דער עיקר וואס איך נעם ארויס פון דעם גאנצן אשכול איז די מאמר חז"ל "לאבות אבותינו היה זנב".



איך אויך האט געשריבן:עס איז אייביג שטוינענד ביז גאר ווי מענטשן וואס האלטן זיך פאר קלוגע און באזעסענע קענען גלייבן אזוינע שטאקיגע צואת השור און פלאפלן עס נאך איבער מיטן גאנצן ערנסטקייט.
שמערל האט געשריבן:מערקווירדיג אז דער אשכול איז שוין כמעט פיר און צוואנציג שעה אלט און [tag]הקטן[/tag] האט עס נאכנישט אפגעפרעגט..
חקרן האט געשריבן:[center]חלק ד
זענען מיר נעאנדערטאלן?[/center]
דער מענטש מיט איר שותף
מיט אן ערך פון זעכציג-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטענענט, וואו זיי האבן שטענדיג געוואוינט, אנקומענדיג קיין אייראפע. דארט האט זיי אפגעווארט אן איבראשונג, געפינענדיג דארט אנדערע סארט מענטשן, "דער נעאנדערטאל", וועלכער איז דאן געווען ברייט פארשפרייט און באזעצט איבער דעם גאנצן אייראפעאישן קאנטענענט.
דאס איז געווען אן איבראשונג פאר די מענטשן, זיך דערוויסנדיג אז זיי זענען נישט אליין אויף די וועלט. עס זענען ווירקליך פארהאן נאך מענטשן אויף דער וועלט, וואס זענען אביסל אנדערש פון זיי, טאקע אין די זעלבע פאמיליע פון דאס מענטשהייט, אבער פארט אנדערש פון זיי.
ווער זענען דאס די דאזיגע "נעאנדערטאל"? – וואו קומען זיי אן אויפן כדור הארץ?
דאס איז פארבינדן מיט א געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט מיליאנען יארן פריער!
דער ערשטער ארויסוואנדערונג
פאר צוויי-און-א-האלב-מיליאן יאר צוריק, האבן געוואוינט אויף אונזער וועלטל די פרימיטיווע זיידעס פון דאס מענטשהייט. די דאזיגע מענטשן האבן געוואוינט אין אפריקע, און זיי זענען נישט געווען די זעלבע ווי די היינטיגע 'הומו סאפיינס', זיי זענען געווען די זיידעס פון די היינטיגע מענטשהייט, אויסקוקנדיג עטוואס אנדערש און האבנדיג אנדערע נאטורן. אין די תורה'דיגע טערמינען וואלטן מיר דאס אנגערופן, אז דאס זענען געווען די מענטשן וואס האבן געלעבט, נאך איידער דער באשעפער האט אריינגעבלאזן אין זיי א רוח חיים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ויפח ה' נשמת רוח חיים, ויהי האדם לנפש חיה". מיר רעדן אצינד פון א פריעדיגע תקופה, די תקופה פון די זיידעס פון אדם הראשון, די וועלכע זענען נאכנישט געווען קיין 'רוח ממללא', און האבן נאכנישט פארמאגט דער 'נשמת רוח חיים'.
אין יענע יארן האבן מענטשן די ערשטע מאל ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטאנענט – וואו זיי האבן געלעבט ביז דעמאלס. די מענטשן האבן זיך פארשפרייט אין אזיע און אייראפע, זיך פארמערנדיג און צוגעוואוינענדיג צום ארטיגן וועטער קלימאקס און לעבנ'ס שטייגער.
אפריקע מיט אזיע זענען פארט געווען אפגעהאקט איינע פון די אנדערע, און די מענטשן פון אפריקע האבן נישט פארמאגט קיין שום פארבינדונג מיט זייערע אמאליגע ברידער וואס האבן געהאט ארויסגעוואנדערט קיין אזיע און אייראפע.
במשך מיליאנען יארן, האבן די צוויי מענטשליכע קערפערשאפטן געוואוינט איינע ווייט פון די אנדערע – דער אין אפריקע און דער אין אזיע, אייראפע, זיך אנטוויקלנדיג אנדערש איינע פון די אנדערע, געוואנדן לויט די קלימאטן אין די לענדער וואו זיי האבן געוואוינט.
אין אפריקע האט זיך אנטוויקלט דער 'הומו סאפיינס' – אונזער מענטשעלע מיט וועמען מיר זענען באקאנט, וועלכער איז שוין געווען אין עקזיסטענץ מיט איבער הונדערט-טויזנט יאר צוריק; ווידער אין אזיע האט זיך אנטוויקלט דער "נעאנדערטאל", אן אנדערע סארט מענטש וואס האט פארמאגט אנדערע נאטורן פון אונזער סארט מענטש, מיט וואס מיר זענען צוגעוואוינט. ביידע פון זיי זענען אייניקלעך פון די זעלבע זיידעס, וועלכע האבן געוואוינט אין אפריקע מיט מיליאנען יארן פריער.
