בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:35 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיט גרויס פרייד קענען מיר יעצט מעלדען אז מ'קען שוין קויפען דער וועקער אויף די אינטערנעט.
ס'איז שוין בנמצא דא אין קאליר און דא אויף שווארץ און ווייס. אין א קורצע וויילע וועט מען עס קענען זוכען און קויפען אויף אמאזאן אויך.

ביטע ארומשיקען אין אייער וואטסעפפ גרופעס, צו סיי וועלכע סאציאליע פארבינדונס מיטעל, אז מ'קען עס אויפזוכען אויף עמעזאן. דאס שטארקער פארשפרייטונג איז א שטופ אויף ווייטער צו גייען.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:16 am
דורך גר ותושב
וויפיל האט זיך פארקויפט פאריגע חודש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז שוין אויף אמאזאן בשעטו"מ. ביטע ביטע ביטע, פארשפרייטסט די ידיעה אויף אייער סאציאלע פארבינדונגס מיטלען. פארלאז זיך נישט אויף קיין צווייטען דאס צו טוהן. דער זעלבע חשבון פארוואס דו שטופסט עס אפ האט דאך יענער אויך, און אזוי וועט עס נישט ווייטער האלטען. די הצלחה פון די פראיעקט איז געוואנדען אויף דעם אז ס'איז ברייט אנגענומען, ס'ברענגט אביסל געלט צו דעקען די געוואלדיגע ארבעט פון די עסקנים (ואני אינני בתוכם) און אז שרייבערס שפירען א תועלת בעבודתם. מיין נחת רוח וועט זיין טאמער איך גיי אריין אין א ביהמ"ד ערגעץ און איך זעי א קאפי דארט אין ביהכ"ס, צו מ'זעט אז די 'אלגעמיינע' צייטונגען הייבען אן שמועס'ן פון די נושאים וואס פאר דעם וואלטען זיי נישט געטראכט דערפון.
און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.

שווארץ און ווייס און קאליר

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:28 pm
דורך שמיטשיק
דורכגעליינט כמעט די גאנצע וועקער, הערליכע ארבעט

ישר כח @אדנירם ישר כח @פיקאסא ישר כח ישר כח @שלום שטיסל און אלע אנדערע שרייבער'ס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 10:08 am
דורך פעינטער
וואוו וואוו וואוו די וועקער #3 האט מיר נישט אופגעוועקט נאר איך האב נישט געזינט איינשלאפען ביז איך האב גענדיגט.
אנגעהויבען מיט די עדיטאריעל פין שש מוזר אזוי שיין אראפ געלייגט די גלות ווי אינז האלטען היינט, איך האב נאך קיינמאל נישט אזוי פארשטאנען ווי נאכען לייענען די ארטיקעל.

די ארטיקעל פין די בעל תפילה פין שטילע אינגערמאן, די האסט געשריבען א זאך וואס איך טראכט שוין יארן.

די ארטיקעל פין כעלעמע מגיד זעיט אויס נאר ביי דיר קימען אריין אזאלעכע חסידים וואס זאגן דיעם רעבין וואס זיי טראכטען אדער וואס עס וואלט געדארפט צי זיין, אבער סאט מיר געברענגט א שמיכל גיט אראפגעלייגט.

געוואלדיג די ציזאם שטעל אבאמא מיט אטד חברה איז געוואלדיג.

דאס איז נאר אופן שפיץ גאפאל

אין אז איך רעדט שוין וויליך דא געבען א שקויח פאר די אלע וואס לייגען אריין די שעות ארבעט אין די אויסגאבע.
איך קען קוים ווארטען אויף די קימענדיגע וועקער. א דאנק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:09 am
דורך [NAMELESS]
לאמיך איבערגעבן מיינע איינדרוקן איבער די ארטיקלן ערשינען אינעם וועקער #3.


1. שטייצעך אלס הדיוט קופץ בראש בין איך אנגעקומען צום אויבנאן צו דערציילן א מעשה פון נאטקע, גרונם און געצל, עס ארייברענגען אין בית המקדש, צאנזער רב, און נאפאליאן, און מקנח זיין די סעודה מיט א שייכות מיטן וועקער נומער דריי. פיין, כלום אדם מעיד על עצמו? כ'האף אז דער עולם האט הנאה געהאט.


