Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 4:05 pm
די וואס זענען מחלק אז ביי קארלין איז עס זיינע חסידים (און דערפאר פירט ער זיך אויף איבערגעגעבן), קענען נישט שרייען אז ער נעמט נישט אחריות, ווייל אפי' נניח ער האט טאקע גארנישט געטוען / געזאגט, איז עס דאך זיינע חסידים און ער דארף קיינעם גארנישט זאגן. משא"כ תו"א וואס כמעט אלע זענען געווען פרעמדע.
נאכאמאל און נאכאמאל, אחריות מיינט נישט נעמען די שולד אויף זיך. קיינער פארלאנגט נישט פון תו"א רבי צו ארומגיין און זיכער מאכן אלס איז מסודר, די זעלבע מיט די קארלינער.
אחריות מיינט אנערקענען אז עפעס איז פארגעקומען אונטער זיין הנהגה און טוען אלעס וואס פעלט זיך אויס יעצט צו פאררעכטן / פארבעסערן די מצב, און פארמיידן אויפ'ן עתיד (עס איז ממש די בעיסיקס אין הנהגה).
אונטער חכם האט געשריבן:
אפי' דיין מעשהלע, זאגט נאר אז ער האט געשיקט אנדערע נעמען אחריות, פארוואס האט ער נישט אליינס גענומען אחריות?