בלאט 3 פון 5
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:07 am
דורך cictim
הגדרת 'דרכא אחרינא'
נדגיש, שאין הכוונה למכשירים ללא סינון ח"ו, מאן דכר שמייהו. הדברים כאן מתייחסים אך ורק למכשירים עם סינון ראוי. האווירה הרווחת כיום היא שאף מכשירים אלו הינם בגדר של ברירת מחדל, ורבים מצטטים שאסורים כדין 'איכא דרכא אחרינא', ועל כך יש לדון ולברר את הדבר מבחינה הלכתית כדלהלן:
סוגיא דדרכא אחרינא מובא בגמרא בבא בתרא (דף נ"ז:), בה מבואר שכאשר אדם רוצה לעבור בדרך מסויימת שיש שם חשש מכשול – אי 'איכא דרכא אחרינא' — דהיינו: אם יש עוד דרך להגיע אל יעדו -- והוא בוחר ללכת בדרך המכשולות, רשע הוא והנה שם אין מפורש מהו גדר דרכא אחרינא,
האם מיירי גם באופן שהדרך האחרת ארוכה יותר או קשה יותר ולמעשה, אין שום ראיה מהגמרא לאסור גם בכה"ג מדין 'איכא דרכא אחרינא' ולחייבו ללכת בדרך הארוכה או הקשה. אף בראשונים שם בסוגיא לא נמצא דין כזה. וזה בוודאי דין שאי אפשר לבדותו מליבנו ולומר שאף באופן שאדם נזקק לדרך זו, ויותר ניקל לו ללכת בה, הרי זה גם נכלל בגדר "איכא דרכא אחרינא". בפסקי מרן הגר"נ קרליץ שליט"א בהלכות יחוד פסק הלכה למעשה, שהחובה ללכת בדרכא אחרינא היא כשיש דרך אחרת שאינה ארוכה או קשה יותר.
ראוי להזכיר את דברי מרן פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל באה“ע סי‘ נ"ו שם מתייחס בבהירות לשאלהזו. הגר"מ מצטט את הגמרא בה מבואר שכאשר אדם רוצה לעבור בדרך מסוימת שיש שם חשש מכשול - אי איכא דרכא אחרינא והוא בוחר לילך בדרך המכשולות רשע הוא, ואי ליכא דרכא אחרינא אנוס הוא. והקשה הגר"מ על דין זה שאם אין לו דרך אחרת מותר מפני שהוא 'אנוס': ותמה 'ומה בכך שליכא דרכא אחרינא', הרי הוא עובר על אחד משלוש עבירות החמורות, שהן 'אביזרייהו דג"ע' ואם כן, מה שייך כאן טענת אונס, הרי הן בגדר של יהרג ואל יעבור? ואיך מותר לו לילך כלל למחוז חפצו? הרי עדיף שיישאר בביתו? ואם משום שצריך להתפרנס ולעבוד ושאר צרכיו, מה בכך? הרי אונס ממון הוא, ואינו דוחה שאר איסורים???
אלא מסיק הגר"מ דעל כרחך צריך לומר דכיוון שאין כאן איסור ממש אלא חשש שיבוא לידי הרהור, והוא הרי הולך באופן היתר - לצורך פרנסתו וכדו', אם כן אינו מחויב לחשוש שיבוא לידי איסור ולהפסיד ממונו ושאר צרכיו. על כן יכול לילך לדרכו ומן השמים יסייעו בעדו. ומדבריו מבואר להדיא שהיה פשוט לו בפירוש הגמרא בסוגיית 'איכא דרכא אחרינא' שאין שום מקום לאסור אדם מלכת לחפציו ולצרכיו מפני חששות וכו'. וכפי שכבר הזכרנו שאין מקום לומר על חפץ שהוא חפצא דאיסורא כשאין בו איסור ממש אלא אפשר לבוא על ידו לחששות, וכנ"ל.
כאן יודגש שבאמת אין מקום להקל במי שמשתמש במכשיר לצורך שטויות והבלי הזמן בעלמא, שאז ייתכן שנכלל בגדר 'איכא דרכא אחרינא'. אנו עוסקים במי שצריך את המכשיר לצרכים אמיתיים בחייו.
