בלאט 3 פון 8
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:15 pm
דורך mevakesh
כוכב האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.
Beep me ווען ער ציהט צוריק...
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:18 pm
דורך טאמבל סאס
נאך א גרעסער חוכא ואיטלולא. ער אסר'ט ע"פ שמועה. ערז'ך סומך. ווען א איסור זאגט זיך לייכט איז דאס צוריקציען אויך נישט מ'קען שוין מיינען וואספארא פלאפ. הפה שהתיר הוא הפה שאסר א מינוט צוריק. נעם עס נישט צו ערנסט. בכלל איז דער ווייסמאנדל צושטארק אינוועסטעד. ער לייגט זיין מויל ווי זיין געלט איז ווייל פון דער מויל נעמט ער דאס...
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:24 pm
דורך טאמבל סאס
C/p
בענין הקארטליך פליגי בה הני בוקי סריקי רב רחמסטריווקאי מריח טאבאק''א אוסר ורב פדוואי ערל שפתתאי מתיר.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:27 pm
דורך moshav zekeinim
קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:34 pm
דורך נעגעל וואסער
אלעס וואס איך עס האט א פארלעסליכע הכשר! אלע מיינע "כלים" -ווי זיי רופן עס - האבן א פארלעסליכע הכשר!
און אלע קארטלעך וואס קומען אריין ביי מיר אין שטוב וועט מוזן היינט אין ווייטער האבן א פארלעסליכע הכשר אויף דעם!
כ'וויל זעהן אויף יעדע איינציגסטע קארטל פונקטליך וועלכע רב האלט אז דעס דארף מיין קליין 4 יעריגע טאכטער זעהן און טראכטן!!
געבן א הכשר אויף "שומרים קארטלך" באופן כללי, איז פונקט ווי געבן א הכשר אויף א רעסטעראנט היינט, אהן האלטן א עינא פקיחא וואס זיי גייען קאכן מארגן. כנלענ"ד פשוט וברור.
הרב ווייסמאנדל טוהט אויך אזוי אויף די אלע עסן הכשרים?? פאלאזט זיך אויף עפעס א משגיח עפ"י השמועה, און לאזט איהם טוהן מה שלבו חפץ? אתמהה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 8:38 pm
דורך נעגעל וואסער
שטעל דיך פאר אז מיין יונגעלס כתה ו' מלמד שטעלט זיך אויף אין כתה און רופט אויס "טייערע קינדערלאך, ס'דא א געפערליכע פראבלעם וואס הייסט סמארטפאון" און איז זיי מסביר ברחל בתך הקטנה פונקליך וואס דאס איז, און וועלכע געשמאקע עבירות מ'קען אלס טוהן אויף דעם וכו' "גיי זאג דיין טאטע אז ער איז א שייגעץ! גיי זאג דיין מאמע זי איז א שיקסע!" איך קען דיר צוזאגן מיין יונגעל וועט שוין נישט גיין אין דעם חדר.
דאס זעלבע טוען די אלע מוסדות וואס טיילן אדער לאזן טיילן די קארטלעך!
שוין.. גיי איך יעצט זוכן ווי צו פלאצירן מיינע 6 שעפעלעך -שטעמו טעם חטא ע"י השומרים קארטלעך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:49 pm
דורך שמעקעדיג
moshav zekeinim האט געשריבן:קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.
דערמאנט מיך עפעס א חתימה דא אין שטיבל
הילד איננו, דער בחור איז שוין ווייטער דא!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:52 pm
דורך געוואלדיג
כוכב האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.
א באקאנטע תירוץ פון איהם, איך האב שוין געהאט אמאל מיט איהם אזא מעשה און נאכן צוריק קומען האט ער מיר מודה געווען אז נישט אויף דעם האט ער גע׳חתם׳עט, אבער צוריק ציען.. מאן דכר שמיה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:56 pm
דורך וואלווי
און נאכדעם איז מען מחויב צו גיין עסען דוקא זיין הכשר וואס אפשר איז אויך געגבען געווארען ע"פ שמיעה. איך ווער אויכעט א בעל מכשיר. איך גיי געבען הכשרים על פי טעימה. און טאמער איך האב הארטבורן מארגען וועל איך זאגען אז איך צו צירוק .
