בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 4:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין קענשאפט אין ישיביש'ע קרייזען ענדעלט דיין קענשאפט אין רעק"א חת"ס און נוב"י

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
אאא. זייער שארף אריינגעזאגט. ווען איכ'ל האבן מער צייט און זיין אין די ריכטיגע מאאד, וועללן מיר זיך פארהערן אין פארשידענע נושאים. אריינגערעכנט אין רעדן און שרייבן אידיש און ענגליש. מיר'ן זעהן ווער ס'וועט ארויסקומען מיט א דעפיציט. לעת עתה זאללן מיר לאזן די שלאפענדיגע הינט ווייטער שלאפן... :roll:

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 4:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שוין צייט פאר די פילען....

אגב וואס מיינט 'ריכטויגע'? ס'איז אידיש צו ענגליש, צו גאר ישיביש אדער רעק"א?

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
ליטפאק פון בודאפעסט: ס'זעהט אויס אז דו זיצט שוין ווידער צו לאנג אין ביהכ"ס... :roll:

Re: פרשת חלב תשמג

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 5:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט נאכגעקוקט די מראה מקומות פון הרב קאשיצקי. דער כרתי רופט אן דער שואל א 'משתבש בדעתו' פאר זיין טומולעריי. דער שואל אין חת"ס דינגט זיך אויפ'ן כרתי און וויל חושש זיין פאר דער מיינונג פון דער מערער. צו דעם זאגט דער חת"ס 'ואני אומר דברי חכמים נכונים'. נאר כך היא דרכו של החת"ס צו ברענגען א ראיה אין לערנען פאר יעדער זאך. קוק אין זיין תשובות וועגען די רעפארמער

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
און אין וועלכן ספר מספרי האחרונים קענמען נאכקוקן אז דו ביסט א "נשתבש בדעתך"... :twisted:

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 5:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איהר האט אמאל געלערנט די לעצטע משנה (דאס איז די געשריבענע הלכות פון תושבע"פ) אין קנים?
ביטע זיך אפלאזען פון מיין ביינער! עפען אן אשכול וועגען בויכוויי און קאטשקע דארט !

נשלח: מיטוואך יולי 13, 2016 7:08 pm
דורך נהורא נפישא
ר' בערל איז אין די כלים, פיינע נייעס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 2:23 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק, דעם אורים ותומים אין מאנהעטן וואלט גארנישט געקענט אויפגעטוהן, די רבנים וואס זענען געווען פאראנטווארטליך ביי וויינשטאק האבן איהם נישט אנערקענט אלץ א דעת זיך צו רעכענען (א חרפה און א בושה, אבער מעשי שטן הצליח), אדרבה, ס'וואלט נאר קאליע געמאכט. אויב האט מען גע'חלומ'ט פון עפעס מתקן זיין דארטן איז דער איינציגסטער אדרעס דערפאר געווען התאחדות הרבנים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 6:51 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט גערעכט לגבי אויפטוהן, אבער די וואס ווילען וויסען די הלכה האבען דארט געדארפט זוכען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 7:40 am
דורך טייערע ברודער
בערל
דיין כעס דערמאנט מיר פון דער בעל עגלה:
https://www.facebook.com/24957167184454 ... 050288666/

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:37 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט לגבי אויפטוהן, אבער די וואס ווילען וויסען די הלכה האבען דארט געדארפט זוכען.

די מעררים זענען דאך נישט געווען מסופק בכלל, זיי זענען געווען ברור ביי זיך אז ס'טויג נישט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
[tag]טייערע ברודער[/tag] זאגט דאך אז דער קלויזענבורגער רבי האט אליינס נישט געוואוסט וואס די הלכה איז, נאר מעורר געווען אז מ'זאל נאכגייען דער ענין. פארוואס האט ער עכ"פ נישט געפרעגט ביי ר' משה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 14, 2016 10:50 am
דורך berlbalaguleh
טייערע ברודער האט געשריבן:בערל
דיין כעס דערמאנט מיר פון דער בעל עגלה:
https://www.facebook.com/24957167184454 ... 050288666/

טייערע ברודער: מורא'דיג. איך האב נישט קיין פאני טעיל. אבער די איבריגע איז בערך אזוי... :lol:

Re: פרשת חלב תשמג

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:37 am
דורך טייערע ברודער
איך האב דער שבת געהערט פון א דיין אין לונדון וואס טוט שטארק אין שחיטה, ניקור און מליחה.

הרב מלאכי האט פארפירט אז מ'דארף זיך פיהרען אזוי ווי ס'שטייט אין קונטרס לחם שערים לגבי דער חלב שעל הדפנות. דאס איז געווען דער עיקר טראסק וואס ער האט געמאכט. ווען ער איז געקומען קיין לונדון האט ר' העניך זצ"ל איהם אפגעווושט בשתי ידים און איז ארויס פון בית דין זיצונג בבושת פנים.

דער קונטרס איז ארויס אין תקמח און האט נישט קיין שום הסכמות. ווידער דער נצי"ב אין תשובות (ח"ב סימן כא) האקט פעך און שוועבעל קעגען דער מנקר. למעשה אלע פוסקים זענען נישט חושש צום לח"ש און רוב ספרי ניקור זענען יא חושש.

דא אבער איז דא נאך א נושא. ס'איז טאקע געווען אסאך גוטע מנקרים וואס האבען ריכטיג מנקר געווען (דלא כלח"ש) אבער ס'איז אויך געווען הפקר'לייט און אויף זיי האט זיך דער קאשויער צולאזט.
דער ברך משה האט געהאט א זיסע פיסק און האט נישט פארשטאנען פארוואס אלע פראבלעמען דארף ער אויך יורש זיין, דעריבער האט ער גערעדט זיין שפראך.
לויט ווי יענער פארציילט מיר, דער קלויזנבורגער איז געווען א גוטע פריינד מיט דער נירבארטער מימים קדמוניות, און דער קלוז"ב האט איהם געזאגט אז נישט דער קאשוי'ערס מהלך טוט אויף און נישט דער סאטמארערס מהלך טוט אויף. לאמיר זעהן צו ס'איז טאקע דא א פראבלעם.

איך מיין אז היינט צוטאגס איז יעדער מודה אז ס'איז דעמאלטס געווען וואס צו פאררעכטען, און ב"ה ס'איז אסאך בעסער היינט.


Sent from my LG-H525n using Tapatalk

Re: פרשת חלב תשמג

נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 9:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוכט זיך אין יענער יארען האט מען מנקר געווען אין יאטקע און ס'האט געהערשט א נאכלעסיגקייט אין די השגחה. היינט ווערט עס געטוהן אין שלאכטהויז, ווי מ'קען תולה בעסער היטען דערויף

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 6:57 am
דורך טייערע ברודער