בלאט 3 פון 3
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:15 pm
דורך ליימדארפער
מי אני האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:הרב זאקס האט געשריבן, אז 'קיין איין רעליגיע האט נישט דער מאנאפאל אויפן רוחניות'דיגן אמת'. דער פאסט-מאדערנע הנחה וואס ער האט גאר אריינגעלייגט אין אידישע רעליגיע (ווי דערמאנט שפעטער), האט געברענגט בייז בלוט אין חרד'ישע קרייזן אין ענגלאנד און אין ארץ ישראל, וואס האבן עס אנגעקוקט אלס שטיקל 'כפירה' אינעם אבסעלוטער אמת פון די אידישע רעליגיע. הרב זאקס האט דאס טאקע אביסל צענזורירט אין די נעקסטע מהדורה אין זיין בוך.
דאס גייט צוזאמען מיט די געדאנק פון
פּירעניעל פילאזאפיע/יוּניווערסאליזם וואס נעמט אָן אז אלע רעליגיעס בעולם ציען צו איין זעלבע [מיסטישע] אמת. און ווי דער פילאזאף אלדוס האָקסלי האט
געשריבן איז די ״אמת״ מיוסד אויף 5 יסודות:
1). אז ס׳איז דא ״געטליכקייט״, מיינענדיג דאס גרונט פונעם בריאה און דעם פּרינציפּ פונעם יקום
2). אז די ״גרונט״ איז טרענסענדענט און איבעראל ובתוך אלס
3). אז עס איז מעגליך פאר מענטשן צו קענען צוקומען (עכ״פ אויף עפעס א פארנעם) לדביקות ולאהבה מיט דעם גרונט
4). אז צו צוקומען צו אט די דביקות איז תכלית האדם
5). אז עס איז דא עפעס א געזעץ צי דרך וואס מ׳דארף אויספאלגן אויף צוצוקומען צו אט די דביקות
(וידוע מש״כ הרמב״ם בסוף פרק יא מהל׳ מלכים.)
וויבאלד הרב זאקס האט געוואונען מיין צוטרוי אין זיין השקפה, אז ס'איז פאר מיר גוט. האב איך גענישטערט אין מיינע געדאנקן צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט מיט דעם אויסדרוק.
און יעצט איז מיר איינגעפאלן פשט; ער האט לכאורה געמיינט צו זאגן דעם געדאנק, אז ביז משיח'ס התגלות איז 'אין השם שלם' און ס'נאכנישט דא קיין מאנאפאל פונעם יודישער אמונה איבערן גאנצער וועלט - איבער אלע פעלקער און ראסן.
דאס איז די מציאות, אז מלכות שמים איז נישט אנגענומען נאך ביי אלע, וואס אויף דעם גאולה ווארטן מיר, אז יתגדל ויתקדש בכל העולמות שמו יתברך לעד ולנצחים.
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 11:18 pm
דורך ליימדארפער
איך האב געפונען בחינם אנליין א סעמפל פונעם הגדה של פסח - במשנת הרב זאקס; און כ'בין אזוי נתפעל געווארן ממש כמים קרים על נפש עייפה, ווי ער געבט אזויפיל פרישע חומר למחשבה, אז ס'איז א מחיה.
דערפאר האב איך באשטעלט דעם 'הגדה' זיינע און ס'איז היינט אנגעקומען. איך בין שוין גרייט צום סדר...
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:29 am
דורך דעדעלך
ליימדארפער האט געשריבן:איך האב געפונען בחינם אנליין א סעמפל פונעם הגדה של פסח - במשנת הרב זאקס; און כ'בין אזוי נתפעל געווארן ממש כמים קרים על נפש עייפה, ווי ער געבט אזויפיל פרישע חומר למחשבה, אז ס'איז א מחיה.
דערפאר האב איך באשטעלט דעם 'הגדה' זיינע און ס'איז היינט אנגעקומען. איך בין שוין גרייט צום סדר...
link?
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:54 pm
דורך ליימדארפער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:54 pm
דורך פרייוויליג
איך האב געקויפט די ענגלישע ווערסיע לעצטע יאר, און געהאט א תענוג גדול.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 8:14 pm
דורך ליימדארפער
מורים ורבותים, אפשר זענען דא ווער ס'וויל אנהייבן איבערשרייבן זיינע סחורה אויף יודיש אויך?
איך וואלט שטארק געהאלפן דערמיט.
שנית, ווער ס'קען מיר געבן א פידיעף פון די וועקער וואס שרייבט פון אים, וועל איך יענעם דאנקן און בענטשן.
נשלח: מוצ"ש מאי 20, 2023 10:07 pm
דורך מי אני
דר. רפאל דזשאספּע
שרייבט במשנתו של הרמ״ד:
Mendelssohn argues that Judaism adds no dogmas, no eternal truths necessary for salvation, to the basic rational truths of natural religion, namely the existence of God, providential reward and punishment, and the immortality of the human soul, on the grounds that these truths must be rationally accessible to all humans in all times and all places, and cannot be revealed
Mendelssohn's theory establishes the basis for two modern corollaries that are basic pillars of the Enlightenment ideology of religious toleration. First, since all positive religions, with their diverse theoretical doctrines and ritual practices, share a common, universal rational basis and morality, the state can and must tolerate diversity and be neutral in religious areas. Second, since the truths essential for human happiness are rationally accessible to all, there is no basis for claiming exclusivity of salvation. A different and more positive relationship among religions is therefore not only practically possible, in terms of political toleration, but also theoretically desirable, in terms of pluralism