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:59 pm
דורך געוואלדיג
נעגעל וואסער האט געשריבן:
הרב ווייסמאנדל טוהט אויך אזוי אויף די אלע עסן הכשרים?? פאלאזט זיך אויף עפעס א משגיח עפ"י השמועה, און לאזט איהם טוהן מה שלבו חפץ? אתמהה.
די קורצע ענטפער איז: יא.
נישט סתם אזוי האבן די פראדוקטן מיט זיין השגחה, נישט קיין נאך הכשר ניטאמאל ou.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:04 pm
דורך [NAMELESS]
וזרח השמש האט געשריבן:
איינער גלייבט אז די צעטל איז אמת?
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:37 pm
דורך אביסל צימישט
moshav zekeinim האט געשריבן:קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.
איך האב אויך געמיינט אז סעגייט זיך טוישען אלע מיינע חבירים זענען מער open minded ווי אמאל מען גייט נישט נאך ווי בלינדע קיען אבער לעצטענס איירבעט איך ווייניגער שעות האב איך צייט ארויס ציגיין פין מיין comfort zone זע איך אז כלל ישראל איז אזוי גרויס אין סאיז דא געניג אין נאך מענטשען וואס רירען זיך נישט אוועק פין חרדיזים סא יא די וועלסט זען מער אין מער מענטשען אוועק גיין פין דרך אבער סאיז דא געניג מענטשען וואס וועלען בלייבען
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:00 pm
דורך אוהב ספרים
אין לאנדאן האט הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער נישט געלאזט טיילען די קארטלעך - ווי אויכעט אין ביידע סאטמארע חיידרס לאזט מען נישט
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:09 pm
דורך שמעלקא'לע
אוהב ספרים האט געשריבן:אין לאנדאן האט הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער נישט געלאזט טיילען די קארטלעך - ווי אויכעט אין ביידע סאטמארע חיידרס לאזט מען נישט
גערעכט זענען זיי. די עקסטרעמיסטן זאלן אפלאזן אונזערע קינדער. טאליבאן און אייסיס איז נישט אונזער מהלך אין חינוך!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:15 pm
דורך נעגעל וואסער
לויט ווי כ'הער אויף עם איז עס נישט מסתבר בכלל. ווי ווייט זיין היסטאריע האט געוויזן איז ער אן עקסטרעמיסט אויכעט. לכאורה וועט ער שרייבן א בריוו לאיסור און דערנאך צוריקצוען א פאר טאג שפעטער, כדרכו בקודש.
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:13 pm
דורך ביליג
אייכלערס בארא פארק
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 9:42 am
דורך חכם עתיק
לו יצוייר די קארטלעך לכשעצמם קען מען נאך פארדייען אלץ א שפיל פאר קינדער. אבער ווער זענען די וואס עמפאוערען די קינדער צו געבן דאס פאר עלטערן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:05 am
דורך שמעלקא'לע
דער עולם אנע סמארטפאונס גייען ערנסט ליידיג...
