בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:18 pm
דורך moshav zekeinim
א איד האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אבער דאס איז דער חסל סידור פסח/כי לה'/ טוב לי וכו' פון סוכות. סוכות האט נאך נישט געהאט א לייכטער זינגבארער ניגון, און יעצט איז דא. וואס די וערטער ברענגען ארויס? אז עס איז סוכות אויף דער וועלט! איך שמעק די סוכות ברעטער, איך זעה מיך דאס זינגען מיט די קינדער.


ושמחת בחגך איז דען נישט אזא לייכטער זינגבארע ניגון.


אבער ושמחת דערמאנט נישט סוכות, אדער עפעס וואס רעדט פון סוכות. למען ידעו איז גראדע אויך גוט און אפשר נאך בעסער. אינטרעסאנט, פון אלע סוכות פיוטים האט מען נאך נישט געקענט ארויס קוועטשן עפעס א לייטישער זינגבארער ניגון.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:33 am
דורך טאמבל סאס
כלבאשבוע האט געשריבן:כגיי ניסלעך פאר בסוכות תשבו!
אזא פשוטע ניגון, ממש אריגינעל, ווער דארף פענסי פיטשעווקעס?
געגאנגען, שנעל, כאפ א קיעבאורד, קאנעקט די ווייער און לאמיר זינגען פארן אויבערשטן מיט פרייליכע הערצער......
ח-י-י-ב א-ד-ם ל-ב-ס-ו-מ-י ------- כללישראל יונייטעד, התעוררות מתוך שמחה......

#בסוכותתשבו
[emoji38]

מאכסט ליצנות? כ'האב אנגערופן קולמע, די ערשטע מאל אין צוויי יאהר מסתמא, ספעציעל צו הערן 'בסוכות תשבו,' כבין פונקט געזיצן על האבנים, ס'האט מיר אזא קרינזש געגעבן אז די בעיבי איז מיר שיער צוריק אריינגעלאפן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 12:59 pm
דורך אייז קריעם
כלבאשבוע האט געשריבן:כגיי ניסלעך פאר בסוכות תשבו!

אזא פשוטע ניגון, ממש אריגינעל, ווער דארף פענסי פיטשעווקעס?

געגאנגען, שנעל, כאפ א קיעבאורד, קאנעקט די ווייער און לאמיר זינגען פארן אויבערשטן מיט פרייליכע הערצער......

ח-י-י-ב א-ד-ם ל-ב-ס-ו-מ-י ------- כללישראל יונייטעד, התעוררות מתוך שמחה......

#בסוכותתשבו

:lol:

אינטערעסאנט אז די הויעכע פאל פון בסוכות איז אקוראט די זעלבע ווי די הויעכע פאל פון חייב איניש, אשר נתחבר ע"י יוסל טאבאק מפלעטבוש וואס מעו זינגט דארטן א גאנץ פורים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 1:33 pm
דורך moshav zekeinim
שוין דא א געווינער. מטעם די מבינים איז עס כאיל תערוג (#1) פון איינעם איינהארן פון ברוקלין, און מטעם דעם עמך איז עס דער א טרערעלע (#2) פון איינעם רובינשטיין אין מאנטריאל.

די דעת הקהל און דעת המבינים כלפי דעם צווייטן ניגון איז גאנץ נאנט געווען. א שאד נאר אז עס ווערן נישט אנאנסירט די געווינערס אין ראנג, אזוי וואלטן מיר געוויסט ווער עס איז אריין געקומען דער צווייטער א.א.וו. בכל אופן עס איז א סברא צו זאגן אז לא במקרה זענען די צוויי ערשטע אריין געקומען די שטערקסטע, זיי ביידע זענען שטייט און אומעטיג, ביידע זענען גוט אראפ געלייגט, און בעיקר, ביידע זענען פון אנהייב. זאל מען זאגן אז די מבינים טראץ זייער סענס אף קריטיג מאכן למעשה ענדליכע החלטות צום קהל? ווער ווייסט. פאקטיש האבן זיי ביי די ערשטע צוויי געטיילט ברייטערע מוצות פון ביי די שפעטעריגע.

און יעצט כלפי די מבינים און זייער קריטיג אויף די ניגונים. זיי רעדן זייער מביניש, סיי פריד (נשמה'דיגע מבינות) און סיי וואלדנער (דער וואלדנער פארמאגט א קלאסישקייט חבל על הזמן), און מאיר אדלער מיט א שפראך זיך אונטערצוהאלטן. עס באדערט מיר נאר אז אלע האבן זיי בערך איין מיינונג. און וואלט ערווארטעט מער חילוקי דעות.

