בלאט 3 פון 4
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 5:20 pm
דורך רימון
פילע האבן ווי ערווארטעט רעאגירט צו מיין ארטיקל, אז די סיבה פארוואס מ'נויטיגט זיך אין א שומרים, איז ווייל זיי זענען זאגאר די וואס פארטרייבן די פארברעכער פון די היימישע געגנטער.
עס קען זיין אז עס איז
אמאל אזוי געווען, היינט איז אבער קלאר נישט אזוי, ווי געשריבן מתחילה, די פארברעכן ראטע אין די היימישע געגנטער זענען בערך די זעלבע ווי אין אנדערע געגנטער.
אט האט איר די פארברעכן מאפע פון ניו יארק סיטי פאליסי, וועט איר זען אז פארברעכן איז איבעראל בערך די זעלבע מיט'ן אויסנאם פון געוויסע געגנטער, אין טייל פריסינקטס הארט נעבן די חסידישע געגנטער האבן אפילו ווייניגער פארברעכן ווי די היימישע געגנטער.
דאס ברענגט צו די מסקנא אז די שומרים צייטן זענען זיך שוין פארלאפן. איך פערזענליך ציטער יעדן טאג ווי דאס וועט אונז פירן, עס זעט דאך יעדער דער מצב פון די פאליציי אין לאנד ווי ווייניג זיי געניסן צוטרוי ביים פאלק, א שומרים ארגאניזאציע אין אזא ענווייראמענט איז א לעבעדיגע צייט באמבע.
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:57 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען
אבער אז ס'דא א בעסערע אפציע. דארף מען נישט אוועקנעמען די אפציע...!
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 5:15 am
דורך מישו מאוד מעניין
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז מיר א שטיקל פלא ווי קלוגע אידן קענען צאמרעדן אזויפיל נארישקייטן. מילא פון ליטוואק רעד איך נישט, ער קוקט אויס צו זיין אינגאנצן אומוויסענד, קומענדיג פון א אנדערע פלאנעט. אבער די חסיד'ישע שרייבער דא ווייסן אז זאכן זענען נישט אזוי איינזייטיג ווי מען לייגט עס אראפ דא.
העליך שיין אראפ גשריבען די גאנצע ארטיקעל
א גרויסע יישר כח
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:56 pm
דורך קאמענטירער
די מציאות איז אז יעדער קען טון וואס מען וויל, ווי לאנג סקומט נאך די געזעצן פון לאנד, און איך זעה נישט וויאזוי מקען אפהאלטען איינעם פון טון אזאך, וואס ער וויל טוט פרייוויליג.
איך מיין אז די לעזונג פאר דער פראבלעם (חילל השם, צושמירט אין די פרעסע וכד') איז איין זאך -און סוועט ארויסהעלפען ביי נאך פעלער- ''אויפבינדען דעם ציבור פון די קייטען'' איך בין קיינמאל נישט אחראי אויף ענינים וואס איך בין נישט קיין שותף, ממילא קום נישט קיין טענות אויף מיר ווען איינער שמירט אונטער פאליציאנטען אדער אנדערע פאברעכנס וואס כהאב קיינמאל נישט געטון , און ווייל איינער וואס גייט מיט די זעלבע לבוש ווי מיר האט געטון מעשים אשר לא יעשו, זעה איך נישט פארוואס זאל איך זיין שולדיג.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 12:07 am
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:דאס איז זיכער איין מאל די ארגענאזאציע העלפט נישט וועסטו ביי די היימישע ווערן געהאלפן, קען זיין אז פארדעם וועט מען דיר שיקן צו די ארגענאזאציע.
בד"וו איך האלט שוין ביי א שיינע פאר ארגענאזאציעס יד רחל, רגלי רחל, בטן רחל, וואס קומט נעקסט?
הצד השווה שבהן. זיי אלע טויגן אויף כפרות...!
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 12:37 am
דורך [NAMELESS]
ווי באוואוסט איז אין די עולם התורה דא א שטארקע דגוש די מצוה פון חסד, און טאקע פארדעם איז מען זייער מקפיד פארוועם אין וויאזוי מ'טוט די חסד כדי די מצוה זאל זיין בתכלית השלימות.
