בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
גר ותושב האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: האביך ערשט געכאפט וואס ער מיינט צו זאגן... :lol:


איך האב נאך אלס נישט געכאפט אפשר ביסטו מפרש די צוויי ווערטער "האאט" "לאררי"

גר ותושב: דו ביסט אפשר אן אונגערישער... :lol: ? או.קעי. אין ענגלאנד רופט מען א סאך זאכן וואס איז ביי אונז זייער פשוט מיט אנדערע נעמען און טערמס.
פאר א טראק זאגן זיי..."לאררי"...און צו זאגן..."האנק דע הארן"...זאגן זיי..."האאט"...און נאך צענדליגער אנדערע ווערטער וואס איינער וועלכער וואוינט אין אמעריקע וועט זיך נישט פארשטיין מיט אן ענגלישן בירגער...למשל, ווען אן ענגלישער וועט זאגן אז ער האט א ...,"פלעט"... מיט גרויס שמחה וועט איהם דער אמעריקאנער אנקוקן מיט שטוינונג. לשמחה מה זו עושה...?! ווייל אין ענגלאנד דאס ווארט ..."פלעט"... מיינט א דירה. אן אפארטמענט. לעומת ווען ער/זי וועט זאגן אז ער איז געקומען שפעט ..."ווייל ר'האט געהאט א..."פאנטשער" וועט דער אמעריקאנער נישט וויסן וואס ער רעדט...

Flat = apartment.
Lorry = truck.
Hoot = honk.
Cupboard= kitchen closet/food pantry.
Puncture (Pronounced Paancher) = Flat tire.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
כ'מעג אויסדריקן מיין אנטריסטונג ברבים?

זייער א שוואכע ריספאנס צום צווייטן מאל וואס דער זשורנאל איז ערשינען. כ'האב עקספעקטעד אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס וועלן דא דאונלאודן, לייקן, אויסדריקן א דאנק, זאגן הערות והארות, אנאליזן איבער די ערשינענע ארטיקלן, א.א.וו.

למעשה איז די ריספאנס זייער שוואך, און עס אנטמוטיגט מיר אביסל אנצוגיין מיטן שווערן ארבעט פון ארויסגעבן א חודש'ליכע זשורנאל.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 9:37 pm
דורך mevakesh
עס קומט זיך גאר א גרויסע דאנק פאר שש און פיקאסא און אלע אנדערע וואס לייגען אריין גאר שטארקע כוחות ביז עס קומט צו ארויסצוגעבן אזא דבר השלם
איך שעם מיך טאקע אז איך האב געדארפט האבען א דערמאנונג צו ארויסברענגען מיין טיפע דאנק
בכלל לדעתי איז דער יעצטיגע גליון פילפאכיג שטערקער ווי דער ערשטער בעיקר צוליעב דעם רייכען אינטערוויו מיט ענגלאנד פון וואס איך האב גאר שטארק הנאה געהאט
און פאר שש וויל איך ארויסברענגען הגם איך טוה נישט אוועקמאכען דיין אנטריסונג איז אבער אסאך מאל די מציאות אז פאר שוואכע סחורה איז דא א גרויסע ווינט און אנערקענונג אבער פאר גוטע סחורה קומט עס נישט אזוי שנעל אבער די אפעקט גרייכט פיהל גרעסער און טיפער
והעיקר תחזקנה ידיכם להמשיך בעכודת הקודש לתפארת בית ישראל

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 9:37 pm
דורך קאמענטירער
אדנירם האט געשריבן:כ'מעג אויסדריקן מיין אנטריסטונג ברבים?
זייער א שוואכע ריספאנס צום צווייטן מאל וואס דער זשורנאל איז ערשינען. כ'האב עקספעקטעד אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס וועלן דא דאונלאודן, לייקן, אויסדריקן א דאנק, זאגן הערות והארות, אנאליזן איבער די ערשינענע ארטיקלן, א.א.וו.
למעשה איז די ריספאנס זייער שוואך, און עס אנטמוטיגט מיר אביסל אנצוגיין מיטן שווערן ארבעט פון ארויסגעבן א חודש'ליכע זשורנאל.

אלץ די ווייניג דאונלאודס מייניך איז אפשר שולדיג עמעזאן און אזוי אויך די טירט פארטי מפיצים (איך פערסענלי האב עס געדאונלאד דריי מאל לכבוד דעם\ אדער ווייל כהאב עס בטעות אויסגעמעקט...

