ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש.
פאר די מאמין איז נישט קיין נפקא מינא איין צי שי עולמות
אבער דער כופר וואס דריקט אים אז the laws of nature קען גארנישט
גארנישט אינווענטען, האט נאך קיינמאל גארנישט אינווענטען זיכער נישט קיין ליווינג סעל
און זיכט זייער שטארק זיך אליין צי קאנוויסען אז לעבן קען יא געשען
פין זיך אליין ,זיי זענען זייער אנגעוויזען צי טרעפן לעבן חאטש וואו.
הגם וואס וועט דאס ווייזען ?
אבער ווער מיינסטו איז אויף געקימען מיט גאט אף די געפס?
דאס איז
זייער מיינד סעט -
דאקינס למשל האפט אז סוף סוף וועט מען געפינען Extraterrestrial life און מען וועט זיי מאכן אחראי אויף דער וועלט
איי וואס וועט אים דאס העלפן?!? ער האט סך הכול געפאשט די באל ווייטער - אבער דאס איז די מיינד סעט פין
זייער גאט אף די געפס.
דער עטיאיסט זאגט אז ער האט א
טעאריע וואו אזוי דער וועלט איז דא
ווען דער עטיאיסט שרייט אז עוועלאציע איז פאקט מיינט דאס אז די טעאריע איז א פאקט וואס
קען זיין - נישט אז ער ווייסט אז פאקטיש איז דאס אזוי געווען, ער איז נישט דארט געווען - ער זאגט אבער אזוי מסברא - א טענת שמא
דער מאמין ווידער, גלייבט נישט אין בראשית ווייל דאס איז זיי איינציגער הסבר וואו אזוי אזא וועלט קען זיין, דער מאמין'ס קלעם איז אז ער האט דירעקט knowledge וואו אזוי דער וועלט איז דא
אין ער האט דער נאליד'ש דארך זיין מוסרה פין דער בורא עולם אליין, וואס האט דאס איבער געגעבן למשה מיסיני
דא שאלגן זיך נישט ארים צוויי טעאריעס
משל למה הדבר דומה :
ראובן איז אויפגעקימען אז א 747 ערעפלאן קען צישטאנד קימען דארך גאר א שטארקע האריקען
יעצט וויל ראובן זאגן אז די פליגערס פין דעלטע קימען אלע פין האריקענס
(אגב מען קען זען ראובן ארים זיכען ערעפלאנען און אלע מדבריות)שמעון פארשטייט זיך לאכט, און זאגט פאר ראובן זיי נישט קיין נער קיין ערעפלאן געשעט נישט פין קיין האריקען - אבער לאמיך דיר עפעס זאגן ראובן - מיין פעטער איז די CEO פין באינג און ער האט מיר פארציילט ווער עס האט דאס געבויט
דער כופר שרייט ווייטער מי השם אשר אשמע בקולו
אבער די געפס זענען קיינמאל נישט געווען די איד'ס גאט
דער כופר קען נישט מער וואו טענהען א טענת שמא, ער זיכט ראיות פין א יעדער סארט געפ ווידער דער מאמין טענעט א טענה'ס ברי
ס'איז א שאד, ביבער, נישט צי קענען דיין אייגענע מסורה.
אברהם אינזער זיידע דער ערשטער סייענטיסט, דער ערשטער וואס האט געפרעגט "תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג" צי זיין מסקנה איז ער נישט געקימען ווייל נאר דאס האט אים געמאכט סענס, בכלל נישט! זיין מסקנה האט ער באקימען דארך הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם
משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום, וראה בירה אחת דולקת אמר תאמר שהבירה זו בלא מנהיג, הציץ עליו בעל הבירה, אמר לו אני הוא בעל הבירה, כך לפי שהיה אבינו אברהם אומר תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג, הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם
חקירה איז דא נאר דערנאך וואס אינז ווייסען שוין, ווייל מיר האבן דאך ערשט האנטיגע אינפערמאציע, קימט חקירה און מאכט דאס זאל זיין מער נבלע בדם און לעבן דערמיט (פאר די וואס האבן געהאלטן דעפין)