בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:09 am
דורך יהושע חיים
בעלי מחברים
אויף זינגען האבן מיר עס נישט רעקארדירט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 12:44 am
דורך moshav zekeinim
פון די רביס וועם איך האב אליין געהערט זינגען איז טאשער רבי און סקולענע רבי, זיי ביידע האבן פארמאגט א פאכמאנישע קול נגינה אויף א רבישער אופן. סקולענע רבי האט שטענדיג א אויסגעמיטשעטער שטימע, אבער זיינע תנועות זענען זייער נגינה׳יש, ווידער טאשער רבי האט באמת געהאט א געשמאקע קול נגינה מיט א נעימות נוסח זידיטשוב.

אויך דעם שומר אמונים רבי ז"ל מיט זיין ברייטער שטימע האב איך עטליכע מאל געהערט, און ער האט זייער געשמאק געזינגען מיט זיינע חסידים וועלעכע האבן אים מוזיקאליש באגלייט.

ר׳ יענקעלע ספינקער האב איך נישט געהערט, אבער איך האב געהערט כלי ראשון אז ער האט וואונדערליך געזינגען און געפירט טיש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 2:22 am
דורך הדד בן בדד
פון ר' יענקעלע ספינקער איז דא רעקארדינגס ווי ער זינגט און דאווענט, מ'קען צוגיין פון מתיקות ווי דער איד זינגט, ביידע סיי זיין קול און זיין הארץ און נשמה. (בודאפעסטער, גלייב נישט, שטותים, חסיד'ישע איינרעדענישן, אפילו דיין ווייב וועט אזוי האלטן...)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 4:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער קאליב'ער פון בני ברק האט טאקע א שטימע און ער האלט א נאוט.

דאס האט נישט מיט חסידות, דאס האט מיט פארטיי. די בריסקער האבען די זעלבע איינרעדענישען וועגען זייער כח הנגינה, און פארטיי פארשפרייט עס, עכ"פ צווישען די אייניקלאך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:53 am
דורך [NAMELESS]
יא, דער קאלובער רבי זינגט אויפן אלבום "די גרויסע חתונה".
ליטוואק איך גיב דיר קרעדיט פארן זיך בייגן אביסל, פריערדיגע בלאט האסטו געשריבן אז ער ציהט אהער און אהין, יעצט ביסטו כאטש מודה אז ער האלט א טאן, עפעס ציהסטו שוין צוריק..

ר' יענקעלע ספינקער האב איך געהערט א טעיפ, טאקע א הימלישן חן.