בלאט 3 פון 5

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:13 am
דורך moshav zekeinim
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:54 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב שוין גערעדט היינט צופרי מיט ר' הערשלע'ן וועגן אויפמאכן א נייע ארגאניזאציע וואס וועט זיך אפגעבן מיט'ן אפהאקן די קעפ פון די אלע כופרים/צדוקים למיניהם, דערווייל שטעלט מען שוין צוזאם א רשימה פון פרישע פעיראל בצאלטע עסקנים וואס וועלן ארבעטן פלייסיג צו שטיין על משמרת הקודש. פרטים וועלן נאכפאלגען...

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז שוין עטליכע מאל ארומגעשמועסט אין שטיבעל דער חילוק צווישען אייסיס און תורה, אזש מ׳דארף שוין גריבלען צו זוכען דער צושטעל.
דער לעבען איז נישט קיין בארעכטיגטע זאך. דער באשעפער האט עס אטנז געגעבען פאר זיין סבות און ער נעמט עס צו פאר זיין סבות.
ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, אז ער האט אונז אויסגעלערנט די כוונה פון לעבען און מ׳דארף זיך נישט וואלגערען און זוכען א גמטריא פאר׳ן נומער 42

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 6:03 pm
דורך אישתישבי
כ'מיין אז דער עולם איז דא פארקראכען.

א שוטה איז דער וואס צוקריגט זיך צו זיינע קינדער איבער רעליגיע.

לאמיר זאגן די האסט אז פלוני רעדט נישט מיט זיין טאכטער ווייל זיי טראגט נישט קיין שפיצל נאר א היטל. איז ער משוגע?

און ווען עס איז ווייל ער טראגט מיט דער עירוב?

און ווען עס איז ווייל ער איז געגאנגען צו זיין רבי'ס ברודער וואס איז לדעתו א שטיק נבילה?

שוין כ'בין זיכער אז יעדער דא וועט האלטען ביי איינער פין די דריי משלים אז דער מענטש איז יצא מדעתו.

איז ווי איז דער גדר? ווען ער הערט אויף היטען שבת רח"ל?

פארוואס? ווייל דא האסטו מחליט געוועהן אז דאס איז וויכטיג?

אקעי. עס איז אייביג משוגע זיך צו קריגען מיט א קינד איבער התנהגות.

פונקט אזוי ווי דיר באדערט אז ער איז א דעדביט וואס טוט גארנישט מיטען טאג, מעג דיר אפשר באדערען אז ער טוט נישט ריכטיגע זאכן, אבער זיך צוקריגען איז סטופיד, א. עס איז נישט גערעכט, ב. וועסט גארנישט אויפטוהן דערמיט.

אבער, די וועלט איז דאך זייער סטופיד, מען טוט רוב מאל לויט די נארישע אימפאלס, נישט שכל, ממילא האט עס א פנים ווי די צוגאנער.

אין קאליפארניע איז געוועהן א משפחה וואס דער זוהן איז געווארן א טאליבאן סאלדאט, מען האט אים געכאפט און אהער געברענגט און דן געוועהן, און די עלטערן האבן באצאלט פאר לויערס. און אזוי דארף זיין.

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 6:56 pm
דורך דעת תורה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳איז שוין עטליכע מאל ארומגעשמועסט אין שטיבעל דער חילוק צווישען אייסיס און תורה, אזש מ׳דארף שוין גריבלען צו זוכען דער צושטעל.
דער לעבען איז נישט קיין בארעכטיגטע זאך. דער באשעפער האט עס אטנז געגעבען פאר זיין סבות און ער נעמט עס צו פאר זיין סבות.
ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, אז ער האט אונז אויסגעלערנט די כוונה פון לעבען און מ׳דארף זיך נישט וואלגערען און זוכען א גמטריא פאר׳ן נומער 42

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ממש גריבלען?

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 7:25 pm
דורך חכם-לב
פאר איך וועל אריינגיין אין די שאלה וויל איך בדרך חידוד מעורר זיין אז די עצם שאלה איז א פאראדאקס, דער זוהן דארף נישט קוקן אויף זיין משפחה און זאל נאר קוקן אויף זיך, און די טאטע מוז נאר קוקן אויפן משפחה און גארנישט קוקן אויף זיך.

אבער די חילוק איז אז דער טאטע האט אראפגעברענגט דעם קינד צו זיין משפחה און די קינד האט נישט אראפגעברענגט די טאטע, פרעגט זיך א שאלה ווער לאזט דעם מענטש אראפברענגען א קינד צו אזא אבסורד, שווערע און שלעכטע וועלט?

אבער דא שטויסט מען זיך אן אין א פרישע פאראדאקס, ווייל דאס געבורט פונעם קינד מאכט דעם טאטע'ן פאר א טאטע, א טאטע מיינט אז ער האט אנ'התחייבות צום קינד, קומט אויס אז דאס קינד מאכט דער טאטע, יעצט פרעגט זיך ווער האט געגעבן א רעכט פארן קינד געבוירן צו ווערן און מחייב זיין די עלטערן?

