בלאט 3 פון 8

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 5:29 pm
דורך איסר האטלקי
א חשובער רב שליט"א אין בארא פארק האט געליינט די אשכול, (זעענדיג די מחאה אויפן וועקער האט ער שנעל געגוגל'ט ק"ש...) ער האט אויפגעטרעטן מוצ"ש ביי א מלוה מלכה ביי זיך אין סמעדריש און אויפמעקזאם געמאכט זיין ציבור צו טראכטן צוויי מאל איידער מען גייט קויפן אין בינגאו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 7:59 am
דורך אישתישבי
כ'הער אז די קליינע רבנים ארום ראסלאוויטש קומען ארויס מיט א קול קורא מען זאל זיי שטיצען, און נישט דער גרויסע בינגא ראסלאוויטש בעסמעדרעש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:10 am
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:כ'הער אז די קליינע רבנים ארום ראסלאוויטש קומען ארויס מיט א קול קורא מען זאל זיי שטיצען, און נישט דער גרויסע בינגא ראסלאוויטש בעסמעדרעש.

אזוי אויך גייען זיי מוערר זיין דעם עולם נאר צו שטיצן די לאקעל רבנים. סארא חוצפה פון די בנשקלעך אריינצורעדן ווי איך זאל קויפן מיין ברויט מיט מילך??? זיי דיקטעיטען נישט גענוג די מענטשהייט??? ווייל הנגיד ר׳ א.וו. פון ברעדבעררי אויף זיבעצן עוו. איז זיין מתפלל און שטיצער און ער האט א פריוואטע אינטערסע? זאל ער צוריקגיין צו זיין ביזנעס באקוקן ״שמאטעס״ מיט ״אינעטרהויזן״, פארקויפן די חמץ און נישט פארדרייען קיין קאפּ.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:16 am
דורך ליפא
ער האט נישט גערעדט פון דיין ברויט און מילך.. ער העט ווען געווען צופרידן ווען דו קויפט ווען דיין ברויט און מילך ביי בינגאו. איז עס אבער אזוי אז די ברויט און מילך קויפט מען ביים קארנער גראסערי און פאר די אנדערע זאכן גייט מען חול המועד האלטן ביי בינגא

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:57 am
דורך איסר האטלקי
שבת אחים האט געשריבן: ווייל הנגיד ר׳ א.וו. פון ברעדבעררי אויף זיבעצן עוו. איז זיין מתפלל און שטיצער און ער האט א פריוואטע אינטערסע?