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 5:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, דאס איז נישט די סבה. ס'איז נישט פון דער 'בני תורה' מיינונג, נאר פון די אמעריקאנישקייט זייערע. ס'איז א שלעפעריי. מ'האט מיר נישט אפגעזאגט ווייל איך בין נישט גענוג א בן תורה, נאר ווייל דאס איז טאקע זייער געזעץ
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 8:31 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 8:51 am
דורך מישו מאוד מעניין
לכבוד ליטווישע
הער שוין אויף מיט די שטותים סוף כל סוף קיינער אפילו די ווילסט נישט אז שומרים זאל זיך צומאכן גרעכט צו נישט???
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 10:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט פון נ.י.. ווען מ'האט עס אנגעהויבען אין לעיקוואוד, א קנאפער פאר יאר צוריק, בין איך נישט צופרידען געווען, און איך האב קיין שום פראבלעם נישט אז ס'זאל זיך פארמאכען. מ'קען נוצען די עסקנות טעטיגקייטען צו שטופען די פאליציי צו טוהן איהר ארבעט, טאמער ס'פעלט אויס. איך בין נאך נישט זיכער אז ס'פעלט אזויפיל אויס. איך ווייס ס'איז שווער פאר דיר צו גלויבען, דער קולטור קומט היינטיגע צייטען מיט א שאמרעם און הצולע, און מסתמא אזוי איז געווען ביים בעש"ט, אבער מצדי פעלט עס גארנישט אויס.
אגב אורחא, איך האב שוין געשריבען ערגעץ אין שטיבעל. ווען אימער מ'הערט א מעשה פון אפארלוירענע מענטש און כלל ישראל לויפט אין די מאסען איהם צו טרעפען, ענדיגט עס ביים מומחים, נישט ביי די מאסען. אזוי איז געווען ביי שורי פעלדמאן און להבחל"ח ביי לייבי קלעצקי, אהרן סופר, אייבענסאן און נאך וואס איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט. דאס ביזנעס פון ארויסשטעלען שוויצער'ס מיט ביפער'ס העלפט אפשר מינערען די א.ט.ד. ציפערען, אבער דער מענטשהייט האט גאר א קליינעם ריוח דערפון.
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 2:32 pm
דורך שמעקעדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס טוט א גוי אין אזא פאל? פונקט אזוי זאלסטו טוהן. 911 ווי נחום האט אונז ליעב צו דערמאנען
http://www.vosizneias.com/245521/2016/0 ... ency-call/
נשלח: פרייטאג יולי 29, 2016 5:00 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:כ'האב עס געמיינט מער בדרך צחות
בן אדם: ניוואדען...? ס'ווערט דערציילט אויף א ליטווישן איד א גביר, וועלכער האט נישט געגעבן קיין צדקה א גאנץ יאר. און ס'איז געקומען פורים האט ער אויך אפגעזאגט צו טיילן געלט אין ביהמ"ד ווייל ער האט געזוכט אן ארעמאן מיט אלע הידורים...אזוי ווי ער האט געזוכט אן אתרוג מיט אלע הידורים און א לולב מיט אלע חומרות...!
דערציילט מען אויף דעם צו אן אנדערן וואוילן ליטווישן איד וועלכער האט אייביג געזוכט נייע חומרות. אז אמאל ערב יוהכ"פ, ווען ער האט מפשפש במעשיו געווען. און ר'האט נישט געטראפן ביי זיך קיין שום פגם. נישט בין אדם למקום און נישט בין אדם לחבירו. האט ער געזוכט כאטש איין, קליין עבירה'לע וואס ער קען עובר זיין ער זאל לכה"פ האבן אויף וואס תשובה צו טון. איז ער ארויס אין גאס און ר'האט באגעגנט איינעם פון די גרעסטע מחוצפים און טשעפניאקעס אין שטאט. איז ער צוגעגאנגען צו איהם און ר'האט איהם גוט אנגעריסן די ביינער. ער גייט אהיים פרייליך. יעצט וועט ער שוין קענען תשובה טון כהילכתו.ר'האט שוין געטון אן עבירה. גייענדיג אהיים באגעגנט ער זיין חבר. און פארציילט איהם וואס ער האט אקארשט געטון. זאגט איהם דער חבר. דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געטון אזא מצוה ווי היינט...