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 51&t=31081
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 3:03 am
דורך moshav zekeinim
און אז מען רעדט שוין פון שארפע לשונות פון חז"ל, לאמיר דערמאנען נאך א פאר (טייל גענומען פון מהר"ץ חיות):
שבעה אין להם חלק לעולם הבא
ואלו הן:
לבלר,
וסופר,
וטוב שברופאין,
ודיין לעירו,
וקוסם,
חזן,
(אבות דר' נתן)
ר' יוחנן בן נורי היה אומר המנענע קולו בשיר השירים (בתוספתא הוסיף: בבית המשתאות ועושה אותו כמין זמר) והלוחש על המכה, והרוקק על המכה ואומר "כל המחלה" וגו' אין לו חלק לעולם הבא (בדומה לר' עקיבה בסנהדרין הלוחש על המכה).
-רבי מאיר אומר: כל שיש לו בית המדרש בעירו ואינו הולך לשם, אין לו חלק לעולם הבא.
-רבי עקיבא אומר: אף מי שאינו משמש לתלמידי חכמים אין לו חלק לעולם הבא.
-ר' עקיבא אומר, אף הקורא בספרים החיצונים אין לו חלק בעולם הבא. סנהדרין.
-הפורק עול והמיפר ברית והמגלה פנים בתורה אין להם חלק לעולם הבא. תוספתא סנהדרין:
-כל המניח את ארץ ישראל בשעת שלום ויוצא כאילו עובד עבודת כוכבים (תוספתא ע"ז).
-כל המבזה את המועדות כאילו עובד עבודה זרה.
-כל המשמש מיטתו ליום תשעים כאילו שופך דמים.
-כל המעלים עיניו מן הצדקה כאילו עובד עבודה זרה".
-כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה אם שבר כלי בחמתו.
-כל המתגאה כאילו עובד עבודה זרה, וכאילו כפר בעקר וכאילו בא על כל העריות שבתורה (סוטה ד:).
-כל אדם שיש בו עזות מצח, לסוף נכשל באשת איש והגשמים נעצרים על ידו (תענית ז:).
-המספר לשון הרע כאילו עבר על שלש עבירות היותר חמורות, היינו עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים (ירושלמי).
-החונף מביא 'אף' בעולם, ו"עובַּרין במעי אמן מקללין אותו" (סוטה מא:).
-כל הנהנה מצרי העין עובר בלאו" (סוטה לח:).
-כל שאינו מְלוה את חבירו בדרך כאילו שופך דמים (סוטה מו:).
-כל בית שאין דברי תורה נשמעים בו בלילה - אש אוכלתו
-כל המשייר פתיתים על שלחנו - כאילו עובד עבודה זרה
-כל המחליף בדיבורו - כאילו עובד עבודה זרה (סנהדרין צב.).
-כל שאינו מבקר את החולה, כאילו שופך דמים (נדרים).
-כל מי שאינו עוסק בפריה ורביה כאילו שופך דמים (יבמות)
-המורה הלכה בפני רבו חייב מיתה.
-תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו חייב מיתה
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 3:23 am
דורך החוקר
moshav zekeinim האט געשריבן:המספר לשון הרע כאילו עבר על שלש עבירות היותר חמורות, היינו עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים (ירושלמי).
איז עס דאך אזוי הארב אויב נישט הארבער ווי א סמארטפאון.