2. דער בריוו צום מערכת, קורץ און שארף, איז זייער גוט. מיר האפן אז די קומענדיגע וועקער'ס וועלן אריינבאקומען נאך גוטע געדאנקען פון סיי וועמען אין גאס.


3. [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] האט מיך געקיצלט א וויילע. ס'טייטש, איך וויל דאווענען לאנג פארן עמוד און ער גייט מיך אפירהאלטן?... אבער סוף כל סוף איז ער דאך גערעכט, בל"נ מהיום והלאה וועל איך נישט ציען ביים דאווענען, הגם די סיפורי הוד איבערן קאמינקען באבע'ן בין איך להדיא נישט מוותר איבערצודערציילן ביים לעקעך בראנפן נאכן דאווענען.


4. כ'בין געכאפט געווארן אין שאק, זעענדיג אז רבי שמשון רפאל הירש איז אראפגעקומען א צווייט מאל בעולמינו בדמות [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]. זיין שמועס מיטן צומישטן יונגערמאן זענען כמים קרים על נפש עייפה, [און ווער פון אונז איז דען נישט צומישט?], זאגנדיג גוטע יסודות און שניידנדיג ווי רשר"ה באגרותיו, דברים מזוקקים מלאים זיו ומפיקים נוגה. כ'וועל זאגן מיט רעכט: ליטוואק, מה לך אצל אגדה [קרי: חסידות], כלך לך אצל נגעים ואהלות [קרי: הדרכה נכונה].


5. מיין הארץ איז צופיצלט געווארן ביים ליינען [tag]פליקער[/tag]'ס שילדערונג איבערן זיין א 'קענסער' פאציענט'ס זון. געמיינט האב איך אז כ'וועל ליינען דאקטאריי, דערווייל האב איך געליינט מענטש, געלערנט הארץ, געשפירט די פיין און צער וואס אזא איינער גייט אדורך. כ'האף אז ס'איז א גוטע לעקציע פאר אונז אלע וויאזוי דאס אנצוקוקן אלס צופה מן הצד.


6. דא קומט דער יסוד פונעם דריטן וועקער, דער חינוך סיסטעם סאקט... ער זאגט זייער גוט, ער שניידט אריין אין פאסיגע חלקים [הגם לדעתי קומט אריין שארפערע שפראך, און איבער מאלעסטאציע איז קיין ווארט נישט דערמאנט געווארן, הגם שיש להבין נימוקו], אבער דאס ווייסט דאך יעדער בר בי ק"ש דחד יומא. אקעי, איז קודם כל דאס עצם מסכם זיין אלע טענות בפונדק אחד איז שוין באגריסנדווערד, אבער מיר קוקן טאקע ארויס צום קומענדיגן וועקער זען אויב ער וועט דעליווערן סעלושאנ'ס אויך, והיה שכרו שלימה.


אה, שוין געענדיגט מיין הערכה אויף מדור 'חדשות אני מגיד'.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:26 am
דורך [NAMELESS]
1. [tag]כעלעם'ר מגיד[/tag], ס'נאר דא איין מגיד אין שטאט! דער הייבט אן מגידות אזש די שמאלץ הערינג רינט פון אלע זייטן. זיין שטיקל פאעזיע שאקלט אויף די סטרונעס, אבער איר טיפקייט מאכט צומישט דעם שטן.


2. און אז דער שטן איז צומישט, איז דאך נישט מער פון פאסיג אויסצונוצן דעם געלעגנהייט צו רעדן אויף אלע שרפי מעלה, כלומר שרפי מטה, כלומר אנשי מטה ששורפים אנשים בהבלי פיהם, כלומר אנשי מטה ששורפים אנשים בהבליהם. ער כאפט אן די רבי'ס ביים גארגל, וי"א ביים צאנזן גארטל, און שמועסט זיך אפ מיט מלאכים זיי זאלן אים איבערדערציילן וואס די רבי'ס טוען אונטער די קוליסן. איי איי איי, ס'נאר דא איין כעלעם'ר מגיד, האמיר שוין געזאגט?!