איך פערזענליך דינג זיך מיט זיי אויף עטליכע ניגונים. בכלליות האלט איך אז א ניגון מעג פארמאגן א פארלוירנקייט און פארבלאדזעטקייט, און אדרבה, דארטן שטעקט א ספעצעלער שיינקייט און ארט. דער צווייטער פאל פון א טרערעלע האבן זיי גע'פסל'ט און איז אבער ביי מיר די בעסטער, דארט כאפ איך א הייב. ביום צרה איז אויך דער צווייטער פאל וואס מאכט די זאך ביי מיר, הצד השוה, די פארלוירנקייט. איך ווייס דאס אז א גוטער ניגון דארף קיצלען דעם געזאנג ביין, אבער אמאל איז א לייכטער שטילער אנועזנהייט ארום דעם בין בעסער ווי א דירעקטער קיצל.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:58 pm
דורך [NAMELESS]
מען האט געדארפט זיין טויב אויף צו נישט פארשאצן א געווינס פאר על אלה אני בוכי' און אויף איי וועלט האט דאס אויך געווינען. וועגן כאיל תערוג אגב די מחבר הייסט אוסטערליץ בעל מחבר ספר חסידות על העליונה זייער א געשמאקע ניגון נישט סורפרייזט אז דאס איז ארויס די שטערקסטע ביי זיי. אגב מאיר אדלער'ס שטערקסטע רעיט איז געגאנגען פאר לא לנו

די קומענדיגע וואך ניגונים איז א שווערע אויסוואל און שווער פארצושאצן וואס די עולם וועט גיין פאר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:47 pm
דורך א איד
גראדע איך פאר מיר האב געוואוט פאר די צווייטע.

איך האב נישט געשטימט אויף קול מבשר, צוליב מאנגל אין צייט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 4:02 pm
דורך moshav zekeinim
ביי די צווייטע באנדל האבן מיר געכאפט מער די לעצטע האלב.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 9:43 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:איינע פון די תקנות פון ק״ש איז אז א פותח האשכול האט געוויסע רעכטן אויף זיין אשכול.

שאני הכא וואס דער פותח האשכול טרעט אויף די סארט רעכטן ווען א צווייטער איז דער פותח האשכול.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:51 am
דורך moshav zekeinim
האלאו, קריך צוריק אין דיין ד' אמות של הלכה, דער עולם דארף א מנהיג.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 4:03 am
דורך [NAMELESS]
האלאו, דו אויך.

דער עולם דארף דיך פשוט נישט אין ערגעץ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 12:47 pm
דורך moshav zekeinim
ביסט ארויס געקראכן פון דיין באהעלטעניש פשוט ווידער אמאל אנצישטינקען דעם פלאץ? וועלעכער ווינד האט דיר אהער געבלאזן אין מיין מוזיק אשכול?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 5:16 pm
דורך [NAMELESS]
דערווייל זע איך נישט אז דער עולם זאל האלטן אז איך שטינק אן דאס פלאץ, און אויב דו זאגסט אזוי - בין איך דאך אוודאי צופרידן.

דער זעלבער ווינט וואס האט דיר אריינגעבלאזן אין יעדן נארמאלן אשכול, וואס דו האסט פארוואנדלט אין א צוקאליעטשטן אשכול, האט מיר דא אהערגעבלאזן.

אלנפאלס, איך האב פשוט מעיר געווען אויף געוואלדיג'ס ווערטער, און נישט געזוכט צו רעדן ווייטער דערוועגן אין דעם אשכול, אבער אז דו מוזט האבן די לעצטע ווארט ארבעט איך מיט. יעצט ענטפער, אזוי אז איך זאל ווייטער צוריקענטפערן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:08 pm
דורך כלבאשבוע
[tag]moshav zekeinim[/tag], טוה א טובה, איגנאריר די דברי קנטר, ממש א שאד צו פארדרייען א נארמאלע שיינע אשכול.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:23 pm
דורך moshav zekeinim
איך מיין אז דער ניגון נומער 5 הייסט מרובים צרכי עמך. עס האט אנגעצינדן אין מיר עפעס, האב איך דערויף געוועהלט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:21 pm
דורך איסר האטלקי
מען מעג דא רעדן פון די ניגונים אויך? איך קען נישט די תקנות פונעם פותח גענוי...