עסקנים געזוכט צו עפענען א מויל פילטער קאמפאני, יעדער וועט דארפן דאונלאודען א עפפ, און יעדעס מאל פאר איינער וויל רעדען, וועט מען דארפן שיקן די ווערטער דורך די עפפ און טעקנישאנס וועלן עס דורך קוקן אויב עס איז א כשר'ע קאטאגאריע, און נאר אזוי וועט מען עס דורכלאזן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 7:16 am
דורך איש את רעהו
החוקר האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:מען זעהט זעלטן אזא האס און ווייטאג אויף א יחיד
קוקט אויס אז ערגעץ קומט ער אן
א מינוט א מינוט, פאוואליע, איך זעה נישט קיין האס און ווייטאג,
Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
שרייבן אן ארטיקל זיך צו פרייען מיט יענעמ'ס צרה און כאפן א רקידה אויף אויסגעגאסענע בלוט קומט פון א לופט וואס איז זייער פארווייטאגט און פיל מיט האס אויפן באטרעפענדן, דאס קומט אויווען אויף פון די השפעה וואס זיינע רעדעס טראגן.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 7:25 am
דורך איש את רעהו
גאנצל האט געשריבן:און איך האלט נאך אלס ביי א'
@איש את רעהו זעהט נאך אלס ערליכע בחורים פאלן יעדן טאג אין שאול תחתית
אי הכי וואס איז שוין ווערט זיין פלאן ?????
[tag]גאנצל[/tag]
די אשכול איז נישט געשריבן איבער וועלכע פלאן איז אפעקטיוו
די פלאן פין ראבינאוויטש קוקט אויס אז עס ברענגט א גרויסע האס און ווייטאג ביי אסאך מענטשן צוליב וואס עס איז א מהלך וואס וועט לכ' אויסשטעלן אז תש"פ-תש"צ יארן וועט נאך נישט זיין באקוועם 100 פראצענט זיך איבעראל צו דרייען מיטן סמארטפאון און וועט נישט זיין ממש ווי א קאר באניץ, טראץ וואס דער איד איז א איינצעלע מענטש וואס רעדט ,האט עס סאם האו אנגעדרייט א רוח ביי גאר אסאך, עכ"פ אזוי קוקט אויס דא אין ק"ש
צו זיין פלאן איז אפעקטיוו האב איך נישט קיין מושג
אבער האקן און האקן אויף אים אן קומען מיט א 2טע פלאן לפחות, אין א צייט ווען עס איז וויכטיג צו טון עפעס, איז עס גענוי די זעלבע אויסקוק ווי @מושב וואס שטייט און ברענגט פילע מאמרי חז"ל און האט נישט קיין מושג אז דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט און שטיין און האקן סתם מאמרי חז"ל וואס האבן נישט צום ענין, אהן ברענגן עפעס אן אפעקטיוו און זאכליכע פלאן האט נישט קיין זין.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך גלייב נישט אין די ביטערע קאנסעקווענצען. אין סקווער האט מען נישט קיין סמארטפאונ׳ס און זיי האבען מער א.ט.ד. ווי סיי וועמען.
בחורים זע׳ען איין אז אך שקר נחלו אבותינו, און מ׳גיט זיי נישט קיין אמת׳ר אידישקייט. דעריבער גייט ער עפעס זוכען, והדברים עתיקין. דאס נוצען שקר צו באקעמפען דער אינטרנט, איז ווי גיסען גאזאלין אויף א פייער איהם צו פארלעשען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:40 am
דורך שמערל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:@ליטוואק האבן א סמארטפאון אן א פילטער גייט יא אריין בדרך אי איכא דרכא אחרינא ?
טאמער ער קען דערגרייכען זיין ציל פונקט אזוי מיט א פילטער ווי אן א פילטער, און ס׳איז לייכט צו באקומען א פילטער, הייסט׳ס איכא דרכא אחרינא.
מער מסתבר אז האבן א פילטער הייסט עוצם עיניו מראות ברע וואס מען הייסט פארדעם א צדיק אבער מ'איז נישט מחוייב על פי דין.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:19 am
דורך moshav zekeinim
איש את רעהו האט געשריבן: דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט
עס איז שוין צייט אז דו זאלסט איינזעהן אז עולם דא האלט נישט אז א סמארטפאן איז דער עכטער גורם צו די ביטערע קאנסעקווענסן פון וואס דו רעדט.
סתם איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל אז סמארטפאון ברענגט ביטערע קאנסעקווענצן מאכט נישט דיין ארגומענט שטארק. פאקטיש זעהט מען אין די מאדערן ארטעדאקס וועלט מענטשן מיט סמארטפאון'ס און עס איז נישטא קיין ביטערע קאנסעקווענסן.
