בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:45 pm
דורך טרויבן88
איך האב געזען די ארטיקל א שטיק צייט צוריק, און יעצט האב איך געניצט די סירטש ענדזשין אויף "ככר השבת" צי טרעפן די ארטיקל,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב עס געזוכט אויף דעם טרייפענעם גוגל און בשו"א נישט ארויף געקומען
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:34 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סדר הבאסעס?
דעם סדר ה'באסעס באשרייבט מען נאר ווען מ'גייט פראטעסטירן קיין מאנהעטן אדער וואשינגטאן. משא"כ ווען מ'גייט לאקאל דארף מען נישט קיין באסעס. אבער אונזער גוטער פריינט הרב ישראל דויד ווייס שליט"א (וואס אונז שעם מיר זיך טיילמאל מיט איהם. ווען ער ציהט איבער דאס שטריקל. למשל ביי די האלאקאוסט דענייעל קאנפערענס, וואו ער איז געווען אן נ'איש מכובד. דער אורח הכבוד פון אכמאדיניזשאד, ימ"ש וחבריו די נאציס פון די וועלט.) וועט מאכן זיכער אז די קארעספאנדענטס פון 2 וויכטיגע נייעס נעצן זענען דארט ביים פראטעסט. און שיקן צוריק בילדער פאר זייערע משפחות בכל עולם הערבי-פלסטיני. ה"ה (מיט'ן אזלא גרש) אל זשאזירא און אירנא נייעס ארגאניזאציע. און דורכדעים וועללן זיי אראפנעמען דעם קיטרוג פון כלל ישראל. און די אלע אנטיסעמיטישע רוצחים וועללן שוין אויפהערן צו הרג'נען אידן...ובא לציון גואל...! אוי. מ'טאר עס נישט זאגן...!
נ.ב.: ווען איך שרייב דעיס אויף אייוועלט, וואלט מען מיך שוין לאנג געמעקט. אבער דא אויף קאוע שטיבל לאזט מען במנוחה, ב"ה. העכסטנס וועט הרב שמעקעדיג קרומען מיט די נאז און אויפמאכן אן אשכול אז דער באלאגאלעה דארף א דאקטער. מיין שאלה איז נאר אויב ער נעמט מעדיקעיד...ייש"כ...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער חסידישע פאסירונג קומט מיט א סדר הבאסעס. א יארצייט, א דינער, א יום הצלה און סתם א כינוס לצדיקים.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:54 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעדער חסידישע פאסירונג קומט מיט א סדר הבאסעס. א יארצייט, א דינער, א יום הצלה און סתם א כינוס לצדיקים.
@ליטוואק אויך קומט עס מיט בליטשקעדיגע לעקטערס, ס'ברענגט ארויס דעם חלק קידוש שם שמים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אנטשולדיגט, אבער קידוש שם שמים קומט פון לייגען א ריב סטעיק אויף א קאכעדיגע הייסע גריל, מיט קראכעדיגע קישקע וכו׳. אזוי האט וואטסעפפ אונז לעצטענס אויסגעלערנט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@ליטוואק דו מאכסט מיך הינגעריג, כ'מיין איך כאפ מיך אריבער צו שמעלקע אויף שב"ק
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:02 pm
דורך גר ותושב
דו וועסט אונז כאטש איבערגעבן די געשעענישן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:49 pm
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:העכסטנס וועט הרב שמעקעדיג קרומען מיט די נאז און אויפמאכן אן אשכול אז דער באלאגאלעה דארף א דאקטער. מיין שאלה איז נאר אויב ער נעמט מעדיקעיד...ייש"כ...

ר' בערל, איר דארפט גיין גאר צו אן אנדערען דאקטאר ווי לכתחילה געמיינט. עפעס אין אייער קיבאורד איז געפערליך צוקריצט אזוי ווי א צעבראכענע CD וואס האלט אין איין איבערזאגן/איבערשרייבן דעם זעלבן ווארט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:23 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי
דער גאלדענער אדלער: יהודה משי זהב איז אויכעט געבוירן און אויפגעוואקסן אין דעם שמאלץ פון די סיקריקים אין מאה שערים. און ער איז געווען בבחינת תינוק שנשבה. ער האט נישט געוואוסט עפעס בעסער ווי ווארפן שטעינער און שרייען און שעלטן. (פארברענען גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס, ווי די היינטיגע סיקריקים טוען איז נאך דאמאלס נישט געווען געווען אין סטייל.). עד כדי כך אז מ'האט איהם גערופן דער קמב"ץ (קצין מבצעים) פון מאה שערים. על פיו ישברו ועל פיו יחנו. אבער היות ער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד. און ער האט אייביג זיך אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פונ'ם שמאלן ענגן באקס, האט ער זיך צו געלערנט און אויסגעפונען אז ס'זענען דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט אויך. און ער איז געווארן זייער א נארמאלער מענטש. און ר'האטציך אפגעלאזט פון די אלע שטותים והבלים. ער איז היינט צו טאג זייער א וויכטיגער מענטש אין די סאסייעטי אין ארץ ישראל. ער האט געגרינדעט די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע, זק"א. (זיהוי קרבנות אסון, רח"ל.) ער פארט אין די גאנצע וועלט וואו ס'געשעהט אן אומגליק מיט אידישע קרבנות, ל"ע קומט ער און זיינע שלוחים אן. און זיי העלפן. סיי ביקרא דחיי און סיי ביקרא דשכבי...!
