בלאט 3 פון 3
Re: דער שטערן-שפאקטיוו-זמן יעצט אין עברית
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:20 am
דורך ל.רוזן
איך האב עס נעכטען געזעהן אין בפ ביי 13-48 די נויז סטענד פאר 6 דאללער
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
נשלח: דינסטאג יולי 24, 2012 11:54 pm
דורך zurich
איינער ווייסט פארוואס די באליבטע צייטשריפט האט זיך פארמאכט?
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 12:13 am
דורך עס עפעס
zurich האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס די באליבטע צייטשריפט האט זיך פארמאכט?
אין איין ווארט? געלט.
כמיין אבער מ'זאל עפענען א באזונדערן אשכול איבער צייטשריפט.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:39 am
דורך smart
אה צייטשריפט א פיינע אויסגאבע א שאד א שאד
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 9:38 am
דורך קאווע טרינקער
לויט ווי איך הער גרייט מען זיך שוין פאר א גרויסע הפגנה אין ככר השבת (ס'איז נישט דא דארט אזא גרויסע זאל ווי קאנטינענטל אין וומ"ס), דאס מאל בחצות הלילה, ס'איז נאך נישט קלאר ווער ס'וועט פארזאגן עול מלכות שמים.
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:35 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:לויט ווי איך הער גרייט מען זיך שוין פאר א גרויסע הפגנה אין ככר השבת (ס'איז נישט דא דארט אזא גרויסע זאל ווי קאנטינענטל אין וומ"ס), דאס מאל בחצות הלילה, ס'איז נאך נישט קלאר ווער ס'וועט פארזאגן עול מלכות שמים.
אויף וואס אויס די הפגנה??
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:39 am
דורך קאווע טרינקער
כמעשה המשוגעים נגד השטערן, כך מעשה הירושלמיים נגד מהודרה העברית. לכאורה
נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 2:03 pm
דורך ניו יארק
טעפל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:לויט ווי איך הער גרייט מען זיך שוין פאר א גרויסע הפגנה אין ככר השבת (ס'איז נישט דא דארט אזא גרויסע זאל ווי קאנטינענטל אין וומ"ס), דאס מאל בחצות הלילה, ס'איז נאך נישט קלאר ווער ס'וועט פארזאגן עול מלכות שמים.
אויף וואס אויס די הפגנה??
מען גייט מוחה זיין אויף די רבנים פון חו"ל, היתכן זיי האבן געדריקט די שטערן/שפאקטיוו צום וואנט, אזוי אז כדאי צו האבן פרנסה דארף עס ארויסקומען אין עברית.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 9:34 am
דורך ישמעאל הכהן
!Be aware, the English Zman is $8
Re: דער שטערן-שפאקטיוו-זמן יעצט אין עברית
נשלח: פרייטאג אקטאבער 14, 2016 5:46 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:10 pm
דורך שצם_חנכל
http://zmanplay.com/פארדינט מעגליך א באזונדערע אשכול
זיי האפן עס צו מאכן יערליך
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 1:55 pm
דורך אברמי פון בארא פארק
שצם_חנכל האט געשריבן:http://zmanplay.com/
פארדינט מעגליך א באזונדערע אשכול
זיי האפן עס צו מאכן יערליך
דער מעשה פון דער שפיל זעט אויס ווי דער מעשה פונעם געוואלדיגען אידישע ביכל "דער אידישער שפיאן"
געווען איינע פון די בעסטע אידישער ביכער, גאר גאר א דראמאטישער מעשה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:21 pm
דורך פליקער
איך האב נאך נישט געליינט די נייע שטערן
אבער אויפן דעקל זעי איך אז זיי האבן אויפן דעקל מיין פעווערעט אפיקורס מיסטער דזעימס ראנדי, וועימען מיר האבן שוין דא אין שטיבל כמה פעמים אויסגעשמיסט.
נאך איין מזל אז היינט איז דא פילטערס און וועט נישט דורך לאזן אחינו בני ישראל וואס וויל די 'איווען מאהר' אפציע, און אפילו זיי וועלן נאר וועלן זיכן איבער רענדי וועלן זיי ציריק קריגן א שארפע בליק פון משומר, אפיקורס אלערט.
זיי לייגען אויפן דעקל גלייך א שקר, 'דער קינצען מאכער וואס אלע קונצען מאכער ציטערן,
דאס איז א שקר מוחלט, ווייל קיין שום קינצען מאכער ציטערט נישט פון רענדי, נאר שקרנים וואס דרייען זיך ארים און פלינדערען די וועלט מיט זייערע סייקיק כוחות אדער פריוון דיך צי פארפירן צי געוויסע גלויבינגען דורך ווייזען ניסים ונפלאות, צייגט ער איבער אז זיי זענען פשוטע קינצען מאכער.
ער האט קיינמאל נישט געפייניגט קיינע טריקסטערס נאר שקצים ווי יורי געלער, און סיי ווער עס קלעימט צי באזיצען א העכערע כוח, און אזוי ניצען סגילות אויף זייערע שטיק.
אגב ווער עס האט סיי וועלכע כוח אדער וועלכע רבי עס קען איבער ווייזן אז ער אדער זי פארמאגט זיי וועלכע העכערע כוח, קען עס איבערווייזן פאר רענדי וועט זעקלען $1,000,000.00 פאר זיינע מוסדות.
אגב כסדר קומען אפיר אזוינע וואס פריוון אים איבער ווייזען אז זיי באזיצען די נויטיגע העכערע כוחות און זיכען זיין מיליאנער, אבער ווען ער שטעלט זיי אויף א פארהער פאלען אלע דורך, און דערווייל האט קיינער נאך נישט אויפגעפיקט דאס געלט, און עס איז היפש אינטערעסאנט צי זען אויפן טוב ווי זיי ווערן צו נער.
א טעות אויפן דעקל צייגט אז דער וועקער ברענגט אראפ זייער קוואליטי " אין 2012 האט אבאמא אויטאריזירט די סי איי עי אפצוחימען פון וועג"
#וואטדי העל
נשלח: פרייטאג פעברואר 10, 2017 3:57 pm
דורך ליפא
אויך אזוי געמיינט אבער ס'נישט ריכטיג. קוק אויפ'ן ו' פון א ווארט נאכדעם ''פון'' ס'איז שמאלער.
Re: דער שטערן-שפאקטיוו-זמן יעצט אין עברית
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2017 9:28 pm
דורך פליקער
הגם איך האב קריטיקירט די שטערן פארן לייגן אויפן קעפל אז דזשעמס רענדי פיינעגט קינצען מאכער'ס, אבער נאכן ליינען די ארטיקל בין איך זיי מוחל, זיי האבן באשריבן רענדי און זיינע מעשים טובים גאר גוט, און האב גאר שטארק הנאה געהאט, הגם איך בין גארנישט געוואויר געווארן ווייל איך האב שוין אלעס געוויסט איבער אים, דאך האב איך שטארק הנאה געהאט, עס איז א מייסטער ארטיקל.
איך האלט אז עס איז גאר א געוואגטע שריט פון די שטערן, ווייל היינט ווייסט דער עולם גענוי איבער אלעס וואס זיי שרייבען, ווייל יעדע ראצער האט די זעלבע עפפ ויוא טוב שמו, און מיט איין סערטש אויפן נאמען רענדי זעט מען זייער גאנצע ארטיקל אויף ענגליש אויף קליפס נאך קליפס, און דאן ווערט מען געוואויר נאך איין פאזע וואס רענדי פארמאגט וואס די שטערן האט אוודאי נישט געשריבן - נעמליך אז ער גלייבט נישט און קייו שום העכערע כוח, און איז כופר בעיקר רח''ל, הגם ער שליסט עס נישט אויס נאר זיכט נאך קראנטע באווייזן. אויב איך געדענק גוט פארנעמט זיין מיליאן דולר טשאלאנש אריין פאר ווער עס צייגט אים איבער אז עס איז דא א באשעפער, עולם הבא, גיהנם, גן עדן, מזיקים, שדים, רוחות, לילין, רוח הקודש, רוח הטומאה, כישוף, דובר אל המתים, און נאך א ריזיגע ליסטע פון וואס מען האט מורא, ווי למשל אויס זאגן די שם הוי-ה, וואס ער טענהט אז ער האט שוין געזאגט טויזענטער מאל און ער זעט נישט אז עפעס זאל אים פאסירן. און מיר זאגען אים עפ''ל.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 12:33 am
דורך berlbalaguleh
ליפא האט געשריבן:אויך אזוי געמיינט אבער ס'נישט ריכטיג. קוק אויפ'ן ו' פון א ווארט נאכדעם ''פון'' ס'איז שמאלער.
אפשר דארף דער בחור הזעצער פונ'ם שטערן, נייע גלעזער...
