מ׳קען אפשר זאגן נאך אביסל א קנייטש אין דעם. דהיינו, ווי דר. פראנז [לוי] ראזענצווייג
זאגט איז די ״
ניין״ חלק וואס קומט ארויס פונ׳ם ״
גארנישט״ כדי צו שאפן דעם ״
זעלבסט״ פונ׳ם מענטש, זיין בחירה. די חלק ה״
יא״ איז זיין כאראקטער. ער זאגט אז וואס וויל דאס ווילן? איז וויבאלד ביים מענטש זענען די חלקים, וממילא די בחירה, פיניט זוכט די בחירה דאס ״
זעלבסט׳נס״ כאראקטער [די חלק ה״
יא״], וואס דורך דעם קומט אויס אז די בחירה אליין אלס אן ענטיטי מאכט אן אקט פון מרידה/התרסה [defiance]. און דורך די אקט קומט זיך צאם די בחירה [די ״
ניין״] מיט׳ן כאראקטער [די ״
יא״], און דורך דעם ווערט דאס די/אן ״
און״; דאס ״
זעלבסט״ פונ׳ם מענטש. יעצט, די חלק ה״
ניין״ ארויס פונ׳ם ״
גארנישט״ פונ׳ם (אנהויב) קאנסעפשן פונ׳ם מענטש, זיין בחירה כנ״ל, איז לעומת די חלק ה״
ניין״ ביי דעם קאנסעפשן פון ״
ג-ט״ וואס דאס איז זיין כח ויכולת [פרייהייט]. און דאס ציהט אויך צום עצם עססענס פון ג-ט ב״ה [לשבר את האוזן, וויבאלד ער איז דאך אחדות הגמור, ועצמותו ויכולתו אחת] וואס דאס איז די ״
יא״ דערביי, אבער דאך אנדערש ווי די בחירה און כאראקטער ביים מענטש, וויבאלד ביי ״
ג-ט״ איז דאס אלעס אינפיניט משא״כ ביים ״
זעלבסט״ פונ׳ם מענטש וכנ״ל. איז לעומת זה איז די זעלבע איז ביי די בחירה פון א מענטש, זיין ״
ניין״, ציהט צו זיין כאראקטער וכנ״ל, וואס דאס איז זיין ״
יא״ וכנ״ל. עס קומט אויס דערפון מכל הנ״ל אז דאס (ענין) מרידה פונ׳ם מענטש וכנ״ל דאס גיבט אים זיין קאנסעפשן פון ״
זעלבסט״ און זיין ״
און״, וואס די זעלבע מהלך, ביי די קאנסעפשן פון ״
ג-ט״, ברענגט צו צו דאס קאנסעפשן פון ״
ג-ט״ (און מיט דעם זאגט ער איז די בחינה (בראשית ג כב) הן האדם היה כאחד ממנו לדעת טוב ורע), עכת״ד ע״ש באריכות ובעמקות מאד.
מיט דעם קען מען אפשר אביסל טיפער זאגן אז דאס איז וואס די דרך אין חסידות איז מרמז אז בחירת האדם איז דאך אנגעוואוזען בכל עת אינ׳ם יכולת ורצון פון הקב״ה. והיינו, וויבאלד דאס גאנצע [עקזיסטענשל] מציאות פונ׳ם ״
זעלבסט״ פונ׳ם מענטש קומט נאר צושטאנד דורך די ״
ניין״ (ארויס) פונ׳ם ״
גארנישט״ וואס דאס איז די בחירה, וואס לעומת וכנגד זה ביי די קאנצעפט פון ״
ג-ט״ איז די ״
ניין״ דערפון זיין יכולת כביכול.
ואם כנים אנחנו בזה קען מען מיט דעם אפשר (אביסל מדחיק זיין און) טייטשן אביסל (קהלת ז יד) ביום טובה היה בטוב וביום רעה ראה, דהיינו אינ׳ם ענין פון הבדל בין טוב לרע וואס דאס איז דורך בחירת האדם (ע״ש ברש״י). און די פסוק איז דערנאך ממשיך, גם את זה לעומת זה
עשה האלקים, דהיינו די לעומת פון די בחירה, דהיינו די ״
ניין״ פונ׳ם מענטש וואס שאפט זיין הויות און זיין ״
זעלבסט״, איז ״לעומת זה״ דאס וואס מאכט ביי אונז די קאנצעפט פון ״
ג-ט״ [״עשה האלקים״] איז זיין יכולת וממילא וועגן דעם בלייבט דאס אן אינטעגראלע חלק בתוך בחירתו וכנ״ל. און די פסוק איז ממשיך, על דברת
״שלא״ ימצא האדם אחריו מאומה, ווייל דאס איז ביי די קאנסעפשן פון ״
ג-ט״ לעומת הבחירה דהיינו די ״
ניין״ [״שלא״] וואס קומט ארויס פונ׳ם ״
גארנישט״ [״מאומה״].
מיט דעם אלעם קען מען אויך אפשר מרמז זיין אז דאס איז וואס די גמרא (סנהדרין סג.) זאגט אז (לר׳ יוחנן) די אות ו׳ אין העלוך ביים חטא העגל האט עס אביסל ממתיק געווען ע״ש. ולענינינו קען מען אפשר זאגן אז די רמז דערפון איז אז בשעת׳ן חטא העגל וואס איז געווען אן ענין פון א התרסה אינ׳ם עצם קאנצעפט פון ״
ג-ט״, איז מען מרמז צום אות ו׳ וואס דאס איז ״
און״ ולרמז אז דורכ׳ן ענין פון התרסה פונ׳ם בחירה, דעם ״
ניין״, דורך דעם קומט דאס צאם מיט׳ן כאראקטאר, דעם ״
יא״, און דאדורך ווערט דאס ״
זעלבסט״, די ״
און״, פונ׳ם מענטש מעיקרא; וואס די זעלבע פראצעדור ארבעט ביים קאנצעפט פון ״
ג-ט״ בכלל.
געדאנקן. ואם שגיתי (או קיצצתי) ה׳ הטוב
[״ג-ט״, און אזוי ווי ראזענצווייג איז מסביר אין די כעין השוואה, אז ביי ג-ט מיינט ״צו זיין גוט״ צו טוהן גוט, און ביי מענטשן צו ווילן גוט] יכפר.
**
אז מ׳האט דא דערמאנט קהלת פון שלמה המלך ע״ה בנוגע בחירה וידיעת/יכולת הקב״ה און אז @אדנירם האט פארגליכן די גאנצע ענין צו שאך, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז עס איז דא א (לכאורה אפאקריפעל)
מדרש (בית המדרש ח״ו פון אהרן ילינק) וואס זאגט אז שלמה המלך איז דער וואס איז אויפגעקומען מיט׳ן שאך שפיל.