דער נעאנדערטאל האבן אויסגעקוקט ענליך צו אונז, נאר אביסל נידעריגער און שטערקער מיט פיזישע כוחות. עס איז נאך ביז היינט נישט קלאר אלע איינצלהייטן איבער זייער לעבן און שאפן, עס איז נישט קלאר וויפיל זיי האבן געקענט רעדן און ווי גרינג עס איז זיי אנגעקומען דאס רעדן. מיט דעם אלעמען איז קלאר אז זיי האבן געפירט א געמיינזאמען לעבן, זיך העלפנדיג איינער דעם אנדערן און באגראבנדיג זייערע טויטע. ווי אויך האבן זיי זיך באנוצט מיט פייער און געהאט די מעגליכקייטן צו פראדוצירן כלים.
מיליאנען יארן האבן די צוויי סארט מענטשן געלעבט אין אונזער וועלטל, אן דעם וואס זיי זאלן זיך אמאל באגעגענען, און אן דעם וואס זיי זאלן בכלל וויסן איינע פון די אנדערע. דער 'הומו סאפיינס' (אונזער מענטש) האט געלעבט אין אפריקע, און דער 'נעאנדערטאל' האט געלעבט אין אזיע.
נעאנדערטאלן גייען אונטער
מיט אן ערך פון זעכציג-טויזנט יאר צוריק, האבן מענטשן ווידער ארויסגעוואנדערט פון דער אפריקאנער קאנטענענט, אנקומענדיג קיין אייראפע. דארט האט זיי אפגעווארט אן איבראשונג, געפינענדיג דארט אנדערע סארט מענטשן, "דער נעאנדערטאל", וועלכער איז שוין דאן געווען ברייט פארשפרייט און באזעצט איבער דעם גאנצן אייראפעאישן קאנטענענט.
דאס איז געווען דער ערשטע מאל וואס די צוויי סארט מענטשן האבן זיך באגעגנט.
אבער דאן געפינען מיר אן אינטערעסאנטע ערשיינונג:
פון דעמאלס וואס די צוויי סארט מענטשן האבן זיך באגעגנט, האט דער פאפולאציע פון דער נעאנדערטאל אנגעהויבן איינצושרינקען, ווערנדיג וואס אמאל ווייניגער און ווייניגער. אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז דרייסיג טויזנט יאר צוריק (נעכטן ביינאכט – אין אביאליציע טערמינען), וואס דעמאלס געפינען מיר די לעצטע שפירן פון דער נעאנדערטאל. זינט דעמאלס זענען מער קיין שום שפירן פון נעאנדערטאלן נישט פארהאן.
וואו זענען נעלם געווארן די נעאנדערטאלן? – פארוואס האבן זיי אנגעהויבן צו ווערן ווייניגער און ווייניגער, פונקט דעמאלס ווען דער אפריקאנער 'הומו סאפיינס' איז ערשינען אין איר גלילות? – וואס איז דארט געשען?
צווישן פארשער זענען פארהאן צוויי מיינונגען וואס עס האט דעמאלס פאסירט:
א. זיך אויסגעמישט:
לויט די דאזיגע טעאריע, האבן די נעאנדערטאלן אנגעהויבן לעבן אינאיינעם מיט די אנדערע מענטשן, חתונה האבן און באקומען קינדער, אזוי אז זיי האבן זיך אריינגעבלענדט צווישן די 'הומו סאפיינס' און זיי זענען געווארן איינס אין דאס זעלבע.
דאס מיינט אייגנטליך, אז די נעאנדערטאלן זענען קיינמאל נישט אונטערגעגאנגען. א גרויס חלק פון דער מענטשהייט זענען גאר אייניקלעך פון די נעאנדערטאלן, און פארמאגן אין די דזשינס נעאנדערטאלישע צעלן.
ב. זיי זענען פארטיליגט געווארן:
לויט דער דאזיגער טעאריע, איז דער נעאנדערטאל געווען גענצליך אנדערש פון דער אפריקאנער מענטש, אויף אזוי ווייט אז עס איז נישט געווען שייך צו וואוינען אינאיינעם אדער צו האבן סיי וועלכע פארבינדונגען. במשך די יארן איז דער נעאנדערטאל פארטיליגט געווארן פון דער צעוויליזאציע, פונקט אזוי ווי אנדערע בעלי-חיים וואס האבן אמאל עקזיסטירט און במשך די יארן זענען זיי פארשוואונדן געווארן פון דער וועלט.
