בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 1:15 pm
דורך calculator
ווייסט איינער פונקטליך די ווערטער?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2019 2:20 am
דורך מפיל קינד
ער איז די איזרעלי בערל סופר אדער אנקעל מושי.... ער געט ארויס קינדער טעיפס פאר די ישיבישע עולם.

דער ניגון איז שוין דא אין אידיש אויף איינער פון די קינדער טעיפס (וואס הייבט זיך אן מיט די ניגון מודה אני...).

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 1:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א גוי'אישע ניגון שלא מעלמא הדין, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען דעם ניגון אין הימל.

קול באישה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:19 pm
דורך גאלד
יעצט געהערט דעם פיטסבורג ניגון ונפשי שפכי. זייער שיין. אבער איז דא אזא פסוק? כווייס אין איכה איז דא די פסוק, שפכי כמים לבך, אבער ונפשי שפכי? ווי איז דאס? אפשר תהילים?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:38 pm
דורך ונבנתה העיר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א גוי'אישע ניגון שלא מעלמא הדין, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען דעם ניגון אין הימל.

קול באישה

ודאי. כ'זינג שוין יארן דעם ניגון ביי הלל.

סתם אזוי כדאי צו זען יענע שאו. רעקאמענדירט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 2:59 pm
דורך בוטן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 4:45 pm
דורך יין שרף
גאלד האט געשריבן:יעצט געהערט דעם פיטסבורג ניגון ונפשי שפכי. זייער שיין. אבער איז דא אזא פסוק? כווייס אין איכה איז דא די פסוק, שפכי כמים לבך, אבער ונפשי שפכי? ווי איז דאס? אפשר תהילים?

אין סקולען איז אויך דא א ווארעמע ניגון אויף די פסוק שפכי כמים ליבך. די ניגון האט די רבי מלחין געווען אויף שבת, אוו כדי נישט צו זינגען א גאנצע פסוק פון איכה אויף שבת האט ער מוסיף געווען די ווארט ונפשי פארדעם.
(איי די פסוק חסדי ה' כי לא תמנו וואס מען זינגט אין די פיוט ברוך ה' יום יום? קשיא..)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:09 pm
דורך גאלד
קיינמאל געוויסט דערפין. זייער אינטערסאנט.

גראדע דער תוכן פון ברוך ה' יום פזמון האט בעצם גארנישט מיט שבת, גאנץ זיכער דער מחבר האט עס אינגאנצן נישט מחבר געווען לכ' שבת,

אבער דאס וואס די זאגסט וועגן סקולען איז אינטערסאנט, ווייל בשלמא דער סקולענער רבי זאגסטו דאך אז ער האט ספעציעל פארדרייט ווייל ער האט עס מחבר געווען ביום שבת קודש, אבער אנדערע האב איך א חשד אז וויסן מיטאמאל אז סנישט דער לשון הפסוק.