3. וישא משלו ויאמר: דאס איז וישא משלו? דאס איז משלי שש! אזוי צו אזוי, ווער בין איך אריינצורעדן אין די טיפע כוונות פון אדנירם'ן? כ'האף אז ער אליינס ווייסט יא וואס ער שרייבט.


4. אן אוידענץ ביי גאט? כ'קום שוין צו לויפן! אקעי, טעות לעולם חוזר. [tag]רויטע וואנצעס[/tag] רופט גאט צו דין תורה. נע, נישט ממש, אבער 'כמו' ['כמו-טערקישע טלית']. כ'גלייב אז זינט'ן למה הרעותה פון משה'ן, האט גאט שוין לאנג נישט געהערט אזא זאפטיגע שטיקל. ומכאן ראי' אז רויטע איז אריין אין די מ"ט שערי בינה. אוי האסטו גערעדט צו מיין נשמה!


5. בוש איז שולדיג. נאר וואדען? די רבי'ס אונזערע זאלן זיין שולדיג? פארפאלן, כ'געדענק נאך ביים פאלטאווער רב ר' מוניע, ווי דער עולם האט זיך געלערנט אז א פאסיגע משל איז צומאל די שפיץ ארויסצוברענגען די נקודה. [tag]געוואלדיג[/tag] האט דאס ממשיך געווען געוואלדיגערהייט. יעדער זאל זיך אליינס מסדר זיין, אנשטאטס זוכן א קרבן ציבור לעולה ולעזאזל.


פיינע סחורה, מדור חדשים גם ישנים.
יא, עוד בית קפינו חי!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:34 am
דורך [NAMELESS]
נאכאלס נישט פערטיג?
פיין, לאמיר ענדיגן די הערכה.

1. הילולא דצדיקיא, שיין. ווער באשרייבט דעם סקולענער צדיק, און מער פון זיי - די רוזשינע גזע... מי הוא זה ואיזהו? גאר אונזער פיפיגער סוחר, [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag]! כך מקובלני מפי רבינו הזקן: שייגעץ ארויס! אי מלכא את, אז דו ביזט שוין יא בגלילותינו, וואס קומסטו דערציילן פון סקולען ווען דער ראדימנער צדיק ווארט אויף זיין פסק דין? זימן שחורים ומצא לבנים. שוין, פארט א שיינע שילדערונג איבער א צדיק אמת.


2. ערנסטע הלכות לערנען מיר, זאגאר 'הלכות הקזת הדם'. פיין, פיין, טיפישע זאפטיגע סחורה פון אונזער גדול בישראל [tag]הערשי[/tag] זצ"ל. איי, וואספארא לייבן האבן זיך דורכגעקערט די ק"ש ווענט. ריכטיגע גנזים, גנזי מלכים. לערנט אונז רפואה אויף אזא מין שפראך, וואס איז בפשטות א חד בדרא ממש.


3. בך חותמין, די קרייצציגלער ושאר מרעין בישין [פאסיג לחודש שממעטין בשמחה]. א שיינע יסוד וואס [tag]ממי_שאמרו[/tag] זצ"ל לייגט אראפ, מסביר צו זיין די שקצ'עריי וואס איז געלעגן הונטער די חשבונות פון פייניגן אידן. לאמיר טאקע האפן אז די אלע צרות וועלן נעמען אן עק בקרוב, בביאת משיחינו.


טאקע פארענדיגט מדור מן הגנזים.

#דער-וועקער-וועקט שוין איינמאל!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 1:49 pm
דורך איש את רעהו
די ערשטע איז געווען גאר אסאך דאונלאוד'ס די 2'טע אביסל ווייניגער יעצט נאך ווייניגער
פארוואס?

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל דער עולם האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דאונלאודען, ממילא טוט מען עס נאר איין מאל

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:10 pm
דורך פיקאסא
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווייל דער עולם האט זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו דאונלאודען, ממילא טוט מען עס נאר איין מאל

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


:lol:

די ווייסט דאך יא די סיבה... דער עולם קויפט דאך סאך מער אויף עמאזאן לעצטענס. :)

גראדע צעווישן די ערשטע אין צווייטע וועקער איז דא א חילוק פון קנאפע 100 דאונלאודס, ס'נישט מער ווי נארמאל אז די ערשטע איז מער פאפיולאר.
או יאמר אז די 100 גלייכן מער א שבת גליון. נישט א זשורנאל..