ס'איז א דבר פשוט אז רעליגיע קומט פאר פאמיליע. יעדע מענטש וואס פארשטייט רעליגיע אפילו נאר אויף אן עלעמענטארע דרגא וועט אייך דאס זאגן. יעצט איר האט קלארגעשטעלט אז איר רופט אלעס רעליגיע... איך ווייס נישט וואס אלעס מיינט. ס'זענען דא וועליוס-ווירדן וואס א מענטש האט, א מענטש מאכט יעדן טאג טויזנטער החלטות איבער וועליוס וואס וועגט איבער וואס, פון נעמען א בלויע אדער רויטע מילך, צו ער זאל עסן א שטיקל קעיק אדער פארלירן וואג, צו ער זאל זיך לייגן פרי אדער שפעט, פאמיליע איז א וועליו, רעליגיע איז די העכסטע וועליו ווירדע. גאט הייסט אברהם נעמען זיין קינד וואס גאט אליין האט אים צוגעזאגט גייט אים ירש'נען, וואס ער האט ליב באהבת נפש, גיי שחט אים, ער טענה'ט נישט ווי ביי סדום, ער פרעגט נישט פארוואס, נאר וישכם אברהם בבוקר, ער גייט אים שחט'ן.

יעצט לאז מיך דיך פרעגן א רעטארישן שאלה וואס וועט אייך אויפווייזן אז מיין טענה האט רעכט.

וואס איז וויכטיגער פאמיליע אדער געלט?
וואס איז וויכטיגער געלט אדער כבוד?
וואס איז וויכטיגער כבוד אדער צדק?
וואס איז אבער וויכטיגער ווי צדק?

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 pm
דורך אישתישבי
פין די תורה קען מען ברענגן בעסערע ראיות, ביי די עגל שטייט איש בבנו ובאחיו מען האט געברויכט הרג'נען אייגענע קרובים טאמער האבן זיי געדינט די עגל.

אבער ס'איז נישט קיין ראיה. טאמער די אויבערשטער האט נישט פארלאנגט די זאלסט מרחק זיין און קריגט מיט די פאמיליע, איז עס א טפשות. און זאל מיר איינער טרעפען ווי אין שולחן ערוך איז געפסקענט אז מען דארף אויף א עבירה זיך צוקריגען מיט א קינד.

היינט איז עס נישטא קיין חיוב מיתה אדער מורידין ולא מעלין, אדער אפילו הרג'נען א מסור. דארף א מענטש שטיין משפחה צו די האנט אויף וויפיל מעגליך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:34 pm
דורך moshav zekeinim
פארוואס איז היינט נישטא קיין חיוב פון שטראפן? זענען מיר קלוגער געווארן פון די תורה?

דער רמב"ם, דער רשב"א, דער רא"ש און אנדערע ראשונים ואחרונים פסק'ען קלאר אז אז כאטש היינט איז נישטא קיין כוח בית דין צו באשטראפן, זאל מען אבער כופרים וואס שעדיגן אנדערנס אמונה באשטראפן בפלילים, מיט טריקס, דאס רעכנט אריין טויט און אברים אפהאקן. (יא, היימישע ראשונים)

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 1:09 am
דורך קורקלענד
א.ט.ד. חשוב כמת!

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 1:26 am
דורך moshav zekeinim
פארוואס מער חשוב כמת ווי אפיקורסים מימי הרמב"ם? דו הלאסט דאך אודאי אז אטד חשוב כמת צוליב זיין כפירה, איז דאך דער פארצייטישער אפיקורס פונקט אזא מחותן אין חשובות כמת?!

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 1:37 am
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:פארוואס מער חשוב כמת ווי אפיקורסים מימי הרמב"ם? דו הלאסט דאך אודאי אז אטד חשוב כמת צוליב זיין כפירה, איז דאך דער פארצייטישער אפיקורס פונקט אזא מחותן אין חשובות כמת?!

אנטשולדיגטס אבער ס'מיר גאר שווער צו דעבאטירן מיט מתים.
ואתכם הסליחה.

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:49 am
דורך מאנסי אינגערמאן
נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:24 am
דורך קורקלענד
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

לויט @מושב מייניך אז יא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:33 am
דורך [NAMELESS]
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

אבער יש אומרים אז א מחלל שבת בפרהסיא איז א כופר במעשי בראשית כפשוטו.

איש תשבי, פון וואנעט נעמסטו אז מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטן? אויף אפיקורסות זאגט טאקע דער חזון איש אזוי, אבער אויף א מסור לית מאן דפליג.

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער סברא פון חזו"א גילט ביי א מוסר אויך.