לאו עכברא גנב, חורי גנב, די ליידיגקייט וואס עס הערשט. ראבינאוויטש פארגרעסערט נאר דעם לאך און דעם שפאלט צווישן מציאות און קנאות. ער מאכט פשוט שווערער צו קענען הענדלען דעם סמארט פאון און דער גאנצער מציאות'דיגער לעבן אויף א געזונטער וועג.
און איך פארשטיי נישט פארוואס דו האלסט אז דאס אז ראבינאוויטשעס רידעריי האט אן השפעה מאכט זיינע פעולות פאזיטיוו. צו פעלט דען רידערערס אין די וועלט מיט השפעה?
דער מענטש איז א וויסטער קנאי און פארשטייט נישט צום דור, ער זייט בלויז אן חורבונות.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:19 am
דורך החוקר
איך האב שוין לאנג געקלערט אז די איכא דרכא אחרינא לאזונג ברויך א בירור, לאמיר זאגן אז 1st Ave האט פראבלעמען אבער 5th Ave איז גיט, איז דער וועג וויאזוי רוב מענטשן זעען די ד"א ביי א סמארטפאון, אז מיט די פילטער (אדער אן א סמארטפאון בכלל) איז גלייך צו די אויסגעהאלטענע 5th Ave, און אן א פילטער אדער אינטערנעט בכלליות איז א פראבלעם, איך מיין עס מער גלייך צו פארגלייכן די אינטערנעט צו גאנצע וועלט, קיינער האט נישט קיין קלער אז זיך אריינזעצען אין א קאר צו פארן צו א געשעפט איינקויפן איז א שאלה פון ד"א ווייל מען קען פארן צו א בית זונה, אדער אז מען מעג נאר פארן סיי ווי מיט נאך איינעם פאר שמירה, דאס איז אבסורד, די זעלבע דא אויך, פשוט וויל איך "קען" גיין ערגעץ ווי איך זאל נישט, ווערט עס נאך נישט ד"א. דאונט געט מי ראנג, לייגן א פילטער איז זייער חשוב און גוט, אז מען קען מה טוב ומה נעים, אבער אפילו ווען נישט זע איך נישט ד"א.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:24 am
דורך moshav zekeinim
כפירה איז נישט ערלויבט!
אחראי
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:33 am
דורך דעת תורה
עפ"ל
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:43 am
דורך קל וחומר
איש את רעהו האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אוועק דיין סמארט פאן די משגיח קימט
דערווייל ניץ איך נאר דעם משגיח'ס קאמפיוטער אין זיין אפיס ער האט א גיטע פילטער ב"ה
וועלכע 'גוטע' פילטער לאזט דורך קאווע שטיבל???
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:50 am
דורך קל וחומר
דער תיקון וואס אבטולמוס שלאגט פאר איז גאנץ א פשוטע מהלך.
'מאך נישט יענעם ענג, וועט ער נישט זיך מוזן פארברייטערן'.
די סיסטעם זאגט אז 'יעדער' בחור ברויך זיין אין ישיבה. הגם וואס נישט יעדער האלט דערביי. הגם וואס אויפשטיין פארטאגס און אהיימגיין ניינע ביינאכט פאראיבעלט אסאך בחורים פון לימוד התורה.
טאמער וואלט מען אויסגעשטעלט א ישיבה סיסטעם וואס קען 'יעדעם' באמת ארייננעמען בשופי וואלטן די נייע ניסיונות בטל געווארן.
מאכסט אידישקייט אומבאקוועם, דערנאך שרייסטע אויף ניסיונות.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:52 am
דורך moshav zekeinim
כנ"ל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:36 pm
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:און איך האלט נאך אלס ביי א'
@איש את רעהו זעהט נאך אלס ערליכע בחורים פאלן יעדן טאג אין שאול תחתית
אי הכי וואס איז שוין ווערט זיין פלאן ?????
