בלאט 3 פון 5

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:50 am
דורך diff
ק/פ
מעשה מהאדמו"ר מסאטמר, ט"ו באב, ושלוש שבועות

שמעו סיפור מעניין על רבי אהרן טייטלבוים, אדמו"ר מסאטמאר,
נקלעתי לבית מדרשו בהרי הנופש בארה"ב.
(הוא נופש עם מניין מצומצם מחסידיו המובחרים)
ובתוך דרשתו בסעודה שלישית - הזכיר בהבלעה את העובדה שהיום הוא יום מיוחד, ט"ו באב שבו בנות ישראל יוצאות וכו',
והוסיף דרך אגב שבוודאי אין זה כפשוטו,
(דהיינו העובדה המצויינת בסוף מסכת תענית שפעמיים בשנה היו בנות ישראל יוצאות ורוקדות בכרמים למול הבחורים למטרת נישואין - לא התרחשה באמת במציאות!!)


ניגשתי אליו ביום ראשון אחר התפילה,
שאלתי אותו הייתכן? לומר על משנה שלא כפשוטו? וכי היכן מצאנו דבר כזה?
בתחילה הוא ניסה לנפנף אותי בתמיהה רבתי עלי אישית: "מה? אתה לא מבין לבד? אתה לא קולט למה אי אפשר לומר שזה כפשוטו?"
כאילו חסר לי ביראת שמים בעצם השאלה המטונפת הזאת.
אך אני לא ויתרתי: "מילא אגדות רבה בר בר חנה במסכת בבא בתרא - הייתי מבין אם היית אומר שזה שלא כפשוטו, אך כאן מדובר במשנה! וכן במקרא מפורש בסוף שופטים! "הנה חג לה' מימים ימימה" וגו' שבני בנימין חטפו להם נשים מהמחולות הללו,
האם גם מקרא זה יוצא מידי פשוטו??


הוא שב וקבע בנחרצות: "עם ישראל - היה תמיד עם קדוש, ומוכרח הדבר שלא היה יכול להיות כפשוטו,
ואם אין אתה מבין לבד - אין אני יכול להסביר לך!"

כאן כבר לא יכלתי להתאפק מלהתחצף קצת, עניתי:
"אם ההתייחסות למשנה היא כזו - אז אולי נפרש המימרא 'שלש שבועות השביע' (-הבסיס של התזה האנטי ציונית בספר ויואל משה) גם שלא כפשוטו!

מיד ברחתי משם...

אגב:
בעלון השבועי שחסידי סאטמאר מדפיסים (את דברי התורה בסעודה שלישית)
- הושמט המשפט הזה.



ע"כ מצוטט מתוך בלוג פלוני אלמוני.

ולמרות שהבלוג ההוא ידוע באי אמינותו,
הריני לאשר ששמעתי סיפור זה מיהודי ששמע מבעל המעשה בעצמו.

אם כי יש לציין שסופו של המעשה,
דהיינו האם ואיך הגיב האדמו"ר להשוואה של האברך הנ"ל,
- לא זכור לי.



נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 6:49 pm
דורך יין שרף
ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה האט געשריבן:
בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 7:28 pm
דורך נעגעל וואסער
כ'האב הנאה ווען מען ברענגט ארויף אן אשכול פון @אדנירם, אבער עס בלוטיגט מיר ווען כ'זעה ער איז א פארגאנגענהייט.
גוטע צייטן געווען. ועל זה דוה לבנו!

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 7:30 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד היו"ט הבעל"ט.

נעכטן תשעה באב ביינאכט, לערנענדיג אביסל איכה מיט מפרשים, זעה איך
תרגום אויפן פסוק בתולותיה נוגות והיא מר לה האט געשריבן:
בתולתהא ספדן על די פסקו למיפק בחמשא עשר יומין באב וביומא דכפוריא די הוא בעשרא יומין בתשרי לחינגא בחינוגין אף איהי מריר ליבא לחדא

איבערגעטייטש אין אידיש: די מיידאלאך האבן געיאמערט, אויף דעם וואס מען האט אויפגעהערט צו ארויסגיין - די פופצנטן טאג אין אב, און יום כיפור, די צענטן טאג אין תשרי - צו טאנצן מיט געטענץ, אויך זיי ביטערט דאס הארץ לחדא

viewtopic.php?p=347433#p347433

נשלח: מאנטאג יולי 23, 2018 7:32 pm
דורך יין שרף
Wow. יישר כח

@ליטוואק

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:22 pm
דורך יין שרף
להחזיר עטרה ליושנה..