ער טענה׳ט דאך אז ווען דער וועלט פיהרט זיך אויסגעהאלטען אידישלעך, און איין מחוצף שטעלט זיך אויס אפצוקילען דער וואנע, דארף מען איהם אפשטעלען באצייטענס. היינט וואס אפיקורסים שטייען אויף יעדער ווינקעל, וועט מורידין גארנישט אויפטוהן.
ווען אידען זענען פאראייניגט, און מ׳היט אפ איינער דער אנדערע׳ס סודות, איז דער מוסר א מחוצף שאין כדוגמתו, וואס טוט אונטערברענגען די יסודות פון דער קהלה. היינט וואס מ׳לעבט סייווי אפגעזונדערט, מ׳ווייסט שוין נישט צו געבען קיין שום צוטרוי פאר א צווייטען אן א סבה, וועט מען גארנישט פארדינען פון הרגנ׳ן א מוסר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:01 am
דורך מאנסי אינגערמאן
ריכטיג האט געשריבן:
מאנסי אינגערמאן האט געשריבן:נישט איעדע א.ט.ד. איז א אפיקורס

Sent from my SM-G550T1 using Tapatalk

אבער יש אומרים אז א מחלל שבת בפרהסיא איז א כופר במעשי בראשית כפשוטו.

איש תשבי, פון וואנעט נעמסטו אז מורידין ולא מעלין גייט נישט אן היינטיגע צייטן? אויף אפיקורסות זאגט טאקע דער חזון איש אזוי, אבער אויף א מסור לית מאן דפליג.

אה איך האב נישט פארשטאנען די כוונה

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 7:53 pm
דורך moshav zekeinim
דער נימוק פון חז"א שטימט לכאורה נישט ווייל צו דען זענען בימי הרמב"ם נישט געווען קיין אפיקורסים פון אלע זייטן? און אויב רעדט זיך עס פון אן איינציגער אפיקורס אין א קהילה, איז דען נישטא אזעלעכעס היינטיגע צייטן?

און וועגן א מוסר איז דאך אויך נישט אזוי פשוט ווייל עפ"י רוב האבן די אידישע מוסרים עס געטון פאר זעלבסשיצונג און נישט סתם ווייל זיי זענען אויפגעשטאנען איין טאג און מחליט געווען אז מען גייט האבן פאן.

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:38 pm
דורך דעת תורה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער סברא פון חזו"א גילט ביי א מוסר אויך.

ער טענה׳ט דאך אז ווען דער וועלט פיהרט זיך אויסגעהאלטען אידישלעך, און איין מחוצף שטעלט זיך אויס אפצוקילען דער וואנע, דארף מען איהם אפשטעלען באצייטענס. היינט וואס אפיקורסים שטייען אויף יעדער ווינקעל, וועט מורידין גארנישט אויפטוהן.
ווען אידען זענען פאראייניגט, און מ׳היט אפ איינער דער אנדערע׳ס סודות, איז דער מוסר א מחוצף שאין כדוגמתו, וואס טוט אונטערברענגען די יסודות פון דער קהלה. היינט וואס מ׳לעבט סייווי אפגעזונדערט, מ׳ווייסט שוין נישט צו געבען קיין שום צוטרוי פאר א צווייטען אן א סבה, וועט מען גארנישט פארדינען פון הרגנ׳ן א מוסר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

א מסור איז וועגן ער איז א רודף. האט גארנישט מיטן מורידים ולא מעלים. און עס דארף פשטות אנגיין אלעמאל און אייביג, ואפילו כשהרודף שוגג או אנוס (דאפי' בעובר קטן אומרים כן, ועיין בספרים).

מורידין ולא מעלין, לא מעלין ולא מורידין, זענען עפעס גאר אינטערעסאנטע ענינים, וצ"ע המקור לזה ועל מה בנוי, אולי אויפן בי"ד מכין ועונשין שלא על פי תורה, עכ"פ צ"ע הרבה בזה, בפרט צי ס'איז גאר אן עבירה צו מעלה זיין אן א"י, און א חיוב אויפן יחיד צו מוריד זיין א מין, די אלע זאכן זענען דברים נפלאים מיט ווייניג הסברים.

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 10:12 pm
דורך moshav zekeinim
עס איז גאר נישט עפעס אזוי נפלא, פשוט רציחה וזהו

Re: פאמיליע קומט בעפאר רעליגיע

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:09 pm
דורך דעת תורה
דו פארגעסט אז מען רעדט דא פונעם פאלק וואס האט יא מקבל געווען די תורה מיטן לא תרצח אינאיינעם, נישט פון די גוים שחיים על חרבם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:29 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב פאר דיר נייעס, אלע אומות העולם האבן מקבל געווען א תורה מיט א לא תרצח. עס איז א אפענער רש"י אין פרשת חוקת. (דעת תורה וועט נאר גלייבן מיט א תורה'דיגער מקור).
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 12:39 am
דורך שמעקעדיג
מושב, דיין שוידערליכע שנאה צו אידן (לאו דוקא חרדים) וואקסט מיט יעדע תגובה דיינע.

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 12:49 am
דורך דעת תורה
וואס זאגט רש"י?