אז מ'האט נישט וואס צו טון, דרוקט מען קארטלעך...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:11 am
דורך shem-tov
די צוויי אפגעפליקטע אויפגעריבענע יונגעלייט וואס זענען געשטאנען היינט ביי די מקוה שרייען מיט באנומענע קולות געב זעקס און זעכציג דאלער פאר די חזרישע קארטלעך וואס לערנט אויס די קינדער בועט צו זיין בכל הקודש לנו, די קליינער מושחת מיט דיינע עקעלדיגע 168 בילד פונעם רבין שליט"א מיט די סטראקעס וואס האט א סמארט פאון (אלץ נקמה פארן הייסן בויקאטירן) גייט אייך צוריק קיין סקווירא די פיפל הגדול, מיר סאטמארע זענען נאך אזוי קלוג צו פארשטיין אז כיון רשות למשחית.. אז א קינד הערט אויף צו רעספעקטן זיין טאטע מאמע איז די גאנצע זאך דערנאך. טראגט אייך אפ פון סאטמאר מיט דיינע צבועותדיגע קארטלעך מיר האבן געהאט א רבין א חכם מחוכם און א גדול בישראל, נישט א פערדל, וואס האט נישט געלאזט פארפירן דעם עולם מיט הרגישים, נישט מיט קיין שייטלען און נישט מיט א שרץ בידו, די זענען די זעלבע צביעות'ניקעס פון איי ועלט וואס מאכן זיך פרום אבער זענען פארפויולט ביזן אפגרונד. און בכלל וואס האט א פארשטינקענער אגודיסט דריסת הרגל אין א סאטמארער שול, מיין רבי זצוק"ל האט בלויז געהאקט קעגן ציונות טאג און נאכט כאטשיק וואס עס איז שוין דאן געווען טעלעווישאנס בכל העולם, ווייל בלויז דאס וועט האלטן דעם דור און אז די פארשטייסט נישט דאס ענין פארשטייסטו נישט און בדרך אגב דא איז נישט צעהלים אויך נישט, מיט דיינע צעלימע רבס שקרים. .
דער הייליגער נועם אלימלך ברענגט די וואך אז בלויז מיט די מצוה פון כבוד אב ואם אליינס וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם גלות עיין שם. קומען די געלע ערב רב רח"ל און זאגן פונקט פארקערט. עפרא לפומיהן. קפ
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:24 am
דורך איך אויך
איך אויך האט געשריבן: ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט
פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 10:30 am
דורך shem-tov
איך אויך האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן: ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט
פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.
גראדע דאס ווארט פיפל שטאמט אבסולוטלי נישט פון דארט
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 9:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בשורה טובה תדשן עצם! ([tag]שמעקעדיג[/tag] אלערט)
איך האב יעצט געהערט א מעשה, איך ווייס נישט איהר קראנטקייט, און דער עולם ווערט געבעטען מיטצוטיילען זייער אינפארמאציע.
יענער וואך האט פאסירט א גאר זעלטענע פאסירונג אין מאנסי נ.י.; מוסדות סקווער האבען געמאכט א דינער, נישט פאר געלט און נישט פאר כבוד, פארשטייט זיך, נאר פאר חיזוק פאר די געטרייע מנהלים ומנהיגים וואס טראגען דער רבינ'ס לאסט פון מחנך זיין דער קומעדיגע דור און דערמיט ראטעווען די אומשולדיגע שעף פון די געפארפולע השפעה פון די עלטערען. געברענגט האט מען א גאסט רעדנער, פון ווייט אוועק אונטער די הרי חשך, וואס גייט זאגען פערעל ווערטער אשר לא שמעתם האוזן מאז היתה ישראל לגוי, און אזוי אויפהאלטען דער עולם און זיי מהנה זיין מיט רוחניות'דיגע (דגש אויף די ערשטע דריי אותיות, עי' ערך ובלכתך בדרך טעיפ קא.). מיט פרייליכע הערצער און א רואיגער מוט זענען די משתתפי הדינער געזעצען פארגאפט ווי דער