הנגיד ר' א. וו. וואוינט דארט אין געגנט אבער ער טרעט נישט אריין ביי אים. ער דאווענט אין בריזדאוויץ מיט אלע גבירים... ער האט אבער אנדערע - נישט אזעלכע רייכע - גראסערי אייגנטומער.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 12:38 pm
דורך שבת אחים
די פוינט איז אז די רבנים האבן זיך נישט וואס אריינצומישן דא, יעדער זאל מאכן זייער אייגענע חשבונות ווי סאיז זיי בעסער/באקוועמער איינצוקויפן זייערע גראסעריס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: אבער טאנצן אויף ביידע חתונות קענמען נישט. אלע מענטשעלעך וויללן האבן אלעס פאר חצי בחינם. אבער ווען זיי דארפן א באטל מילעך אדער א ברויט שפעט ביינאכט אדער א האלבע שעה פאר לעכט צינדן אדער חריין וואס מ'האט פארגעסן צו קויפן ביי בינגא, לויפט מען צו די קארנער גראסערי. ניין, מ'גייט נישט. מ'קאללט אויפ'ן פאון און דער גראסערי מאן שיקט זיין ארבעטער ער זאלל עס פאר דיר דעליווערן...אזא סיסטעם קען נישט אנהאלטן...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:01 pm
דורך שבת אחים
אלעס פיין און וואויל, נאכאלץ קומען די רבנים נישטא אריין דא, איך נעם בכלל נישט קיין צד אין די עצם נושא, בינגא אדער די קלענערע גראסעריס זענען מיר ביידע די זעלבע מחותנים, איך פרעג נאר ווי קומען די רבנים אריין דא? דאס אלעס. איך בעצם זוך קיינמאל נישט קיין מציאות אדער גיי דוקא צו א געוויסע געשעפט ווייל סאיז אביסל ביליגער, נאר אויב דארף איך עפעס קויף איך עס די נענטסע פלאץ ווי איך בין דעמאלטס, אדער קויף איך אנליין, איך קוק כמעט קיינמאל נישט וויפל ס׳קאסט, נאר אין ביזנעס וועל איך האנדלן, אין פרייוואטע לעבן האנדל איך נישט און איך לאז דעם ריטעילער מאכן זיין ערליך פארדינטע געלט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:22 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: אין די משנה אין מס' סנהדרין שטייט טאקע..."ועמך כולם צדיקים"...און אויך זאגט די גמ' אז .."צדיקים, חביב עליהם ממונם יותר מגופם"... און ווייל אונז אידעלעך זעמיר אלע צדיקים (פון פארשידענע מינים.) זוכן מיר די ביליגסטע פרייזן. ספעצעיל די יוצאי גאליציע צווישן אונז. מיר וועללן זוכן צו קויפן ברויט וואס איז 3 טאג אלט. ווייל מ'געט עס מיט 50 סענט א פונט ביליגער. און נישט א יעדער איז אויף די זעלבע מדרגה וואס דו. און ביי א משפחה מיט 6 אדער 8 קינדער מאכט אויס א גרויסער חילוק וואו זיי קויפן זייערע סופלייס. אויב אין בינגא אדער אין די קארנער גראסערי. און די רבנים קומען דא אריין אין פיקטשער . להורות לעם ה' את דרכי ה'. (דאכטציך א לשון פון טור.)...! ווען די רבנים זאגן גארנישט האט מען טענות צו זיי אז זיי זענן נאר ביזי מיט ריעל עסטעיט און השגחות. און סיינען קול קורא'ס. און ווען זיי זאגן יא אמאל אן אמת'דיג ווארט. און זיי שטעללן זיך אויף פאר אמת און יושר קריטיקירט מען זיי פארדעם...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 8:34 pm
דורך שבת אחים
דער פראבלעם איז אז די רבנים זענען די זעלבע אידן און פון די זעלבע טייג געקנויטן וואס ביי זיי קען מען קיין שונא בצע אפילו פאר קיין געלט נישט טרעפן... :lol:
זיי זענען די זעלבע אידן די זעלבע יוצא גאליציע די זעלבע קריג געשלאגענע...

דער קלויזנבורגער רב ז״ל האט אמאל געזאגט מ׳דארף טאקע שטיצן א איד אפילו ער איז טייערער, אבער איך בין דאך אויך א איד??? פארוואס איז זיין טאש פאר מיינע?

פארשטייסטע?

ווען די רבנים וואלטן טאקע געמיינט די גוטס פונעם עולם וואלטן זיי שוין לאנג געטוהן אסאך אנדערע פעולת לטובת אחבנ״י, דערווייל זענען זיי ביזי מיט בויען זייער ״אייגענע ברענדס״, בויען עמפייערס און פאלאצן פאר זיך און זייערע קינדער מיט משרתים ויצא משרתים אויף די חשבון פון די רייכע און די ארימע, און אויסוועלן נאר די מצוינים פאר זייערע ישיבות און דער׳איבעריגע ווארפט מען פאר די הונט! די רבנים האבן נישט קיין גיטע רעקארד, זיי האבן שוין לאנג פארלוירן זייער קרעדיטיבליטי, זיי וועלן נאר אריינרעדן אין די נושא אויב זיי פארדינען עפעס פאר דעם זיי נישט אזוי נאאיוו אז די רבנים מיינען דא די טובה פונעם ציבור.

Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 9:09 pm
דורך 65th
בבא מציעא דף ס
מתני׳
ולא יפחות את השער
וחכמים אומרים זכור לטוב
רש״י
ולא יפחות את השער למכור בזול מפני שמרגיל לבא אצלו ומקפח מזונות חבירו
זכור לטוב שמתוך כך אוצרי פירות מוכרים בזול



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 10:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען די רבנים נעמען זיך טאקע אונטער א פליכט להורות את העם מדות טובות און הנהגות ראויות, אין צוגאב צו פסק'נען שאלות און זיין א מוסטער פאר אן ערליכער איד, האבן זיי אפשר יא וואס אריינצורעדן. א חלק פון אויסגעהאלטענקייט איז זיך אויפפיהרן מענטשליך, און ער האלט אז מענטשליכקייט פאדערט אזא געשעפט צו אזא.

די פראבלעם איז אבער, אז נישט דאס איז זייער ארבעט. זיי חתמ'נען קו"ק'ס פאר כלל ישראל און זענען 'עומד על המשמר' ושאר כל'ערליי לאזונגען, אבער אויסלערנען מענטשליכקייט איז נישט זייער דזשאב. וועסט זיי פרעגן וועלן זיי אויך אזוי זאגן. 'מיר זענען נישט קיין משגיחים אין קעלם, אויסצולערנען מדות טובות'. אויב אזוי, פארוואס איז בינגא ווס. קארנער גראסערי יא זייער דזשאב?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:08 pm
דורך אישתישבי
מען מאכט ערגער דער ראסלאוויטש'ער רייד, ער האט סך הכל געזאגט אז דער שענסטע צדקה וואס מען קען געבן איז ווען מען קויפט ביי א היימישער גראסערי.

נישט געזאגט עס איז א חיוב, סך הכל איז עס צדקה.

קען זיך יעדער מאכען חשבונות א אין זיין באנק ביכל אויב ער האט די עקסטערע געלט צו געבען פאר זיין גראסערי מאן בדרך כבוד אדער נישט.

דער טענה וואס מאנכע שרייבען דא, כאילו אז ווייל פאר א באטעל מילך גיי איך לאקאל מוז איך אלעס קויפן לאקאל איז אבי גערעדט.

פונקט אזוי ווי דער גראסערי מאן אליין נעמט נישט דער זעלבער עלעקטריק מאן אייביג, װען ער וויל טוהן א גרויסע זאך האנדעלט ער ארום צו טרעפען די ביליגסטע, און ווען ער דארף עפעס עמערגענסי רופט ער וועמען ער קען.

אזוי איז די וועלט, יעדער טוט וואס איז די בעסטע פאר זיך, און בתוכם דער קליינע גראסערי'ס, און דער סעמי גרעסערע גראסערי. דער גאנצע שטות פין שטיצן אלע אנדערע גראסערי'ס קעגען בינגא איז א אויפגעבלאזענע איי אהן קיין האפט.

בכלל דער ענין פין א שער איז נישטא אין אמעריקע ווי קאפאטיליסטען פירען דאס לאנד און דער שער איז דער ביליגסטער וואס איינער קען געבען.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 1:29 pm
דורך וועטערבאריכט
.

אשריך בארא פארק!

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]די אקט פון אב"ד רוסלאוויץ וואלט געדארפט באשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות אין אלע היימישע צייטונגען.

מיר האבן שוין גענוג רבנים וואס זארגן פאר אונזערע ווייב'ס קליידונג, אונזערע טעכטערס פנימער, און אונזערע קינדערס סייז קאפלעך, אויך האבן מיר גענוג רבנים וואס באשיצן די שטאט פון נייע מאדעס און מאכן זיכער אז ביבי נתניהו טרעט נישט אויף תורתינו הק'.