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:03 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי
דער גאלדענער אדלער: יהודה משי זהב איז אויכעט געבוירן און אויפגעוואקסן אין דעם שמאלץ פון די סיקריקים אין מאה שערים. און ער איז געווען בבחינת תינוק שנשבה. ער האט נישט געוואוסט עפעס בעסער ווי ווארפן שטעינער און שרייען און שעלטן. (פארברענען גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס, ווי די היינטיגע סיקריקים טוען איז נאך דאמאלס נישט געווען געווען אין סטייל.). עד כדי כך אז מ'האט איהם גערופן דער קמב"ץ (קצין מבצעים) פון מאה שערים. על פיו ישברו ועל פיו יחנו. אבער היות ער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד. און ער האט אייביג זיך אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פונ'ם שמאלן ענגן באקס, האט ער זיך צו געלערנט און אויסגעפונען אז ס'זענען דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט אויך. און ער איז געווארן זייער א נארמאלער מענטש. און ר'האטציך אפגעלאזט פון די אלע שטותים והבלים. ער איז היינט צו טאג זייער א וויכטיגער מענטש אין די סאסייעטי אין ארץ ישראל. ער האט געגרינדעט די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע, זק"א. (זיהוי קרבנות אסון, רח"ל.) ער פארט אין די גאנצע וועלט וואו ס'געשעהט אן אומגליק מיט אידישע קרבנות, ל"ע קומט ער און זיינע שלוחים אן. און זיי העלפן. סיי ביקרא דחיי און סיי ביקרא דשכבי...!
ר' בערל יא פיין אראפגעלייגט, כ'געדענק נאך משיזהב פון אמאליגע צייטן.
כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט ווען מ'האט עם מכבד געווען מיטן צינדן א פאקל ביי די טקס הדלקת המשואות אין ה' אייר
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 7:46 pm
דורך טרויבן88
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי
איך האב געהערט אסאך מענטשן מאכן דעם חשבון, וואס ווער ספארשטייט די יסודות'דיגע חילוק פון נטורי קרתא און סאטמאר ווייסט אז עס פאנגט זיך בכלל נישט אן, אין סאטמאר האט מען נישט געהאלטן פון די מדינה אבער איז קיינמאל נישט געווען אין א מצב פון האלטן אז די מדינה דארף ווערן אויפגעלעזט, ווידעראום לויט נטורי קרתא איז זייער שיטה געווען און בפשטות נאך אלץ אז די מדינה דארף ווערן אויסגעלעזט און די אראבער זאל עס איבערנעמען, און יואליש קרויס איז פון נטורי קרתא זאגט ער די טעארעטישע שיטה אז אויב די נעמסט געלט פון מדינה דארפסטו גיין אין מיליטער, ווייל לשיטתו טאר מען ביידע נישט, ער האט אויך נישט קיין פאספארט פון מדינת ישראל אויכעט וויבאלד ער אנערקענט נישט אין די מדינה, דעריבער האט זיין ווייב עם נישט געקענט באזוכן אין טורמע בשעת ווען ער איז דארט געווען, און געווען אין טורמע איז ער אויך וויבאלד ער האט נישט ארויסגענומען א פערמיט צי אפערירן א שחיטה און ער האט נישט באצאלט דיין טעקס וויבאלד סאיז דאך נישט דא קיין מדינה,
ממילא זענען איך נישט ווי די מדובר פאנגט זיך אן
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm
דורך diff
.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm
דורך diff
נ"ק וואלטען קיינמאל נישט געזאגט אזוי. בפרט צום פרייע.
#הציץ ונפגע
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
טרויבן 88: איך וויל נאר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער. לויט דעם אינטערוויו וואס יואל'יש קרויס האט געגעבן האט ער געזאגט זייער פשוט'ע און שכל'דיגע ווערטער. ער האט געזאגט אויף זיך..."איך, וואס איך נעם נישט קיין פרוטה פון די מדינה. און כ'האב נישט קיין שום שייכות צו איהר רעגירונג. איך קען רעדן אקעיגן גיוס. משא"כ הרב אויערבאך וסייעתו. הפלג הירושלמי, ווי זיי רופן זיך. זיי נעמן כל'ערליי געלטער פון די מדינה.געלט פאר די ישיבות. נאכדעים נעמען זיי קינדער געלט פון ביטוח לאומי. אויך זענען זיי נהנה פון די אפיציעלע קופת חולים. זיי דארפן גיין אין מיליטער. אנישט זענען זיי היפאקריטן און פאלשע ברואים. אט דאס וואס זיי זענען טאקע. איז לאמיר נישט פארדרייען זיינע ווערטער. ער האט קלאר ארויסגעזאגט וואס ער האלט. לשיטתו טארן זיי נישט נעמען געלט פון די מדינה. נאר זיי קענען נישט נעמען געלט פון די מדינה. און זיך מאכן פרום און קנאות'דיג פון די צווייטע זייט...!
