בלאט 3 פון 3
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:07 am
דורך קלוגע יודל
Chuchem האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:
צום באדויערן איז מיר שווער געהעריג אדורכצולייענען אזא דיקע אויסגאבע אויפן סקרין, און איך ווארט בכליון עינים עס צו קויפן אויף עמעזאן - ווען וועט עס שוין זיין עוועילעבל?
לכאורה וואלט מען אויך געקענט פרובירען עס באשטעלען אויף Amazon.co.uk ווי דארט איז עס עוועליבעל.
(כ'וויס נישט וייסאך זיי גייען בעטן פאר שיפינג קיין ארה"ב, און ווי לאנג ס'וועט זיי נעמען צו שיקען)
זיי בעטן איבער $18 אינקלאדינג שיפפינג
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 4:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מוז זיך אנטשולדיגען, אבער איך האב נישט קיין אהנונג וואס גייט דא פאר. די אנדערע וועקער'ס האבען געהאט א פראבלעם אז דער בודק אויף createspace האט נישט באשטעטיגט דאס דרוקען, צוליעב טעכנישע פראבלעמען. מיר האבען המגדלים געלערנט פון אונזער גרייזען, און דאס מאל האט מען קיין גרייז נישט געמאכט. געווענדליך, נאכ'ן באשטעטיגען אז אלס איז אינדעראדנונג, זאגען זיי אז ס'דארף נעמען פון דריי ביז פינף טעג ביז ס'וועט זיין צו קויפען, אבער למעשה נעמט עס נאר געציילטע שעות,און צומאל נאר א האלבע שעה ביז ס'איז בנמצא צו קויפען. יעצט האט זיך דער שטן אריינגעכאפט און ס'גייט נישט. איך קען זיי נע ישו מאנען, ווייל למעשה האבען זיי געזאגט פון דריי ביז פינף טעג.
דאווענט'ס שטארק, און איך האף ס'וועט שוין זיין די ישועה ביז דעמאלס אבער טאמער נישט, מאכט'ס זיכער אינזין צו האבען ביים לעצטע סליחות מאנטאג ביי ה' ה' אז ס'זאל אויסגלייכען די שטרויכלונגען און מער זאלען זע'ען א ישועה שלמה.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 11:38 am
דורך גרויסע מענטשעלע
אדנירם האט געשריבן:אנווייזונג וויאזוי ארויסצופרינטן דעם זשורנאל אלס BOOKLET [געשריבן אין ענגליש, צוליב די פילע ענגלישע טערמינען]:[left]Under Page Sizing & Handling, choose Booklet
Select Auto-Rotate Pages to automatically rotate each page, if you don't have an auto rotate printer, folow the instruction on screen
IMPORTANT: make sure binding is set to RIGHT[/left]
ליינט דא מער דעטאלירט, מיט בילדער.
ווי אזוי פרינט מען עס ארויס 11 x17 סעטינגס ?
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 2:51 pm
דורך פליקער
אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:03 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
אויפ דעים בילד איז געזאגט געווארן ״איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער"
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:15 pm
דורך קאצקע ציקער
פליקער האט געשריבן:אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען
אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:28 pm
דורך פליקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען
אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?
ניין, דאס האב איך זעלבסט געפרינט ביי א פרינטער און וויליאמסבורג, הרוצה בעילם שמו, חוץ אויב קען מען אויסארבייטן אויף א וועיג
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 9:30 pm
דורך קאצקע ציקער
פליקער האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:פליקער האט געשריבן:אוי איז מיין אסיף שיין
איך האב עס מיר געלאזט פרינטען
אויף אזא פארמאט קימט עס אן אויף עמעזאן?
ניין, דאס האב איך זעלבסט געפרינט ביי א פרינטער און וויליאמסבורג, הרוצה בעילם שמו, חוץ אויב קען מען אויסארבייטן אויף א וועיג
קיקט אויס הערליך. וויפל קאסט עס?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סוף סוף, האט דער חונן דלים אונז געהאלפען און געלאזט עמעזאן זאל פארקויפען דער וועקער אנליין.
דא קען מען קויפען דער שווארץ און ווייס ווערזיע.
דא קענט איהר קויפען דער קאלירטע.
טאמער איהר ווילט דא געבען א לייק, בעסער זיך איינהאלטען און שרייבען א רעוויו ביי עמעזאן.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 6:28 pm
דורך ונבנתה העיר
יעצט אנגעקומען.
Re: קאווע שטיבל פרעזענטירט: "אסיף" (וועקער #6, חשון תשע"ז)
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:30 am
דורך א איד
ונבנתה מעגסט זיך שוין קויפן א נייער טישל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:42 am
דורך שמעקעדיג
ליטוואק ווען שטעלסטו ארויס דיין ארטיקל פון די ספרד'ישע קהלה היסטאריע? עס איז מורא'דיג באלערנד.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:43 am
דורך נעגעל וואסער
שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק ווען שטעלסטו ארויס דיין ארטיקל פון די ספרד'ישע קהלה היסטאריע? עס איז מורא'דיג באלערנד.
פונקט געוואלט פרעגן די זעלבע זאך.
כ'האב עס געליינט נעכטן נאכט, און זייער הנאה געהאט.
בשורה טובה תדשן עצם!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 10:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תלי"ת! מ'קען קויפען דער 'האסיף' אין געשעפט!
ביים ניוז סטענד אין ב.פ. דרייצען און ניין און פערציג 13&49
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 18, 2016 10:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נעגעל וואסער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ליטוואק ווען שטעלסטו ארויס דיין ארטיקל פון די ספרד'ישע קהלה היסטאריע? עס איז מורא'דיג באלערנד.
פונקט געוואלט פרעגן די זעלבע זאך.
כ'האב עס געליינט נעכטן נאכט, און זייער הנאה געהאט.
ארויפגעלייגט
דא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:32 pm
דורך ווייל אזוי
איז דאס טאקע די שיך געמאכט פאר "אסיף" ליינער'ס? ....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 11:36 pm
דורך ווייל אזוי
און גראדע האב איך שוין באקומען מיין "אסיף" פון עמעזאן אבער שש איז שוין נישט דא זאלן אלע אנדערע וואס ס'קומט זיך זיי נעמען קרעדיט, איך ווער משוגע פאר דעם.
איך האף נאר אז ס'זאל ווייטער אנגיין.
ש'כח [tag]פיקאסא[/tag] און אלע אנדערע.....
נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2017 5:41 pm
דורך Interesting man
זעהט זיך אויס אן אינטערסאנטע אויסגאבע, ברוך השם.