגע פראצעדור
דערמאנסט מיר די מעשה פון יענער וואס האט געמאכט א סוכה מיט לבוד וכדומה און נאכדעם האט ער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי די קאץ איז אריין..
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 8:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ר' משה האלט אז מ'טאר נישט טראגען. ער וויל נישט העלפען א צווייטען טראגען מחמת זיין מיינונג אז ס'איז חילול שבת. ער מוז אנפרעגען דער סערדעהעלי איידער ער האלט אזוי?
און אגב אורחא, קורץ נאכ'ן מאכען די עירוב אין ב.פ. בין איך געווען ביי א ברית און דער סערדעהעלער איז געווען מוהל. ביים סעודה האט ער צוזאם גערעדט וועגען זיין עירוב. דער אגענדע האט געטראפקעט פון אלע זייטען. נישט קעגען סאטמאר נאר קעגען ליטווישע. צוזאמענגעשטעלט חלב עכו"ם מיט שחיטה מיט איך ווייס וואס, כאילו דאס האט עפעס מיט הלכות שבת
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:09 am
דורך מפוזרי
הער מיר אויס ר' ליטוואק, צו זיין האנעסט און מודה זיין אז מ'האט געהערט עפעס נייעס, איז שווער אפילו פאר א ליטוואק. אבער אזויפיל האב איך יא ערווארטעט, אז אן אפשטאמיגער פון ליטע זאל כאטש קענען גוט אפליינען. מילא, אן אַנטוישמענט. אבער אזוי צו ענטפערן שלא ממין הטענה בשעת ס'קלעפט זיך נישט קיין ווארט צו א ווארט, דאס איז שוין צופיל. כ'האב מורא ביסט יא בודאפעסט [emoji34].
איך וועל צונעמען די זאך צוביסלעך.
ס'דא צװײ באזונדערע נושאים וואס דו מישסט צאם.
איינס איז אין הלכות ערובין, צי מ'קען צונעמען פת בע״כ פון איינעם וואס וויל זיך נישט משתתף זיין.
אויך אין דעם ענין האסטו גערעדט שטותים, און איך וועל עס שפעטער צורירן.
דער צווייטער נושא איז אין דיני ממונות. לו יצוייר אז מ'קען צונעמען בע״כ, אבער בפועל האט מען עס נישט געטאן, קען מען מזכה זיין בע״כ? אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז יא. האסטו געשריבן: נארישקייטן.
איך צוטיר:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מפוזרי האט געשריבן:אין א פלאץ וואו מ'מעג נעמען פת בע״כ, דהיינו דארט ווי יענעמס אי השתתפות אסר'ט, קען מען אויך מזכה זיין בע״כ.
כפי מיטב ידיעתי, איז א מענטש א בעלעבאס אויף זיין פארמעגען און טאמער ער וויל עפעס נישט באקומען, איזמעס נישט זיינס.
איך ווייס אז די יונגעלייט וואס די פרא-עירוב פארטיי האט געדינגען צו שרייבען אקעגען די אנטי-עירוב פארטיי האבען שוין מצליח געווען צו טרעפען און שאפען מראה מקומות אויפצוווייזען אז מ'קען מזכה זיין בע"כ (געדענק, איך בין אין די אינדוסטרי), אבער למעשה איז עס נערישקייטען
דו האסט געטענה'ט מצד דיני ממונות אז מ'קען נישט געבן איינעם בע״כ, עפעס וואס ער וויל נישט. והאמת, אז ס'איז אן עמימות אין די פּוסקים.
האב איך געברענגט א רשב״א וואס זאגט קליפ און קלאר אז מצד הלכות זיכוי, איז דא אזא מושג פון מזכה זיין יענעמען אפילו ווען ער איז מוחה.
איז דאס א גרויסע געפינס? איך מיין אז יא. אז ס'איז ווערד געלט האסטו געזאגט. איך האב עס געשאָנקען בחנם. אז דו ווילסט נישט דאַנקען ווייל ביסט א שונא מתנות, האסטו א ברירה צו באצאלן. אבער קומען טענהן אז לויטן רא״ש איז מען נישט כופה שלא מדעת האשה, איז אינגאנצן שלא ממין הטענה און פּאַסט ניט פאר א יוצא ליטא.
בנוגע דער נושא פון כופין יבא המשך אי״ה.
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:22 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער רשב"א רעדט פון נעמען און דו רעדסט פון געבען.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 9:48 am
דורך מפוזרי
ניין, דער רשב״א רעדט אויך פון מזכה זיין. קוק גוט אריין נאכאמאל, איך האב שוין פריערט צוטירט די מערסט רעלעוואנטע ווערטער.
