בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 8:25 am
דורך [NAMELESS]
למעשה צענדליגע אידען דרייען זיך ארום בינינו וואס האבן געהאט אפענע ענינים ביים ריבניצער. אויף סאטמער רב פארציילט מען נישט, עכ"פ נישט אויף דעם פארנעם זיכער נישט.
בפרט מיט טיילן קינדער כידוע.
סוי עפעס איז פארגעגאנגן דארט פונקטליך וואס ווייס איך נישט.

Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 11:17 am
דורך קל וחומר
נאך א מעלה וואס איז דא ביים ריבניצער איז אז ער האט נישט געפירט קיין פארטיי און ס'איז נישט געווען קיינעמס אינטערעסן אים צו באגרויסן. ממילא די אלטע רוסישע קען איך נאך הערן, איך האב אמאל געהערט כלי ראשון א מעשה וואס איינער איז געקומען צו ר' משה פיינשטיין פאר א ישועה האט ער אים געשיקט צום ריבניצער ונושע (די מעשה האט א שיינעם המשך וויזוי ס'איז צוגעגאנגן אבער כ'האב נישט קיין צייט און געדולד יעצט).

טאמער ר' משה האט אהינגעשיקט איז נישט מסתבר אז ס'איז געמאכטע מעשיות.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 11:39 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא מופתים פון ר' משה אליינס, און כ'האב אמאל געטראפן א תלמיד פון ר' דוד פיינשטיין (א פלאמער) וואס האט אליינס מיטגעהאלטן א מופת פון ר' דוד !

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 1:11 pm
דורך יעקב מענטש
@שבת אחים

איך קען נישט דעם דאווידאוויטש, אבער געווענליך ווען איינער שרייבט א מעשה מיט א נאמען פון איינעם וואס לעבט נאך/איז לעצטענס אוועק, איז מסתבר אז יש דברים בגוי.

אונטערשטע שורה, אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזוינע מעשיות, און דיין טענה פון 'טשענס' הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס, אפי' לאמיר זאגן אז ס'איז דא מעשיות ווי דער ריבניצער האט אנגעוואונטשען און ס'איז נישט מקויים געווארן (אגב, פארציילט זיין גבאי אז דער רבי האט געזאגט אז מ'מוז גלייבן אז מ'וועט געהאלפן ווערן אז נישט העלפט עס נישט, און ער פארציילט א מעשה פון איינער וואס זיין ווייב האט נישט געגלייבט אינעם רבינ'ס ברכה און זיי זענען געבליבן קינדערלאז), האלטסט טאקע אז ווען איך און דו זאלן ווען אנהייבן טיילן ברכות אין גרויסן וועלן אונז האבן די זעלבע 'סוקסעס רעיט' וואס ער האט געהאט ?

@שמעקעדיג האט עס גוט ארויסגעברענגט, אונז זענען נישט קיין אידן ווייל דער ריבניצער מאכט מופתים, אונז זעמיר אידן ווייל אונזערע עלטער זיידעס האבן געהערט ביים מעמד הר סיני פארענט פון מיליאנען מענטשען 'אנכי ה' אלוקיך', דעם ריבניצער'ס מופתים זענען א גוטע 'רימיינדער' און א שטיקעל וועיק אפ אז יש מנהיג לבירה, דער חת"ס שרייבט (איך מיין אין די דרשות) אז ווען די דור שנולדו במדבר זענען אנגעקומען אין א"י זענען זיי געשטאנען געפלעפט וויאזוי מ'זייעט איין א קערענדל און ס'וואקסט ארויס א פרוכט בוים, זיי זענען געווען צוגעוואוינט אז מן פאלט פון הימל, און דאס איז די נאטורליכע וועג וויאזוי די וועלט שפייזט זיך, אין וויסטן חלום וואלטן זיי נישט אויפגעקומען מיט אזא ווילדן געדאנק פון איינזייען זומען און ערווארטן דאס אומגלויבליכע אז א וויינשטאק זאל ארויסשפראצן פון דער ערד.
איך קוק אן די אלע מופתים מיט דעם זעלבן בליק, אונז לעבן אין עולם הטבע און די רגילות קען אונז מאכן צומאל פארגעסן אז די טבע איז אויך ג-ט'ס בריאה און א יעדע גראזל האט זיין מלאך בשמים וואס שלאגט אים און זאגט אים וואקס!, איז ווען מ'זעהט א מופת פונעם ריבניצער (צו פון סיי וואספארא אנדערע צדיק) גיבט עס א גראד אויס דעם מוח.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 8:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'איז פארפארען.
די שאלה איז געווען צו מופתים עגזיסטירען. טאמער יא, איז אוודאי הרב משה פיינשטיין א בעסערע קאנדידאט ווי סיי וועמען.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 10:59 am
דורך שמעקעדיג
אודאי אזוי, ווי דען אנדערש.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעקב מענטש: פון דעם אז מ'זעט מופתים ביי צדיקים ווי דער ריבניצער רבי'ן איז א ראיה אז אידישקייט איז וואר.
שואל: ווייז אויף א מופת ביים ריבניצער רבי'ן.
יעקב מענטש: ביי וועמען דען זאל פאסירען א מופת?