[tag]גאנצל[/tag]
די אשכול איז נישט געשריבן איבער וועלכע פלאן איז אפעקטיוו
די פלאן פין ראבינאוויטש קוקט אויס אז עס ברענגט א גרויסע האס און ווייטאג ביי אסאך מענטשן צוליב וואס עס איז א מהלך וואס וועט לכ' אויסשטעלן אז תש"פ-תש"צ יארן וועט נאך נישט זיין באקוועם 100 פראצענט זיך איבעראל צו דרייען מיטן סמארטפאון און וועט נישט זיין ממש ווי א קאר באניץ, טראץ וואס דער איד איז א איינצעלע מענטש וואס רעדט ,האט עס סאם האו אנגעדרייט א רוח ביי גאר אסאך, עכ"פ אזוי קוקט אויס דא אין ק"ש
צו זיין פלאן איז אפעקטיוו האב איך נישט קיין מושג
אבער האקן און האקן אויף אים אן קומען מיט א 2טע פלאן לפחות, אין א צייט ווען עס איז וויכטיג צו טון עפעס, איז עס גענוי די זעלבע אויסקוק ווי @מושב וואס שטייט און ברענגט פילע מאמרי חז"ל און האט נישט קיין מושג אז דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט און שטיין און האקן סתם מאמרי חז"ל וואס האבן נישט צום ענין, אהן ברענגן עפעס אן אפעקטיוו און זאכליכע פלאן האט נישט קיין זין.
יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט דאס ביסטו מודה אז זיין פלאן ביז יעצט האט נישט געהאלפן הא ראי' דו זעהסט נאך יעדן טאג בחורים פאלן אוועק זאגסט נאר אז דו פארשטייסט וואס די האס איז ווייל דער פלאן איז אז ביז תשפ תשצ גייט סמארטפאון'ס נישט זיין אין די קאטעגאריע ווי א קאר
סאו מיט דעם בארואיגסטו זיך אויף די געפאלענע בחורים ??? ווייל תשצ גייט נאך נישט זיין א סמארטפאון בלא בלא
פארשטיי איך ניט צוויי זאכן איינס וואס וועט זיין מיט די אלע בחורים וואס גייען פאלן ביז תשצ ? און צווייטנס אויב זיין פלאן האט נאך נישט געהאלפען ביז יעצט פארוואס זאל עס העלפן אין 10 יאר ארום יא ?
נאר וואס דען ראבינאוויטש האקט אויך אן א פלאן
און ביי די וועי די פלאן דא איז זייער פשוט מ'מעג האבן א געפילטערטע סמארטפאון און פערטיג וועט נישט זיין אזויפיל געפאלענע און דיין פראבלעים איז געלעזט לאז דעם בחור האבן דעם פאון אויב וויל ער זייער שטארק און דו קענסט אים נישט מסביר זיין אז ביז נאך די חתונה איז עס נישט פאר דיר פונקט ווי אנדערע זאכן און אויב וויל ער נישט צו הערן ארבעט אויף אים ער זאל האבן א פילטער און ער זאל נישט ווערן אדיקטעט
די פלאן וועט נאך אזוי גוט ארבעטן ווי די אנדערע פלאן און אפשר נאך בעסער
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:43 pm
דורך סמבטיון
אבטולמוס זאגט זייער גוט , און איך שטום צו מיט איעדעס ווארט, מושב פליז מעק אויס דיין תגובה מיט די גרויסע אותיות, מען רעד נישט אזוי אויף א מאמר חז"ל! גבאים אלערט!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:07 pm
דורך [NAMELESS]
קל וחומר האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:אוועק דיין סמארט פאן די משגיח קימט
דערווייל ניץ איך נאר דעם משגיח'ס קאמפיוטער אין זיין אפיס ער האט א גיטע פילטער ב"ה
וועלכע 'גוטע' פילטער לאזט דורך קאווע שטיבל???
'טעג' לאזט אדורך קאווע שטיבל לויט די פארלאנג און אזוי נאך צענדליגע וועב סייטס, הגם זיי קענען דיר מאכן פילען אומבאקוועם ווען עס זיצט דארט א תמימותדיגע יונגערמאן אבער זיי וועלן כמעט אלעס עפענען לויטן פארלאנג.