מיט הערות איז מיין מעשה אזוי, אז איך פארגין מיך פשוט נישט צו עס ליינען אזוי פארכאפטערהייט בין תנור וכריים, איך קען מיך עס נישט ערלויבען צו פארפאטשקענען די גאלדענע הנאה אין א שוואכע מינוט, און איך וויל אביסעל צוווארטען ווען דער דערהויבענע מינוט בניחי דעתי ונפשי וועט אנקומען (לכתחילה האב איך געקלערט פון שבת נאכמיטאג אבער למעשה איז מיר אונטערגעקומען די שווערע אויסדערווארטעטע שלאף) ממילא האב איך נישט וואס צו קאמענטען

וואס עס בלייבט איבער אנצומערקען אז דער גליון דארף דאך טון די ארבעט וואס מען ערווארטעט פון איר דהיינו ''אויפציוועקן'' די עולם שוין זאל ער ערליך אויספירען זיין שליחות בנאמנות

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 10:01 pm
דורך גר ותושב
איך האב באשטעלט די אויסגאבע איז איך האב עס נאכנישט געליינט קען איך נישט מגיב זיין אויפן תוכן לגבי די ווייניג דאונלאודס עס איז אריבער סך הכל א טאג מיט א וויקענד וואס אייביג ביי א וויקענד איז די טרעפיק דא קלענער ווארט צו דער עולם זאל צוריק גיין און די אפיסעס וועט זיך אנערקענען מער תגובות און דאונלאודס.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 11:12 pm
דורך שלום על ישראל
אויף די פאבליקעשאן טשענעל אויף טעלעגראם האבן עס 514 געזעהן (לאו דוקא דאונלואדעד). עס איז געווען אויף אסאך אנדערע ערטער, ווי Issuu, וכדומה.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 11:23 pm
דורך פרייוויליג
אדנירם האט געשריבן:כ'מעג אויסדריקן מיין אנטריסטונג ברבים?

זייער א שוואכע ריספאנס צום צווייטן מאל וואס דער זשורנאל איז ערשינען. כ'האב עקספעקטעד אז ס'וועלן זיין מער מענטשן וואס וועלן דא דאונלאודן, לייקן, אויסדריקן א דאנק, זאגן הערות והארות, אנאליזן איבער די ערשינענע ארטיקלן, א.א.וו.

למעשה איז די ריספאנס זייער שוואך, און עס אנטמוטיגט מיר אביסל אנצוגיין מיטן שווערן ארבעט פון ארויסגעבן א חודש'ליכע זשורנאל.

איך האב דאס ארויסגעפרינט און געליינט שבת העעל״ט. ראובן און יאיר׳ס ארטיקלן האבן געגאסן אויף מיך עונג פון תענוג. אדאנק פאר די איבערמידליכע ארבעט. אה שיעור נישט פארגעסן, די עדיטאריעל איז געווען זייער שיין.

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 11:50 pm
דורך ווייל אזוי
[tag]אדנירם[/tag] איך האב נישט געוויסט אז מיינע ווערטער מאכן אויס.

איך האב אזוי איבערגעבליקט "דער וועקער" און איך האב זייער הנאה געהאט פון אלעס, ספיציעל די שומרים ארטיקל איז מיר זייער שטארק געפאלן...

די ארבייט איז געוואלדיג, מ'זעהט די שווערע ארבעט אין דעם, ס'בלייבט נאר איבער צו זאגן א ריזיגע ש'כח און וואונטשען הצלחה אויף ווייטער.

אלץ א זאטיגע נאטיץ דאכציך אז קיין שום מאגעזין באקומט נישט קיין קאמפלימענטס יעדע וואך, מ'זאגט אפ אלע ש'כח'ס ביים ערשטען אויסגאבע און ווי לאנג ס'איז נישט דא קיין קריטיק פארט אלעס כשורה.

נאכאמאל את דאנק אייך [tag]אדנירם[/tag] און [tag]פיקאסא[/tag] פאר די הערליכע ארבעט שלא על מנת לקבל פרס.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 12:54 am
דורך אדונינו
יעצט געליינט דער וועקער, א דאנק פאר אלעס, !!!it's beautifull

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:32 am
דורך Chuchem
כ'האב עס געקויפט כדי אז איך זאל נישט דארפן לעקן די פינגער ווען איך סקראול אראפ אויפן מחשב.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 4:07 pm
דורך גאנצל
כ'בין עס נאכנישט אנגעקומען צו ליינען דערפאר קיין קאמענט נאך נישט פארהאנען

אבער א דאנק פאר די איבערמידליכע ארבעט דארף מען סיי ווי פארליינען נו געגאנען

א גרויסען דאנק @שש @פיקסא

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 5:21 pm
דורך שמעקעדיג
גם אני מצטרף לגאנצל, נאך נישט אנגעקומען עס צו ליינען, אבער עס איז א פראכטיגע ארבעט, ובדין הוא שיטול שכרו.
זאלט עטץ זוכה זיין צו פארשפרייטן דעם דבר ה' צווישן עם ישראל.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דער וואס שרייבט עני טינג אין דער אשכול איז פארזיכערט מיט א לייק פון שש.
נו? עני וואן?

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:33 pm
דורך שלום על ישראל
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דער וואס שרייבט עני טינג אין דער אשכול איז פארזיכערט מיט א לייק פון שש.
נו? עני וואן?

יעצט האסטו עס גע'הרג'ט! האסט מיר נישט געקענט דאס זאגן אין אישי?

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 10:06 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט ארויסגעפרינט הערליך איז נישט דאס וארט!!
א ריזיגע שכויח פיקאסע און שש מיט ראובן אין אלע העלפערס אין שרייבעררס

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:22 pm
דורך גר ותושב
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דער וואס שרייבט עני טינג אין דער אשכול איז פארזיכערט מיט א לייק פון שש.
נו? עני וואן?