נ.ב.: איך האב בדרך כלל נישט ליעב קיין הכללות (פרעדזשודיס, בלע"ז). נאר ס'איז מיר אמאל אום ערב שמיני עצרת בין מנחה למעריב אויסגעקומען צו דאווענען אין א ליטווישן ביהמ"ד. האבן די חשוב'ע קהל המתפללים דארט געהאט א מנהג אז צווישן מנחה און מעריב האבן זיי געלאזט עטליכע יונגעלעך זאגן א דרשה. זיץ איך מיר אזוי און איך הער ווי דאס יונגעלע וועלכער איז אקארשט ארויף אויף די בימה זאגן א דרשה הייבט אן פארציילן א מעשה...מיט א חסיד...דער חסיד דעיס...דער חסיד דאס...און דער גאנצער עולם לאכט...ווען דער צווייטער יונגל איז ארויף, עודך. ער הייבט אן פארציילן א מעשה מיט א חסיד...דער חסיד דעיס . דער חסיד יענץ...! האביך מיך אנגערופן צו מיין שכן (אויף ענגליש) .."זעהט אויס אז דער חסיד איז עפעס א מין חיה"...
נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
אפילו די גוים זענען מודה....
It’s time to sunset the scandal-ridden Shomrim:
https://nypost.com/2018/05/13/its-time- ... n-shomrim/
Re: אפשר איז שוין צייט צו שליסן "שומרים"?! (וועקער 2#)
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:27 am
דורך אונטער חכם
פון זיי ברענג נישט קיין ראי' זיי וואלטן געוואלט זעהן א סאנסעט אויף אונזער גאנצע קאמיוניטי און א טייל פון אונז טויט ה"י
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 7:54 pm
דורך רימון
אינטערעסאנט ווי זיי האבן ממש מכוון געווען לדבריי הקדושים.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 7:27 pm
דורך רימון
ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2018 7:46 pm
דורך לבי ובשרי
רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 12:36 am
דורך שמעון וואלף
רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער
נשלח: מאנטאג אקטאבער 08, 2018 11:29 am
דורך לבי ובשרי
שמעון וואלף האט געשריבן:רימון האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאך די היינטיגע שלעגעריי צווישן שומרים און שמירה.
געוואלדיג.
מ'קען זיך רישן אויף אן אנאליז איבער די פרשה אין קומענדיגע וועקער
שמעון וואלף וועט צו שטעלן אן אנאליז איבער די סומאטוכע?...
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:24 pm
דורך הוגה
א ברוקלינער איינוואוינער
רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.
.
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 8:13 am
דורך הקטן
[left]I get a knock at my door and standing there are two fake police who try to tell me they got a 'noise complaint' and a complaint that we are using 'illicit substances' that i have to end my party.[/left]
...
...[left]I keep being told that what they are doing is not illegal and that they have permission to impersonate (my word) the police and attempt to enforce (their version) of the law.[/left]
און דאס אן אנגענימענע מיטעל פאר שומרים זיך צי פארשטעלן פאר פאליס, און סטראשענען צי געבען טיקעטס ?
דער איז איבערצייגט אז זיין זיין gay איז וואס ס'שטערט איינעם, ער קען דאס נאר נישט איבערצייגן
נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2019 9:39 am
דורך איסר האטלקי
ער רופט אן שומרים די פאלשע פאליציי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2019 1:35 pm
דורך יעקב מענטש
הוגה האט געשריבן:א ברוקלינער איינוואוינער
רעדט זיך אפ אויף סאשעל מידיע איבער די ציפקע צרות וואס ער ליידט פון די שומרים.
.
ס'איז אינטערסאנט, ווייל די שומרים געווענליך ווייסט זייערע boundaries און זוכן זיך נישט קיין צרות.