מושב וואס האסטו קעגן די מאמר חז''ל פון איכא דרכא אחרינה? עס איז זייער מסתבר און אויך א עצה טובה, ווען א מענטש איז נאנט צו א נסיון איז עם שווער זיך איינצוהאלטן. און זיי האבן פארשטאנען אז מען דארף לעבן נארמאל אבער אין א פאל וואס די דרכה אחרינא איז די זעלבע נאנט צו וואס זאל ער גיין אין א וועג וואס קען עם ברענגן נסיונות??
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:05 pm
דורך קל וחומר
שכח...
טעג אידעך די שוואכע פילטער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:06 pm
דורך איש את רעהו
דער עולם שרייט צו מושב פליז פארמעק דיין אטאקע קעגן חז"ל
דר'אמת אבטולמוס קייט עס שוין איבער זינט זיין ערשטע תגובה
ווען מיר מיטשען זיך מיט איגענטליכע וואס פאלען "יא" צוליב זיך אנטרעפן מיט די בעלי עבירה און תאוות אויף די אינטערנעט וואס אן די סמארטפאן האבן זיי די עקסעס נישט געהאט
זאגט @אבטולמוס אז די זין שטראלען וואס טרעפט דעם בחור'ל ברויכסטו בלעימען די סיסטעם און נישט דער וואס טרעפט זיך אן מיטן איסור.
אין חז"ל שטייט אז ווען עמיצער מיידט נישט אויס א דבר ערוה איז "די אצבע המאשים געפוינט צו אים" נישט צו די מחנך וואס האט אים ערצויגען
=
צוריק צום פתיחית האשכול
די איינציגער וואס איז האלב מודה אז דא קומט פאר א פראבלעים איז @אבטולמוס וואס זאגט אויך אז ס'קומט פאר א מגיפה, נאר פוינט ערגעץ אנדערש זיינע אצבעות
@מושב לייקענט בכלל ס'איז א אישו, לאכט פון די דברי חכמינו ז"ל ווי די פארצייטישע צדוקים/משכילים, ברענגט צוזאם מאמרים וואס געהערן נישט אהער
@ליטוואק איז מודה אז ס'איז א פראבלעים נאר עס איז 'סך הכל' בגדר פון א איד וואס דאווענט נאכן זמ"ת
למה"ד?
די קענסער הייבט אן איינזייען חרבונות ביי מענטשן, מיליאנען קענען דערמיט זיך נישט אן עצה געבן, קומט עמיצער אויף מיט א מהלך אין פארשטייטערן די מגיפה, און יעדער באפאלט אים מיט משונה'דיגע צעקות און מען פרובירט אים אפהאלטען
פון די 2'טע זייט מיט די עצם פראבלעים וואס דער מחלה זייעט איין קומט מען נישט אויף מיט קיין פלאן און צוגאנג, נאר דער שרייט אהער און דער אהין
-
באמת האט מיר איינער פארגעהאלטן א גערעכטע טענה אז מען טאר נישט זיך אנעמען פאר ראבינאוויטש במקום צער בעלי חיים א פלאץ ווי מענטשן ווערן ווייגעטון פון די ראבינאוויטש צוגאנג צום סמארטפאון, עס איז די מענטשן אומבאקוועם אז שוין נאך 7-8 יאר פון די סמארטפאון עפאכע זאל מען נאך אלץ נישט ערמעגליכט זיין צו באניצען די כלי לכתחילה'דיג.
דר'אמת, די אשכול איז נישט געפענט געווארן צו בארעכטיגען די שארפע וועג פון אטאקירען די בעלי ה'סמארטפאון, עס איז נאר געווען א רעאקציע צו די ווילדע אטאקע אויף ראבינאוויטש ווען מען האט געטאנצען אויף זיין בלוט בשער בת רבים.