פלוידערער האט געגרעפסט זיין בויכווייטאג פון די לעצטע פאר טעג (פרעג נאר נישט וואס זיין ווייב גרייט איהם אלס צו פאר וועטשערע די וואך פאר א גרויסע רעדע), ביז ער איז אנגעקומען צו גאר א נייעם טעמע, א פרישע נושא וואס ער האט אליינס ערפינדען בזכות אבותיו ורבותיו הקדושים. דאס איז די כלים מכלים שונים, די טמא'נעם (וועלכע טומאה? מדרס? מ'זאגט טאקע צו זיי עמוד ונעשה מלאכתינו? וצ"ע) אינטרנט וכו'. אין מיט'ן האט ער אויסגערימט די נייע געבענטשטע ערשיינונג פון שומרים קארטלעך וואס מ'גיבט פאר די קינדער וואס מיט דעם וועט געלונגען אפצושטעלען די נגע באצייטענס, און דער נעקסטע דור וועט זיין נקי מחשש סמארטפאון ופרנסה, און בלתי לה' לבדו וועט הערשען אין אלע געסער (יעצט זינגט'ס 'לעבעדיג יענק'ל, לעבעדיג יענק'ל, לעבעדיג יענק'ל'). פלוצלונג האט דער גע'ערטע מנהל פון די חדר (ויש גורסים אז עס איז געווען א זוהן פון דער רבי'ן זז"ג אליינס) אויפגעהויבען א האנט אפצושטעלען דער רעדענער, אז ער זאל נישט רעדען פון דעם. ב"ה דער פלאפעלער האט געטראפען באפרקסתו נאך פראסקעס מיטצוטיילען דער עולם, און דער דרשה איז ווייטער געפארען על מי מנוחות ביז צו זיין פריצייטיגע ענדע בערך א שעה מיט דריי פערטעל נאכ'ן אנהייבען. דערנאך האט דער מנהל געגעבען דער נוהם בחסד עליון צו פארשטייען אז מ'האלט שוין נישט פון שומרים קארטלעך, ס'איז שוין קעגען דער סטייל און די הויפטקווארטיר האט געבעטען מ'זאל נישט רעדען פון דעם.
קיינער האט נישט קיין הו"א אז א פאס שכל האט זיך פלוצלונג אויסגעגאסען אויף סקווער, און דער מנהל האט נישט געהאט קין וויזיט פון אליהו הנביא איהם אויפצוקלערען צו וואס. נאר וואס דען? סקווער האט איין חכמה, איין כשרון עטוואס מער ווי א צווייטען. זיי קענען שמעקען דער ווינט פון די חרדישע ציבור. זאכען וואס זענען נאך נישט אריין ביים ציבור, אבער דער ציבור וועט עס קענען דערהייבען, הייבען זיך אן ביי זיי. די ערשטע חסידישע כוללים האבען זיי געמאכט, זיי גייען פאראויס אין תקנות און פארטיי משוגעת'ן, קומען אין א שטאט און קערען וועלטען. זיי קענען איינזע'ען וואס פאר א נערישקייט קומט נעקסט און זיך אריינטינקען דערין. אז זיי זע'ען איין אז שומרים קארטלעך איז נישט קיין נושא צו רעדען דערפון ברבים, הייסט'ס אז עפעס איז אריין ביי מענטשען אין געוויסען אז די פרומערע צד איז קעגען שומרים קארטלעך. דער צוקונפט באלאנגט נישט צו טויבער מיט ראבינאוויטש, נאר צו אנדערע.
דאס איז אלס טאמער די מעשה איז אמת. קען זיין ס'איז אינגאנצען נישט געשען, קען זיין אז ס'איז געשען אויף גאר אן אנדערען אופן. אפשר האלטען זיי אז שומרים קארטלעך זענען צו פארעוו און ר' חיים קניבסקי וואלט געדארפט ארויסנעמען א מעסער אויפ'ן פלאץ און דעווארגען דער בעל האייפון וואס האט איהם געבעטען א ברכה פאר זיין קראנקע ווייב. אפשר וואלטען זיי געדארפט מאלען דער טאטע מיט דער סמארטפאון נאקעטעהייט אויף אלע פיהר, אפשר וואלטען זיי געדארפט אנטוהן דער בעל האייפון נאצי מונדירען (אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, ווער ווייסט וואס פאר א עצות זיי קענען נאך באקומען פון מיר), ס'קען אלס זיין. אבער טאמער ס'איז ווי איך האב געהערט, איז עס א געבענטשע ערשיינונג.
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 9:49 am
דורך דעת תורה
גראדע איז 'עמוד ונעשה מלאכתינו' א גוטע הגדרה פאר די כלים. "שטעל דיך אפ (פון בטל'ן די צייט), און גיי ארבעט"