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 10:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
'אפילו משלו' מיינט מ'קען נוצען זיין מעהל, ווען זיין ווייב גיבט עס, און ס'איז נישט קיין גזל. נישט משלו פונ'ם אנדערען בן החצר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:24 am
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'אפילו משלו' מיינט מ'קען נוצען זיין מעהל, ווען זיין ווייב גיבט עס, און ס'איז נישט קיין גזל. נישט משלו פונ'ם אנדערען בן החצר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
אפשר אנדערע פאשטייען אז דיין אפשרדיגע פשט איז נישט אפשר?
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 11:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער יעדער דארף זיך רעכענען מיט יעדעמ'ס פשט, האסטו סתם אזוי נישט קיין רעכט צו מאכען אן עירוב....
דאס איז נישט קיין פשט, דאס איז פשוט טייטש. א תשובה איז נישט קיין הלכה ספר וואס איז געשריבען ווי א תורה שבכתב. ער ברענגט גמרות פארלאזענדיג אז מ'קען זיי. נאר געדינגענע יונגעלייט, צו טוענים, האבען א מנהג ארויסצושלעפען א פאר ווערטער פון א תשובה צו ווארפען זאמד און פארשווייגען אנדערע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:59 pm
דורך מפוזרי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:'אפילו משלו' מיינט מ'קען נוצען זיין מעהל, ווען זיין ווייב גיבט עס, און ס'איז נישט קיין גזל. נישט משלו פונ'ם אנדערען בן החצר.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מיין דיוק איז פון די 'אפילו' משלו, ד״ה נישט נאר ווען דער אנדערער בן חצר איז מערב פארן מוחה פון זיין - דער אנדערער בן חצר'ס - אייגענער מעל (וואס דאס מוז צוגיין ע״י זיכוי), נאר אפילו משלו ווען ער נעמט דעם מוחה'ס מעל בע״כ.
און איך האב עס שוין קלאר געשריבן, זעט אויס אז איר האט א פראבלעם מיט הבנת הנקרא.
מפוזרי האט געשריבן:ער זאגט דארט די ווערטער: ואחד מבני חצר מערב עליו אפילו בעל כרחו אפילו משלו מפני שהוא אוסר עליהן.
אין אידיש: מ'קען מערב זיין בע״כ אפילו משלו אבער נישט דװקא משלו נאר אפילו פון א צווייטן, וואס דאס קען נישט צוגיין נאר דורך זיכוי על אף וואס דער מזוכה איז מוחה.
זעט מען קלאר אז ס'דא אזא מושג ווי זיכוי בע״כ.
און ס'נישט נאר פון דעם שורה, וואלסטו אריינגעקוקט אינעם רשב״א, וואלסטו געזען אז דער גאנצע נדון איז כסדר אין די ביידע מעגליכקייטן בין אם לוקחים מן המוחה ובין אם לוקחים מן המערב בשבילו.
איך האב לכתחילה געבעטן זאלסט גוט מעיין זיין, ווייל איך האב נישט קיין נערוון אריבערצוגיין מיט דיר דער גאנצער תשובה ווארט פאר ווארט און אויפווייזן אז ס'נישט מעגליך צו לערנען אנדערש.
בד״וו, איך בין נישט געדונגען, האסט מיר נאכנישט באצאלט. דו ווידער, ביסט יא געדונגען כפי הודאת פיך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'האט מיר נישט געדינגען לגבי דער עירוב. נאר פאר אנדערע זאכען
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:13 pm
דורך מפוזרי
איך פארשטיי, איך רעד לגבי די קוואליטעט פוו די סארט יונגעלייט וואס מ'דינגט.
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 3:01 am
דורך שטילע אינגערמאן
מיט א העפטיגע קאמפיין

נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 10:23 am
דורך אפשר
דוכט זיך מיר אז אין בארא פארק טראגט כמעט יעדער. חוץ אין סאטמארער שול אויף 52 וואו עס שטייט א גרויסער פלאקאט אז מען טאר נישט אריינברענגען עניטינג אין שול.
אבער איך מיין אז אפילו אין סאטמאר טראגט א גרויסע ציבור יא
Re: אפשר איז שוין צייט מתיר צו זיין דעם עירוב
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 10:33 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין לעיקוואוד מנין הענגט אויך א שילד, פאר די טויזענטער מתפללים
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 26, 2016 2:58 pm
דורך אביסעל שכל
ביז וואו איז דער עירוב אין בורו פארק אויף די זעכציגע זייט?