די דריטע איז דא אונטער א וואך, געב עס צייט.
או יאמר אז דער עולם פראטאסטירט ווייל די ראדימנער פראצעס איז נישט געווען אין דעם..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:02 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
נישט קיין ראיה בכלל.
איך למשל האב נישט דאונ לואדיד פונעם שטיבעל די ארטיקעל, כהאב באקומען אויפ אימעיל.
צופעליג האב איך צירוק געהערט גריסן מכל קצבי תבל פונעם וועקער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 6:28 pm
דורך [NAMELESS]
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:נישט קיין ראיה בכלל.
איך למשל האב נישט דאונ לואדיד פונעם שטיבעל די ארטיקעל, כהאב באקומען אויפ אימעיל.
צופעליג האב איך צירוק געהערט גריסן מכל קצבי תבל פונעם וועקער.

אדרבה, דערצייל אונז וואס דו האסט צוריקגעהערט. עס וועט אונז געבן אסאך כח און מיהט אנצוגיין ווייטער!

[אנדערע וואס האבן צוריקגעהערט גריסן דערפון, זאלן דא אויך מיטטיילן זייערע ערפארונגען].


א דאנק!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:18 pm
דורך פעינטער
פין דא מיין איך איז נישט קיין רייע וויפיל מען האט עס דאלודעט
ווייל עס איז ארום געפארן ווילד אויף...
וואטס עפפ
אמיעל
טעלעגראם
טוויטער
פיעסבאק
אינסטרעגראם
ווי נישט...... מען כאפט עס ווי פאפ קארן ביי א מאבי

אידן אין בית מדרש וועמען איך האב נישט געגלייבט האבן עס געליינט.
ני סיס אזאך וואס עס מיז גיין אויף די סטאר שעלפס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:28 pm
דורך פיקאסא
העי [tag]פעינטער[/tag] ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 7:49 pm
דורך פעינטער
פיקאסא האט געשריבן:העי [tag]פעינטער[/tag] ביזסט אינגאנצן?? האסט אויסגעלאזט די טויזענטער אויף סנעפטשעט!..

ערנסט גערעדט, איך האב גראדע צוריקגעהערט נעכטן פון א חבר מיינס וואס דאווענט אין א גאר א חסידישע ס'מעדרעש אז "דער וועקער" איז געווען די שמועס ביי זיי נאך קינות.
איך האב אין מיין חלום נישט ג'חלומט אז ס'וועט אנקומען אזוי שנעל צו אזויפיל מענטשען.
אונז האבן נישט קיין מושג ווי פאפילאר די וועקער איז! ס'איז למעלה מהשגתינו.


שששששששש זאג נישט אויס ווער איך בין :wink: ;)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 8:17 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כהאב שוין געזאגט שש אין אישי אבער כוויל איבער זאגן דא.

סהאט מיר געזאגט א חסידישע איד א חניוק, ער האט געטראפן די וועקער אין טענקע ביהמ״ד ער האט עס געליינט פון דעקל צו דעקל.
קודם האט ער מיר אויסגעפרעגט וואס דאס איז בכלל די שטיבעל אין ווי אזוי דאס ארבייט (דער איד האט קיין אנונג וואס דאס איז אימעיל).
ער האט מיר געבעהטן פאר די פריעדיגע גליונות (כהאב שוין געדריקט פאר עיהם).
ער זייער נתפעאל געווארן פון שש עדיטאריעל אין זייער נתפעאל פון די חינוך ארטקיעל.

חוץ פון דעים האב איך געהערט דערפון שמועסן קיפקעס סיי אין קאנטרי אין אויך אין שטאט.
וועקער איז אדורך אסאך מער אויגן ווי די בלאט, איד, צוזאם

אה, נישט פארגעסן איינער האט מיר געבעהטן כזאת עיהם דריקן צוויי שטיק, איינס פאר עיהם אין איינס פאר זיין טאטע
ווען עטץ ווייסט ווער זיין טאטע איז טוען ענק אלע תיכף פליפן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
דער ארטיקל פון שטילע האט מיר ערוועקט קאשמארן, אויפגעברענגט בייז בלוט מיט גרימצארן.