א שיסטער גייט מיט צוריסענע שיך? @שש געב עים א לייק ער בעיט דאך אזוי שיין.

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:26 pm
דורך קל וחומר
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:דער וואס שרייבט עני טינג אין דער אשכול איז פארזיכערט מיט א לייק פון שש.
נו? עני וואן?

האב איך שוין געשריבן מיט א האלב יאר צוריק.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:32 pm
דורך א איד
אינטערעסאנט דו האסט יא באקומען א לייק פון עם דארט

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 1:54 am
דורך Chuchem
לייקס אהין לייקס אהער.

שטייט דא א איד וואס האט מקדיש געווען עטליכע שלאפלאזע נעכט (אדער אפאר פראדאקטיווע טעג; נעמטס און אכט אז דער גראפיקער וואוינט אין אן אנדערע טיים זאון, ) און בעט זיך "ווייזט ארויס אביסעל אנערקענונג פאר די איבערמידליכע ארבייט פון צוזאמשעלן אזא וואונדערבארן דשורנאל", און עולם גולם כאפט נישט דעם רמז. @שש וויל מען זאל באצאלען, אבער אין קאווע קארענסי, לייקס בלע"ז.

איז אלזא, די ערשטע פאוסט זאל לכל הפחות האבען די זעלבע מספר פון לייקס ווי דאונלאודס.

חוץ פון קרעדיט פאר עריכה, מוז איך צולייגען אז די צוויי ארטיקלען פון @שש'ן איז געווען אן עקסטרע הנאה.

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 1:58 am
דורך Chuchem
איצטער האלט עס ביי 911 דאונלאודס ווס. 68 לייקס!!!

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 4:11 am
דורך [NAMELESS]
Chuchem האט געשריבן:לייקס אהין לייקס אהער.
שטייט דא א איד וואס האט מקדיש געווען עטליכע שלאפלאזע נעכט (אדער אפאר פראדאקטיווע טעג; נעמטס און אכט אז דער גראפיקער וואוינט אין אן אנדערע טיים זאון, ) און בעט זיך "ווייזט ארויס אביסעל אנערקענונג פאר די איבערמידליכע ארבייט פון צוזאמשעלן אזא וואונדערבארן דשורנאל", און עולם גולם כאפט נישט דעם רמז. @שש וויל מען זאל באצאלען, אבער אין קאווע קארענסי, לייקס בלע"ז.
איז אלזא, די ערשטע פאוסט זאל לכל הפחות האבען די זעלבע מספר פון לייקס ווי דאונלאודס.
חוץ פון קרעדיט פאר עריכה, מוז איך צולייגען אז די צוויי ארטיקלען פון @שש'ן איז געווען אן עקסטרע הנאה.

ייש"כ על דברי העידוד.

אבער כ'וויל גראדע אויך מ'זאל באשטייערן מיט עכטע געלטער, ווער ס'האט די מעגליכקייט. פיקאסא לייגט אריין אומגעהויער אסאך צייט, און באשטייערן מיט געלט - אויב ס'איז מעגליך - וואלט אים געוויזן הכרת הטוב, און געגעבן א שטופ אויף ווייטער. מ'קען אריינשיקן געלט צום פעיפעל אקאונט: https://www.paypal.me/Veker

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 2

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 9:16 pm
דורך גר ותושב
שוין באקומען די אויסגאבע זייער שיינע גרעפיקס (הערה קטנה page 2 די מפתח וואלט געמעיגט זיין א בעסערע גרעפיק צו ארויס ווייזן פונקטליך וואס איז חדשות און מין הגנזים אנדערש ווי שרייבן די נומערס) די עדיטאריעל פון @שש אין די דעת הקהל דורך @רימון איז שוין אראפ געשלינגען געווארן מיט גרויס דארשט (איך בעיט אייך איבער הרב @ליטוואק אבער צו ליינען די ליינער רעאגירן אן צו וויסן אויף וואס זיי רעאגירן איז דאך נישט מסתבר האב איך עס אויסגאלאזט ועוד אשלים בלי נדר) ישר כח איך האב שטארק הנאה געהאט מען זעיט אן די שווערע ארבעט וואס ענק האט אריין געלייגט קיפ איט אפ.

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 10:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשולדיגט פאר'ן זיך אזוי שלעפען, אבער מ'קען שוין קויפען דער נייע וועקער אויף שווארץ און ווייס פאר בלויז $6 דא.
פאר דער וואס האט פריים, און וויל נישט צאלען שיפפינג, קען מען עס קויפען אויף עמעזאן דא. די פרייז איז די זעלבע, נאר מיר מאכען מער ריוח פון די ערשטע סייט, נישט עמעזאן, דעריבער בעט מען פאר דער וואס האט נישט קיין ריטח פון נוצען עמעזאן, זאל ער נוצען createspace

אגב אורחא, אין דער עמעזאן פעידזש וועגען דער קאלירטער וועקער, האבען צוויי מענטשען געשריבען רעוויו'ס. זייער אפשטאם איז שטארק קענטיג דארט. כאפט'ס א בליק דא.