איך האב געשטימט פארן פערטן ניגון, זייער קלאסיש און צום זאך.
הגם וואס אינעם לעצטן ניגון ליגט מער כוחות, טאלאנט און מוזיקאליע, מיט דעם אלעם איז דער פערטער א מושלם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:50 pm
דורך שמואל פרימו
העי העי, בארואיגט אייך דארט ביידע, אדנירם מיט מושב זקנים, וואס שלאגט איר זיך דארט אזוי?

שש-משזר, דו ווייסט מיט וועמען דו שלאגסט זיך? פאס אויף! - מושב, ס'איז נישט שיין אזוי אראפצורייסן, אביסל געפיל מיט רחמנות...

אז עטס ווילט ביידע, איך קען מאכן שלום. קומטס ביידע צו מיר אין אישי, איך בין א מומחה דערין, איך וועל אלעמען אויסהערן און פארגלייכן צווישן ענק!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:23 am
דורך געוואלדיג
ביי מיר איז עס א פארמעסט צווישן די ערשטע און נאמבער ניין, איך האב געוועלט פאר איינס.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:06 am
דורך קומזיץ
מיך געפעלט די מערסטע #6 איך זעה און דעם אביסל חידוש

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 2:00 pm
דורך moshav zekeinim
דער מוצאי שבת איז נאר מאיר אדלער געווען אינטרעסאנט. פריד מיט ברייער זענען עפעס געשלאפן. און ווידער דער זעלבער פראבלעם, אלע האבן דער זעלבער מיינונג, און בעיקר, צו מאל אנדערש פון מיין מיינונג... מאיר פראבירט צו דערגיין דער מהות פונעם מחבר דורך'ן ניגון, אן מאיר קען מען שוין נישט גיין צום טיש. (אפשר מאכט מען יעדער וואך ניין ניגונים מיט מאיר'ס אבזערוואצעס, א נייע פרנסה פאר אים ניגונאלאג במקום גראפאלאג...). מאיר גיט דעם ניגון א צורה, איז עס מדמה צו עלטערע ניגונים, און זאגט פאראויס מיט הצלחה וואו און פארוואס דער ניגון פאסט זיך דא אדער דארטן. איין פראבלעם נאר, ער בארימט יעדער איינציגסטער ניגון, נו, אז ער גלייך'ט יעדער ניגון דארטן איז דאך נישט שייך אנדערש.

געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
מושב דאס אז מאיר און די אנדערע רימען יעדע ניגון איז ווייל די קאמפאזערס זענען יענע וואך באליידיגט געווארן פון אויפריכטיגע אפשאצונג, ממילא איז די וואך געווארן א חדר ווי יעדער איז גוט און געשמאק... און די רעיטינג-וואלן איז געווען אףף ליין כדי שלא יבייש, די געווינען ארבייט ווער עס באקומט די מערסטע רעיטינג פוינטס פון אלע 3 צוזאמען, אדלער וואלט ווען בעצם געקליבן מהר און ברייער מי אדיר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 3:18 pm
דורך moshav zekeinim
קען זיין. דער אמת איז אבער אז עז איז לאו דוקה א מצווה צו קריטיקירן ניגונים. אז זיי זענען גוט זענען זיי גוט. מען רעדט דאך דא נישט פון ניגונים וואס דארפן גרייכן א אקאדעמישער סטרוקטור. מען רעדט פון ניגונים וואס איז געמאכט פון מענטשן פאר מענטשן, פון הארץ צו הארץ. איז ווילאנג עס איז עפעס וואס דער צבור קען מקבל זיין סיי וואו און הנאה האבן דערפון, איז דאס א גוטער ניגון. יואלי גליק וסעתו קלויבן אודאי אזעלעכע סארט ניגונים, ממילא איז נישטא וואס צו זאגן דערויף מער ווי אפשאצונגען.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
moshav zekeinim האט געשריבן:.
געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...

קוקט טאקע אויס אז ער איז א בחור ווייל קול מבשר מעלדט נישט זיין נאמען אנדערש ווי די אנדערע וואס די פולע נאמען ווערט ארויסגעשטעלט צוזאמען מיט א אינטערוויא

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
מ'קען נאך הערן די ניגונים פון לעצטע וואך?

מ'קען נאך אריינשיקן ניגונים?