לעצטענס אין ס׳מדרש ביי שחרית האמיר געהאט אזא [tag]שטילע אינגערמאן[/tag] סיטואציע, דער שווארצע זאקן׳דיגער (גראדע מיט אראפגעלאזטע הויזן) האט געצויגן אז סאיז געגאנגען רויעך פון מיינע נאז לעכער מיט גאז פון מיינע אויגן, דאווענען בידידות אנע מנין איז נישט געווען א אפציע ווייל כ׳האב יענע טאג געדארפט פארזענדליכע טובות פון אויבן, בינעך אזוי אפגעזיצן א נערוועזער ביז דער האט פארענדיגט זיינע חזנות שטיקלעך מיט די תנועות פון רביה״ק זצ״ל.

כ׳האף אז דער יושב בטול וועט אויף עפעס א וועג ליינען דעם ארטיקל און געוואר ווערן אז ס׳איז דא א בריאה אויפן פלאנעט וואס האט א ניין אזייגער דעדליין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:12 pm
דורך סמבטיון
איך פערזענליך בין נאך נישט אנגעקימען צו ליינען דעם גאנצן וועקער נאר דעם אריינפיר פון אדנירם וואס איז אייזן שטארק, און דעם ערשטן ארטיקעל פון שטילע וואס מיינע ציין זענען ארויסגעפאלן מרוב צחוק. אבער איך האב געהערט פון אפאר חבירים מיינע וואס האבן עס דארך געליינט פון דעקל צי דעקל אז זיי זענען ארויס פון די גלייזן. כה לחי!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 4:49 pm
דורך קורקלענד
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:46 pm
דורך קלוגע יודל
קורקלענד האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און טאמער איינער דא האט א ביזנעס און ער האט א תועלת פון מפרסם זיין, ביטע זיך איינמעלדען. ברגע ס'איז דא א פאר אדווערטייזמענט'ס, ווערט עס אנגעקוקט ווי א נארמאלערע זאך און אחוץ די געלט בענעפיטען םון ברענגען נאך אדווערטייזער'ס, העלפט עס אויס מיט די פארשפרייטונג פון די זאך.


לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 12:22 pm
דורך קורקלענד
קלוגע יודל האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:לדעתי זאל מען נישט אריינלייגן קיין אדווערטייזמענט'ס פאר די זעלבע סיבה פארוואס די וועבזייטל האט נישט קיין אדוועטייזמענט'ס.

אז די וועקער ווערט אנגעקוקט אזוי נארמאל ווי קאווע שטבל איז אויך גוט.

"לדעתי" וועל איך געבן פאר די גראפיקער, און פאר יעדע שרייבער אסאך געלט כדי זו צו מוטעגין צו ארבעטן....


מ'האט מפרסם געמאכט א לינק (וואס איך קען נישט טרעפן אויף די מינוט) ווי די קענסט טאקע געבן אסאך געלט פאר די גראפיקער און יעדע שרייבער.
ווען די לייגסט אן אנאנס גייט עס שוין אריין אין א געוויסע וועג פון צירוקנעמען נאך אזויפיל ווי געבן.
אז די ווילסט סחורה פון די קוואליטעט דאן זאלסטו געבן פאר די מאטריאל.
ווען אזא אויסגאבע ווערט אויסגעהאלטן דורך אדווערטייזערס וועט עס ווערן אן אויסגאבע וואס פיטערט די אינטערעסע פון די אדוועטייזערס און אזעלעכע אויסגאבעס איז דא גענוג.
לדעתי האלט איך אז ווער עס ליינט און האט הנאה זאל טאקע געבן אסאך געלט אז "דער וועקער" זאל אנגיין.

Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "דער וועקער" - נומער 3 (אב תשע"ו

נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2016 1:14 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז מעגליך צו האלטען די עדיטאריאל טיילונג מיט די ביזנעס אינגאנצען עקסטער. קוק די נ.י. טיימס ועוד.

די געלט וואס ווערט אריינגעשיקט גייט צום גראפיקער און עסקנים, נישט די שרייבער'ס. ס'איז גארנישט שלעכט, אבער אזוי איז

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk