בלאט 3 פון 4
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 8:27 am
דורך אישתישבי
לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.
עס קען זיין אן אנדערע היתר, אז א גויטע איז נישט בכלל איסור, ו אדער א ווידעא איז נישט בכלל, ווי אויבן דערמאנט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 10:45 am
דורך berlbalaguleh
א שרייבער האט געשריבן:פונקט ווי מען מעג קוקן אויף א אידישער פרוי אויף די גאס, מעג מען קוקן אויף א גוישע פרוי. דער חילוק איז נאר אז ביי א גוישע פרוי קען עס צוברענגען צו הירורים, וויבאלד מען שטויסט זיך אן אין בילדער וואס איז נישט צוניסדיג, דאס איז שוין עפעס אנדערש ווילאנג מען טוט נישט למעשה. אבער סטאם אזוי וואלט נישט געדארפט זיין קיין שום איסור צו קוקן אויף פרויען, דאס איז דאך א חלק פון דער באשאפונג. דאכט זיך מיר אז עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקן אויף פרויען. איז איינער איז מסכים מיט מיר?
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
א שרייבער: ס'זעהט אויס אז דו ביסט נאך א קליין יונגל און דו לערנסט נאכנישט קיין רש"י. רש"י זאגט אויפ'ן פסוק ..."ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכם"... (איך ווייס איך האב עס נישט גוט געספעללט. איך גיי עס איבערשרייבן וועסטו עס בעסער קענען ליינען...בעלאוי סאאסיערי אחראיי לעבאפחעם וע אחראיי איינייחע(ל)ם...!). אחרי לבבכם זה עריות. ואחרי לבבכם זה מינות...!. איז פון דא א רייאעה אז מ'מעג קוקן אויף מיסס אמעריקא אדער אויף מיסס יוניווערס...!
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:46 am
דורך א שרייבער
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.
עס קען זיין אן אנדערע היתר, אז א גויטע איז נישט בכלל איסור, ו אדער א ווידעא איז נישט בכלל, ווי אויבן דערמאנט.
עס איז נישט בכלל סטאם ווידעא'ס פון נייעס ווי מען זעט פרויען צו בילדער, דאן ווען ווערט עס יא אסור?
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 11:46 am
דורך א שרייבער
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.
עס קען זיין אן אנדערע היתר, אז א גויטע איז נישט בכלל איסור, ו אדער א ווידעא איז נישט בכלל, ווי אויבן דערמאנט.
אז עס איז נישט בכלל סטאם ווידעא'ס פון נייעס ווי מען זעט פרויען צו בילדער, דאן ווען ווערט עס יא אסור?
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 1:22 pm
דורך ברוך שפינוזה
אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.
ס'שטייט אין שולחן ערוך אז מ'טאר נישט אויפמאכן הלכות....
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 1:24 pm
דורך א שרייבער
ברוך שפינוזה האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:לכאורה ביסטו נישט גערעכט, עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקען אויף פרויען, אין אבן העזר.
ס'שטייט אין שולחן ערוך אז מ'טאר נישט אויפמאכן הלכות....
ער מאכט נישט אויף קיין הלכות ער זאגט וואס עס שטייט...
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: פרייטאג פעברואר 02, 2018 1:55 pm
דורך ברוך שפינוזה
נישט אין שולחן ערוך פון ר' יוסף קארו.
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2018 6:49 pm
דורך א שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:א שרייבער האט געשריבן:פונקט ווי מען מעג קוקן אויף א אידישער פרוי אויף די גאס, מעג מען קוקן אויף א גוישע פרוי. דער חילוק איז נאר אז ביי א גוישע פרוי קען עס צוברענגען צו הירורים, וויבאלד מען שטויסט זיך אן אין בילדער וואס איז נישט צוניסדיג, דאס איז שוין עפעס אנדערש ווילאנג מען טוט נישט למעשה. אבער סטאם אזוי וואלט נישט געדארפט זיין קיין שום איסור צו קוקן אויף פרויען, דאס איז דאך א חלק פון דער באשאפונג. דאכט זיך מיר אז עס שטייט נישט אין ערגעץ אין שולחן ערוך אז מען טאר נישט קוקן אויף פרויען. איז איינער איז מסכים מיט מיר?
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
א שרייבער: ס'זעהט אויס אז דו ביסט נאך א קליין יונגל און דו לערנסט נאכנישט קיין רש"י. רש"י זאגט אויפ'ן פסוק ..."ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עינכם"... (איך ווייס איך האב עס נישט גוט געספעללט. איך גיי עס איבערשרייבן וועסטו עס בעסער קענען ליינען...בעלאוי סאאסיערי אחראיי לעבאפחעם וע אחראיי איינייחע(ל)ם...!). אחרי לבבכם זה עריות. ואחרי לבבכם זה מינות...!. איז פון דא א רייאעה אז מ'מעג קוקן אויף מיסס אמעריקא אדער אויף מיסס יוניווערס...!
ביזסט גערעכט כ'האב עס נאכגעקוקט שבת אין רש"י. ער זאגט אויף אחרי לבבכם ואחרי עיניכם מיינט מען ערוית.
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 2:53 pm
דורך יעקב מענטש
ברוך שפינוזה האט געשריבן:נישט אין שולחן ערוך פון ר' יוסף קארו.
אזוי גאר!
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%9B%D7%90
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 8:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס זעהט מען דארט? (איך קען נישט ליינען צווישן די שורות...)
נשלח: מאנטאג פעברואר 19, 2018 8:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס ווילסטו דא ווייזן? אפשר דאס?
והמסתכל אפילו באצבע קטנה של אשה ונתכוין ליהנות ממנה, כאלו נסתכל בבית התורף.
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 12:23 pm
דורך קאוריג
מ'טאר נישט קוקן כדי הנאה צו האבן
מ'טאר נישט קוקן בשעת זיי וואשן ביים ים, ווייל ס'ווערט אויפגעדעקט מקומות המכוסים
מ'טאר נישט ווינקן מיט די אויגן (אויב מ'קוקט נישט ווי אזוי ווינקט מען מיט די אויגן?!?....)
סתם פלעין קוקן אזוי ווי מ'רעדט מיט א חבר שטייט נישט אז ס'איז אסור
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:05 pm
דורך berlbalaguleh
איך געדענק ווען איך בין געווען 8 יאר אלט. מיין רבי, וואס איז געווען אן אלטער (----'--) חסיד, ווען ער האט גערעדט צו זיין שכנ'טע, איז ער געשטאנען ביי די עק פון האללוועי און ארויסגעקוקט צו די גאס. און זיין שכנ'טע מרס.-----ר איז געשטאנען אין בעק, ביי איהר טיהר. איך האב אנגעקוקט די זאך אלס זייער פאני. איך האב דאמאלס נאכנישט פארשטאנען וויאזוי א חסיד'יש'ער איד דארף רעדן צו אן אישה לעת הצורך...!
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 5:21 pm
דורך א שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:איך געדענק ווען איך בין געווען 8 יאר אלט. מיין רבי, וואס איז געווען אן אלטער (----'--) חסיד, ווען ער האט גערעדט צו זיין שכנ'טע, איז ער געשטאנען ביי די עק פון האללוועי און ארויסגעקוקט צו די גאס. און זיין שכנ'טע מרס.-----ר איז געשטאנען אין בעק, ביי איהר טיהר. איך האב אנגעקוקט די זאך אלס זייער פאני. איך האב דאמאלס נאכנישט פארשטאנען וויאזוי א חסיד'יש'ער איד דארף רעדן צו אן אישה לעת הצורך...!
מען רעדט נישט דא פון חסידות. מען רעדט דא הלכהדיג.
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
א שרייבער: יא. אבער איך האב נאך ביז היינט נישט געזעהן קיינער רעדן צו א פרוי אזוי ווי ער האט גערעדט...!
נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
berlbalaguleh האט געשריבן:א שרייבער: יא. אבער איך האב נאך ביז היינט נישט געזעהן קיינער רעדן צו א פרוי אזוי ווי ער האט גערעדט...!
איך גלייב נישט אז אזא חסידישע איד האט גערעדט מיט א פרוי, מן הסתם האט ער גערעדט מיט א יענצל, נשמה, אידענע, רעבעצין וכדו'...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 3:42 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: מסתמא האבן זיי איבערגעשמועסט וועמענ'ס טוירן ס'איז ארויסצוטראגן די גארבידזש. אדער אויפוואשן די האללוועי...!...לאל...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 6:10 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זעהט מען דארט? (איך קען נישט ליינען צווישן די שורות...)
דארט זעהט מען אז נתכוין ליהנות איז אסור.
און איך ווארט נאך אויף דעם אינגערמאן וואס זאל מיר מודה זיין אז ער האט נאך 'קיינמאל' נישט הנאה געהאט פון א שפילערין וואס די פראדוסערס האבן אויסגעפוצט לראות וליהנות.
אדרבה, איז דא איינער דא וואס איז מחולק מיט מיר?
קוק
דא וויאזוי רבי משה פיינשטיין ז"ל האט פארשטאנען דעם שלחן ערוך (איך גלייב נישט אז ער שרייבט סתם גרונדלאזע חומרות). און פון זיינע ווערטער קוקט נישט אויס אז מ'מעג קוקן מאוויס.
הלואי זאל מיר איינער יא מתיר זיין! ס'איז קלאר אפשי בבשר חזיר... איך בין נישט קיין עטסטרעמיסט, אבער אז מ'טאר נישט, טאר מען נישט!
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 7:47 pm
דורך טמיר
אפשר קען מען מחלק זיין צווישן נתכוון ליהנות און נהנה ממילא? עס באלאנגט אפשר צי די סוגיא פון אפשר וקמכוין
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:05 pm
דורך א שרייבער
יעקב מענטש האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס זעהט מען דארט? (איך קען נישט ליינען צווישן די שורות...)
דארט זעהט מען אז נתכוין ליהנות איז אסור.
און איך ווארט נאך אויף דעם אינגערמאן וואס זאל מיר מודה זיין אז ער האט נאך 'קיינמאל' נישט הנאה געהאט פון א שפילערין וואס די פראדוסערס האבן אויסגעפוצט לראות וליהנות.
אדרבה, איז דא איינער דא וואס איז מחולק מיט מיר?
קוק
דא וויאזוי רבי משה פיינשטיין ז"ל האט פארשטאנען דעם שלחן ערוך (איך גלייב נישט אז ער שרייבט סתם גרונדלאזע חומרות). און פון זיינע ווערטער קוקט נישט אויס אז מ'מעג קוקן מאוויס.
הלואי זאל מיר איינער יא מתיר זיין! ס'איז קלאר אפשי בבשר חזיר... איך בין נישט קיין עטסטרעמיסט, אבער אז מ'טאר נישט, טאר מען נישט!
קען זיין ווען דו קוקסט א מאווי וועסטו אין געוויסע חלקים מסתכל זיין אין פרויען כדי הנאה צו האבן, וועגן דעם האלטסטו אז עס איז אסור. אבער ווען איך קוק א מאווי קוק איך דעם מאווי אלס די אינטערסאנטקייט פון די מעשה, און ווען עס קומט אונטער שטיקלעך וואס איז נישט אויסגעהאלטן, מיש איך ווייטער.
Sent from my SM-G925V using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
א שרייבער: סאו ווען דו גייסט קוקן א מאווי און ס'קומט אונטער בילדער פון נשים, פארמאכסטו די אויגן. איז יעצט די שאלה פון בל תשחית. דו האסט אויסגעגעבן א צוואנציגער צו קענען זעהן די מאווי. און די מערסטע צייט האלטסטו פארמאכט דיינע אויגן. אין אמת'ן איז דאס א מדריגה. דו ברענגסט דיך צו א נסיון. און דו שטארקסט דיך אויפ'ן יצר. און דו ביסט עומד בנסיון...!
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:44 am
דורך טמיר
berlbalaguleh האט געשריבן:א שרייבער: סאו ווען דו גייסט קוקן א מאווי און ס'קומט אונטער בילדער פון נשים, פארמאכסטו די אויגן. איז יעצט די שאלה פון בל תשחית. דו האסט אויסגעגעבן א צוואנציגער צו קענען זעהן די מאווי. און די מערסטע צייט האלטסטו פארמאכט דיינע אויגן. אין אמת'ן איז דאס א מדריגה. דו ברענגסט דיך צו א נסיון. און דו שטארקסט דיך אויפ'ן יצר. און דו ביסט עומד בנסיון...!
ר' בערל, כהאב שוין לאנג געהאלטן אז דו ביזט א ל"ו צדיק. יעצט זעה איך עס בחוש!
Re: קוקן שאוס וואס האט פרויען
נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 1:55 am
דורך א שרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:א שרייבער: סאו ווען דו גייסט קוקן א מאווי און ס'קומט אונטער בילדער פון נשים, פארמאכסטו די אויגן. איז יעצט די שאלה פון בל תשחית. דו האסט אויסגעגעבן א צוואנציגער צו קענען זעהן די מאווי. און די מערסטע צייט האלטסטו פארמאכט דיינע אויגן. אין אמת'ן איז דאס א מדריגה. דו ברענגסט דיך צו א נסיון. און דו שטארקסט דיך אויפ'ן יצר. און דו ביסט עומד בנסיון...!
מאכסט מיר שמייכלען. א געווענליכע מאווי וועט נישט האבן אזעלכע שטיקלעך צו אפט. אבער ס'דא גענוג און נאך וואס האבן יא, און מען דארף טאקע אכטונג געבן. די שאלה פון בעל תשחית עקזיסטירט נישט דא, וויבאלד ס'דא וועגן וויאזוי מען קען עס באקומען בחינם.