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:24 am
דורך diff
.
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, די א.ג. קנאים זענען אויך היפאקריטס. א מדינה איז נישט נאר קינדער געלט. זיי געניסען פון די פאליציי מיט די מיליטער, די גאסען און די ענווייראמענט, די שמירה אז די עסען איז נישט פארגיפטעט און די הייזער קענען ביישטיין א קליין ווינט. יואליש קרויס, און דער תולדות אהרן רבי און משה הירש ע"ה האבען אלע גענוצט דער מדינה און נהנה געווען פון איהר (שלחן איזבל, טאמער דו ווילסט).
דאס וואוינען אין א.י. און נישט האבען דער ׳מידנעסטע שייכות׳ איז א בלאף און א שקר.
און הרב אויערבאך, על אף זיין היינטיגע מהלך געפעלט מיר נישט, איז גארנישט אנדערש ווי פריערדיגע גדולים אין דער הינזיכט. מ׳האט אלץ באקעמפט די מדינה אין פארשידענע וועגען און אויך גענומען געלט. פונקט היינט שלאגט ער זיך אויף אן אנדערען אופן ווי פריער, אבער די שיטה האט זיך נישט גע׳ענדערט. פארקערט, הרב שטיינמן זאגט אלץ אז די וואס פיהרען זיך אומ׳אחריות׳דיג אין די עניינים איז ווייל זיי פארשטייען נישט די רשעת הציונים אזוי גוט ווי איהם. דאס נעמען געלט איז א חשבון פון שטייערען, נישט צושטימונג.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:08 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנט ווי ר' עמרם בלויא האט דאס אויך פארשטאנען, אינעם בוך "משנתו של ר' עמרם" - אפגעדרוקטע (געדרוקט דורך חתן דינן יואליש קרויס) רעקארדירטע אינטערוויוס מיט איהם - ברענגט ער א פאר מאל ארויס די נקודה, אז למעשה איז נטורי קרתא אויך היפאקריטיש.
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:10 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ריכטיג האט געשריבן:אינטערעסאנט ווי ר' עמרם בלויא האט דאס אויך פארשטאנען, אינעם בוך "משנתו של ר' עמרם" - אפגעדרוקטע (געדרוקט דורך חתן דינן יואליש קרויס) רעקארדירטע אינטערוויוס מיט איהם - ברענגט ער א פאר מאל ארויס די נקודה, אז למעשה איז נטורי קרתא אויך היפאקריטיש.
און דאב אינקלוד עם אליין אויך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:00 am
דורך berlbalaguleh
און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס אויך פארשטאנען. אזוי ווי ער האט אמאל געזאגט פאר ר' עמרם בלוי (בדרך צחות) אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (ר' עמרם בלוי) איז דער גרעסטער ציוני. האט ער אנגעשטעלט א פאר אויגן און געזאגט. סאטמאר'ע רבי. איך ווארף מיך דאך אראפ אין פראנט די טראקטארס...! האט איהם די סאטמאר'רע רבי געענטפערט. טאקע פון דארט איז א ראיה...פארוואס ווארפסטו דיך אראפ פאר'ן טראקטאר. ווייל דו האלטסט אז ער וועט זיך אפשטעללן. הייסט אז דו האלטסט אז דער טראקטאר דרייווער איז א גוטער מענטש און נישט קיין רוצח...ביסטו א גרויסער ציוני...!
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער מימרא איז פון בריסקער רב זי"ע וואס פלעגט איהם באזידלען ביי זיין מעריב מוצ"ש. ער האט מצד אחד געשעצט זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש ומצד שני נישט געהאלטען פון זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש.
אבער די ׳הוגי דעות׳ אויף אראפ צו קוקען אויף יענעם אנשטאט׳ס באקוקען די אייגענע ציצית קומען בכלל נישט אויפ׳ן טיש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:30 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק: א יעדער חסיד לייגט עס אן אויף זיין רבי'ן. פונקט אזוי ווי א מופת. וואס איך האב געהערט 3 חסידים פון פארשידענע אנדערע רבי'ס. לייגט עס א יעדער אן אויף זיין רבי'ן...! נאר , קלו וקלו דברי אלוקים חיים...ס'האט געקענט געשעהן בייי ביידע רעבעס...סיי דער מהרי"ז מ'בריסק און סיי סאטמאר'רע רב האבן געהאט די כלים צו זאגן אזא טעירעה...!
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:54 am
דורך יהושע חיים
בריסקע רב האט מקבל געווען פון זיין טאטע אז ציונים זענען רוצחים און דאס איז ביי עהם געווען תורת משה
וועגן דעם איז צו קיין הפגנה קיינמאל נישט געגאנגען חוץ גיוס בנות ווייל דאס איז טאקע יהרג ואל יעבור
Sent from my Fire Phone using Tapatalk