Circular logic

Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:45 pm
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעקב מענטש: פון דעם אז מ'זעט מופתים ביי צדיקים ווי דער ריבניצער רבי'ן איז א ראיה אז אידישקייט איז וואר.
שואל: ווייז אויף א מופת ביים ריבניצער רבי'ן.
יעקב מענטש: ביי וועמען דען זאל פאסירען א מופת?

Circular logic

ער האט גראדע קלאר געשריבען אז עס איז נישט קיין ראיה נאר א דערמאנונג אבער וועם גייט עס אהן דער עיקר איז אז חסידים זענען נאריש און בויען יידישקייט אויף מופתים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 12:39 am
דורך berlbalaguleh
און איך קען דערציילן מופתים פון הקב"ה אליינס. והנה. נאר כ'האב מורא אז איך זאל נישט האבן אזא פנים ווי די גמ' ברענגט אז איין תנא האט געזאגט הא-ל הגדול הגיבור והנורא. האט איהם זיין חבר געפרעגט. דאס איז אלעס...?

דער אמת איז אז ס'איז רבו מספר. אבער דאך, אביסל, א מקצת שבמקצת...

ווען איך האב געדארפט וויכטיג האבן $1,000 צו באצאלן א פעימענט, וואס אן דעם וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי דעם סכום. א טאג פאר די דעדליין איז געקומען א מענטש וואס איז מיר שולדיג געווען $2,000 און מיר באצאלט. אן דעם וואס איך זאלל אפילו בעטן דעם חוב פון איהם...!

ווען איך האב אין פארלויף פון מיין ארבעט געדארפט צוענדיגן א דזשאב, און א שטאטישער אינספעקטאר האט געדארפט קומען די נעקסטע טאג. אויב די ארבעט איז נישט געענדיגט וואלט איך באקומען א געלט שטראף. כ'האב מתפלל געווען פאר א נס. בהשגחה פרטית ובאופן נפלא איז דער אינספעקטאר נישט אנגעקומען צו מיר. ער האט פארטוישט מיין אדרעס צו א צווייטע אדרעס, ווייט אוועק פון מיר, און ר'האט געמוזט מאכן א נייעם אפוינטמענט פאר 2 וואכן שפעטער. איך געב קרעדיט פאר דעם אייבערשטן פאר דעם.. (כביכול)

ס'איז נאך דא מיליאנען מעשיות עד אין ספור. נאר הנייר יכלה והם לא יכלו...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א תמימות'דיגן חסיד אין די מארמארישע בערג, וועלכער איז געווען זיייער שטארק פארגלייבט אין זיין רעבי'ן. ווען מ'האט איהם אמאל פארציילט איבער עפעס א מופת און א ישועה וואס איינער האט געהאט, האט ער געפרעגט ברוב תמימותו... "ווער האט געמאכט דעם מופת..."? ווען מ'האט איהם געענטפערט אז דער אייבערשטער, האט ער זיך געווינדערט און געזאגט... "כ'האב געוויסט אז דער רבי קען מאכן א מופת, אבער אז דער אייבישטער קען אויכעט מאכן א מופת, דאס האביך נישט געוויסט...! :lol:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 10:00 am
דורך ציבעלע-קיגל
ביי איעדע מעשה בכלל און ביי א רבישע מעשה אדער [אזוי גערופענע] מופת בפרט זענען דא גענוג און נאך וועלעכע גלייבן נישט די מעשה און זאגען אז עס איז אומ-מעגליך אז עס זאהל זיין אמת.

אבער די זעלבע נישט גלויבעדיגע אויב מען וועט זיי דערציילען די זעלבע מעשה אויף זייער רבי, אדער א רבי פון וועמען זיי האלטען יא, וועלען זיי שווערן אז איז אמת