וואס ס'האט אבער אייביג געפעלט איז א רב וואס זאל זיך פשוט זארגן פאר די וואוילזיין פון כלל ישראל, איינער וואס זאל זעהן אז א עוולה ווערט געטוהן כאטש ס'האט נישט צוטוהן מיט צניעות אדער חרדיזם, אט דאס האמיר יעצט ערלעבט, רוסלאוויצע רב, וואס כ'הייב נישט אן צו וויסן ווער ער איז האט געוויזן אז ער האט א אידיש הארץ און פירט אויס זיין פליכט זייענדיג א רב בישראל. אשריך בארא פארק![/justify]

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:16 pm
דורך ירח בן יומו
אזוי ווי אייביג. קומט [tag]וועטערבאריכט[/tag]אריין קלאר און דברים של טעם. און צו די זאך.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:37 pm
דורך כלבאשבוע
ראסלאוויצער רב זאגט א מוראדיגע נקודה, בינגאו איז דא צו באגראבן די מארקעט, קיינער האט דאס נאך קיינמאל נישט געטאן, נישט גאלדבערגס און נישט ברעדבערי זענען געקומען צו באגראבן יענעם און קיינער האט נישט קיין טענות אז איינער עפנט א געשעפט צו מאכן פרנסה, דא רעדט מען אבער פון א מאנסטער וואס וויל באגראבן יעדן, גראסעריס, האלסעילערס, הארדווער סטארס, פורים סטארס, ענד די ליסט גאוס אן

ובמחילת כבוד [tag]וועטערבאריכטער[/tag] סאיז שטארק נאאיוו זיך איינצורעדן אז בינגאו איז דא פאר די קאסטומערס, ער גראבט א גרוב פאר יעדן

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 2:40 pm
דורך ירח בן יומו
פארוואס ווען גאלדבערגס אדער אנדערע נעמען אריין פרוכט און פלייש, הייסט עס נישט אז ער זוכט צו באגראבן,
און ביי בינגאו, יא?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 4:14 pm
דורך וועטערבאריכט
.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 4:50 pm
דורך קומזיץ
ווייל גראסעריס פארקויפן שוין פרוכט די לעצטע 15 יאר , און בינגא קומט מיט א buying power וואס קיינער קען זיך נישט פארמעסטן , און ווי שוין געשריבן פריער דארף ער עס נישט פאר פרנסה ער קומט דא רייכער ווערן אויפן רוקען פון יודן וואס האבן א גראסערי פאר פרנסה , און @וועטער באריכט איך פארשטיי דיין ווייטאג ווי אזוי בארא פארק זעט אויס היינט צוטאגס אבער דעיע פראבלעם איז דא און אלע הינזיכטן ווען א שטאט איז איבערגעפילט מיט מענטשן , פארקינג , טרעפיק , מוסדות פארמאכן גאסן , כפרות ,.... יא די גראסעריס האבן זיך אויכעט מיטגעכאפט אויפן באן אבער דאס איז די מציאות און א שטאט וואס איז זיך צווואקסען אויף אזא פארנעם

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 6:14 pm
דורך אייז קריעם
געווען אמאל א קליגער יודל האט ער אזוי געזאגט:

אף הוא ראה גולגולת אחת שצפה על פני המים. אמר לה: עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ, וְסוֹף מְטִיפַיִךְ יְטוּפוּן.

Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2017 10:28 pm
דורך יעלה ויבא
IMG-20170305-WA0184.jpg


lead, follow, or get out of the way

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 4:24 pm
דורך א_געדאנג
אחרי ככלות הכל פארדינט מען גארנישט, ווייל מ'האנדלט זיך איין זאכן וואס מ'וואלט קיינמאל געקויפט! אמת די גראסערי ביי דיין קארנער וועט זיך ביקן פאר דיין באטלע מילך מיר מיזן אביסל בייגן פון זיך ווען זיי ברויכן אונז, עכ"פ פארוועם די 15-20 דאללער מאכט נישט קיין גרויסע חילוק..