שטעלט אייך פאר עמיצער זאל אזאנס שרייבן אויף שיטמ"ק א טאג נאך וואס מען ווערט געוואר אז.... ר"ל
שוין אל תפתח פה
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:55 pm
דורך גאנצל
אז דו ווילסט נישט ענטפערן צו דער זאך דארפסטו מודיע זיין פארדעם
סאו דיין גאנצע תגובה איז געווען אקעגן יענע אשכול האסטו דאך עס געקענט שרייבן דארט ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 5:00 pm
דורך שמערל
ווי מען האט דיר שוין מעורר געווען, אין חז"ל שטייט אז במקום דליכא דרכא אחרינא איז מען נחשב פאר א אנוס אויב מ'איז זיך מסתכל אויף עריות.
אינטערנעט איז א זיכערע ליכא דרכא אחרינא און ארויפלייגן א פילטער איז ממש ווי איינער וואס איז עוצם עיניו מראות ברע, וואס הייסט א צדיק, אבער מחוייב איז מען נישט אזוי צו טוהן.
אויב חז"ל זענען צו ליבעראל לויט דיין קרענקליכן מוח'ס פארשטאנד, איז עס דיין פראבלעם, קענסט עפענען א אייגענע אייסיס סטיל אידישקייט, אבער אונז טרייע ארטאדאקסישע אידן פארדריי נישט קיין קאפ.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 5:47 pm
דורך החוקר
@איש את רעהו, עס קוקט אויס ווי די ווילסט סתם טראללען, לויט דיין לעצטע תגובה קוקט אויס ווי פארשטייסטו זייער גוט פארוואס מען איז דא קעגן ראבינאוויטש'ס מהלך.
לאמיר דיר מסביר זיין, ראבינאוויטש און עס קוקט אויס ווי די אויך, האבן אראפגעלייגט א הנחה אז די סמארטפאון הרג'עט אפ טויזענטער אידישע נפשות, ווי קען דען אנדערש זיין, עס איז דא בחורים ובתולות וואס פאלען אוועק, און זיי האבן אויך סמארטפאונס אלא מאי...
פון דיין תגובה קוקט אויס, ווי די פארשטייסט אז רוב עולם דא איז נאכנישט צוגעקומען צו די החלטה אז סמארטפאון איז די גרויסע מגיפה, וואס ער האלט אז עס איז, איז וואס פארשטייסטו נישט פארוואס מען האקט אן אפפערן א בעסערע עצה, ווען מען איז בכלל נישט מסכים אז זיין פראבלעם איז עפעס וואס דארף אן עצה.
למה"ד, ווי איינער דערזעט אז ער שפירט נישט גוט, און ער גייט צום דאקטאר זיך אונטערזיכן, דער דאקטאר זאגט אים קוק אהער די ביסט עלטער געווארן די דארפסט טוישן דיעטע, מאכן איבונגען וכדו' איי וואס איז געווען ביז יעצט, ביסט געווען אינגער האט דיין קערפער נאך געקענט פארנעמען, יעצט איז דיין קערפער מער האקל דארפסטו זיך מער אכט געבן. קומט אריין איינער און ער נעמט מאכן באנומענע קולת אזש די דאך פאלט אראפ, דו האסט א געוואוקס, מען דארף שוין זיך נעמען שניידן אפצוטיילן די גוטע פון די שלעכטע, ווער ווייסט אפשר נאר אזוי קען מען נאך ראטעווען, אלעס וואס די שפירסט שלעכט קומט פון דעם, און דער יעניגער וויל אנהייבן שניידן, נעמט דער דאקטאר מאכן קולות וברקים וואס שניידסטו, דו ווייסט דאך נישט וואס דו רעדסט...
איך מיין אויב די ווילסט קענסטו פארשטיין, נאר ווי געזאגט קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט אפילו.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 6:40 pm
דורך קאצקע ציקער
דאס איז שוין אן אלטע טאקטיק פון די אלע קנאים משוגעים און אפילו דאנאלד טראמפ אביסל, קודם פארבריצירט מען א פראבלעם איין מאל ס'שוין דא א פראבלעם דארף מען שוין זיכן אן עצה צו סאלווען די פראבלעם.
ר' יוד ס'נישט דא קיין פראבלעם און טראגט אייך אפ פון דא !!