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 12:44 am
דורך berlbalaguleh
פליקער: דו ביסט 100% גערעכט. דער הייליגער ..."דער איד"...איז אמאל אזוי אריינגעפאללן אין א פאסטקע. (אייגנטליך מער ווי איין מאל. נאר דארט איז עס געקומען מכח אמעראצעס פון די עדיטארס. נישט קיין וואונדער.) זיי האבן באשריבן עפעס א קינדער דאקטער אין ווארשאווער געטא, וועלכער האט אנגעפיהרט מיט א אידישיסטישע סקול, מיט זייער שיינע פארבן. זיי האבן איהם זייער שטארק אויסגעלויבט. וואס זיי האבן אבער נישט געוויסט איז, אז דער זעלבער דאקטער איז אויך געווען א פושע ישראל און אן אפיקורס. א ציוני. און אין די סקול וואס ער האט אנגעפיהרט האט מען נישט געלערנט די קינדער צו זאגן שמע ישראל. אויך איז ער זייער שטארק פארהייליגט ביי די פרייע ציונים/חילונים אין מדינת ישראל. ס'פונקט אזוי ווי דער איד זאלל שרייבן אז בן גוריון איז געווען זייער א פיינער מענטש און אן ערליכער, וואוילער יוד. (לשיטתם.)...!
נאך א מיסטעיק אדער עם הארצות האבן זיי געשריבן איין יאר אין זייער פורים אויסגאבע. זיי האבן געברענגט א געמאלן בילד פון ..."דעם לעצטן סאפפער"... פון יאשקע...! און זיי האבן צוגעשריבן די פאלגענדע שורה..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 10:37 am
דורך געוואלדיג
עס דאכט זיך מיר אז זיינע קורצע נייעס איז געווען געוויסע ק/פ פון געוועזענע שטערנס, אזוי אויך געוויסע ארטיקלען.
א זייטיגע שאלה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 10:56 am
דורך מענטשאלע
וואו אין מעדל א איידעם? ער מאכט חתונה אין בני ברק דאכט זיך מיר די וואך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: אונזערע רבנים היושבים על מדון ועל סיר הבשר ועל נכסי דלא ניידי דילהון ודזרעהון, האבן ב"ה געהאט א ווייטן בליק. און ווען זיי האבן מיט זייערע עיניים הבדולחים געזעהן אז דער שטערן און דער שפאקטיוו זענען אן אבן ניגף לכל בית העטיעש פעטיעש והוידו נאנאש, און זענען עתיד לצאת לתרבות רעה, האמיר אונז פשוטי עם, די פראסטע בעלי עגלות, שוסטערס, שניידערס עלעקטרישאנס און פלאמבערס נישט פארשטאנען פארוואס זייי האבן גע'אסר'ט די 2 טריפה'נע טמא'נע (כבר אמרנו) מאגאזינען. אונז האבן געפרעגט קשיות, געמאכט פראטעסטן און מחאות ביי די גראסעריס. אלעס כדי להחזיר עטרה ליושנה. צוריקצוברענגען די 2 גע'אסר'טע, טמא'נע, מאגאזינען. אבער יעצט זעה מיר אלע איין אז די הייליגע רבנים זענען געווען גערעכט. יעצט איז ארויסגעקומען זייער אפיקורסות און פארדארבנקייט, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. שומו שמים. זיי גייען אפדרוקן און ארויסגעבן א חודש'ליכן מאגאזין אויף די שפה הטמאה. דער אבי אבות הטומאה. די שפראך פון די ערב רב די ציונים, די בריונים, די עמלקים, ימ"ש שר"י עפ"ל. און פון די הייליגע אידישע שפראך אונגאריש האבן זיי זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג געמאכט. אמת. אז האלב פון דעם וויליאמסבורג'ן אידיש-דייטש האט שוין אין זיך עלעמענטן און ווערטער פון די הייליגע שפראכע. ווי למשל טשיללאר, ראפאגאש (בארכעס) קאקאוש (נישט קאקאש) קעיק און קאפטא פא. אויך פ-ק קאנאל...אבער צו האבן די חוצפה פון ארויסגעבן אין די עיר הקדשה (מיט א צירי אונטער די דל"ת) וויליאמסבורג אזא טמא'נעם זשורנאל. ווי שעמט מען זיך נישט. אין די שטאט וואו הרב ישראל מ. סופר איז שוכן כבוד. ווי האט מען נישט מורא...?!
נ.ב.: די שאנסן אז די תגובה וועט געמעקט ווערן דורך אונזערע חשוב'ע מעקערס (וועקערס) שליט"א זענען כמעט...99.9%