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 10:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'נאך דא אסאך וואס צופארעכטן אין דעם הינזיכט, וואס איז מיט יום כיפור?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 10:35 pm
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:להחזיר עטרה ליושנה..

מ'דארף ברענגען פרוף אז מ'איז סינגל?

נשלח: פרייטאג יולי 27, 2018 12:35 am
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:להחזיר עטרה ליושנה..

מ'דארף ברענגען פרוף אז מ'איז סינגל?

מ'וועט צושטעלן א בודקת אויפן פלאץ.

Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 12:27 am
דורך אונטער חכם
און וואס טוהט זיך מיט מחולות? דאס איז דאך דער עיקר.

Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 8:55 am
דורך נעגעל וואסער
היינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 11:42 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ס'נאך דא אסאך וואס צופארעכטן אין דעם הינזיכט, וואס איז מיט יום כיפור?

אונז האמיר א מחזור מיט א לאנגע מוסף שמו"ע און א סאך יוצרות. ווען מ'ענדיגט מוסף און מנחה איז שוין צייט פאר נעילה. ווער קען גיין אין פארק דאמאלס...?!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:57 pm
דורך calculator
נעגעל וואסער האט געשריבן:היינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער


ומה היו אומרות? בחור, שא נא עיניך וראה, מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:55 pm
דורך איסר האטלקי
האסט נישט געוואלט קוקן ווייטער?

"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 2:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און גראדע די גמרא אין כתובות נט: פרעג זיי ביידע אפ...

פשט איז אז יעדער זאגט וואס קומט זיי אויס דאס בעסטע; די שיינע ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן זיי אז שיינקייט איז די זאך, און די מיוחסים ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן אז ייחוס איז די זאך, און רבינו הקדוש איז געווען א מיוחס האט ער נאר אריינגעלייגט אין די משנה די חלק פון תן עיניך במשפחה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:18 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 7:54 am
דורך גוט געזאגט 1976
כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 11:16 am
דורך berlbalaguleh
גוט געזאגט: היינטיגע צייטן (ביי געוויסע קרייזן) האלטן מיר שוין כמעט ביי א פארקערטן מצב. א יונגל קומט אהיים פון ישיבה קטנה. און די מאמע זאגט איהם אז ער דארף זיך אנטון שבת'דיג. (און אויספוצן די ציין). ווייל ער ווערט א חתן...לאל...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2020 9:24 pm
דורך טיכטיגער
ס'שוין כמעט א מנהג ארויפצוברענגן דעם אשכול לכבוד ט"ו באב

Re: שמוציגע פרשה: היימישע בחורים 'טרעפן זיך' מיט מיידלעך!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 1:16 am
דורך חתן בחור
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
ער נעמט דאס פונעם אברבנאל. (:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 10:40 am
דורך פארשטאנד
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!


[tag]berlbalaguleh[/tag] קוק דא וועגן די מעשה מיט רבן גמליאל און ר' יהושע דערציילט אין ראש השנה פ"ב ח-ט.

א שאד אז איך קען נישט אפלאודן די מאמר, עיי"ש ותמצא נחת, און א מעגליכע ענטפער אויף דיין שאלה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 2:19 pm
דורך מנחם ציון
מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
איי פארוואס? אפשר ווי @אדנירם האט געשריבן, דענסינג קלעסעס....
אגב, עטליכע יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו באזוכן מצפה יריחו ארום די טעג פון ט"ו באב, איז געווען דארט פלאקאטן אין בעפארברייטונג פון מאסיווע מחולות בכרמים, וואס וועלן ווערן אפגעהאלטן ט"ו באב, מיט די באטייליגונג פון באקאנטע זינגערס און זינגערינס, ווייזט אויס אז דער מנהג גייט נאך אן מיט א פעסטקייט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 7:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מנחם ציון האט געשריבן:מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...

און איין מיידל האט זיך פארשטעלט פאר א בחור און צו איר האט מען אויסגערופן "בחור שא נא עיניך", איי ס'דאך לא תלבש? מילא יום כיפור האט מען געמעגט ווייל פורים כפורים און פורים שטייט דאך שוין אין די פוסקים אז מ'מעג, וואס איז אבער מיט ט"ו באב? קשיא.

אדער קען זיין אז מ'דארף גורס זיין "בחורה" מיט א ה"א, LGBT מן התורה מניין...