דער ראסיסטישער טעאריע
מיינט נישט אז דאס איז אבי א שאלה. קוקט עס נישט אן ווי א פאקט אז דער נעאנדערטייל איז נעלם געווארן, און עס איז נישט קיין נפקא-מינה ווי אזוי דאס האט פאסירט.
מען רעדט דא פון א שאלה וואס הרבה גופי תורה תלויים בה. עס איז א שאלה פון ראסע. לאמיר דאס טיפער ערקלערן:
אז מיר זענען אנדערש פונעם בעל-חי, פארשטייט יעדער. אויב ס'וועט זיך מאכן א שאלה, אז מען קען ראטעווען אדער א מענטש אדער א בעל-חי, וועט יעדער פארשטיין אז דער מענטש קומט קודם, ווייל מיר זענען דאך די מענטשן און מיר דארפן זיך אננעמען פאר אונזערס א מענטש איידער מען נעמט זיך אן פאר יעדע אנדערע בריאה.
אצינד, וואס טוט זיך מיט א מאלפע קעגן א מענטש? – אויך דארט וועט יעדער איינשטימיג זיין, אז טראצדעם וואס די מאלפע האט ענליכע אייגנשאפטן צו מענטשן, איז זי פארט א בעל-חי און נישט די זעלבע פון מענטשן, און דעריבער קומט דער מענטש פריער.
און וואס טוט זיך מיט אן אפריקאנער?
ששששששש... ווי אזוי רעדסטו? – ראסיזם. ניין? – דער אפריקאנער איז דאך פונקט אזא מענטש ווי דיר... נישט אזוי?
גארנישט אזוי זיכער!
אויב זאלן מיר אננעמען, אז די נעאנדערטאלן האבן זיך אויסגעמישט מיט די הומו סאפיינס, קומט אויס אז אלע אייראפעער האבן די-ען-עי פון די נעאנדערטאלן, דאס מיינט אז די אייראפעער האבן אנדערע דזשינס פון די אפריקאנער, זיי זענען האלבע נעאנדערטאלן און אנדערש פון די אפריקאנער וואס זענען קיינמאל נישט געקומען קיין אייראפע, זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די נענאדערטאלן און פארמאגן נישט זייערע דזשינס.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז גענעטיש זענען מיר אנדערש געבויעט ווי די אפריקאנער. דאס איז א שטארקע באזע אויף ראסיסטישע מיינונגען.
ווידער אויב זאלן מיר זאגן, אז די נעאנדערטאלן האבן זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט מיט די מאדערענע מענטשן, נאר זיי זענען פארטיליגט געווארן – אויף וועלכער אופן עס זאל נאר נישט זיין, מיינט דאס אז די אייראפעער זענען פונקט די זעלבע סארט מענטשן ווי די אפריקאנער, עס איז נישט פארהאן קיין שום גענעטישע חילוק צווישן זיי.
א געזונטער ראסיסט, וועט ענדערש וועלן אננעמען אז די נעאנדערטאלן האבן זיך אויסגעמישט מיט דער הומו סאפיינס, און אלע אייראפעער זענען האלבע נעאנדערטאלן. דאס וועט אים מאכן גענעטיש אנדערש פון דער אפריקאנער, וועלכער איז געבליבן שטענדיג אין אפריקע און ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעמישט מיט די נעאנדערטאלן.
למעשה?
דא איז פארהאן א יסודות'דיגע מחלוקת, וואס וועט אויסקלאפן איבער ראסע, צי מיר זענען טאקע אנדערש פון די אפריקאנער אדער נישט. דאס איז א שאלה צי ראסיזם איז אויסגעהאלטן אדער נישט.
די יסוד המחלוקת איז אבער די נעאנדערטאלן זעלבסט. די שאלה איז צי זענען זיי ווירקליך גענצליך אונטערגעגאנגען, אדער זענען זיי דא אין דעם פארעם פון דער מאדערענער מענטש און מיר זענען אלע האלבע נעאנדערטאלן?
דער ענטפער דערויף איז פארשידנארטיג: טיילמאל קומען פארשער אויף מיט הוכחות און ראיות אז זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט דער מענטשהייט, נאר זיי זענען אונטערגעגאנגען, און טייל מאל קומען אפיר ראיות אז זיי זענען גענצליך פארטיליגט געווארן דורך דער הומו סאפיינס.
דער אמת איז לכאורה ערגעץ אינדערמיטן. דער נעאנדערטייל איז ווירקליך געווען אנדערש פון דער מאדערנער מענטש. דער מאדערנער מענטש איז נישט געווען אינטערעסירט אין דער נעאנדערטייל און נישט געקענט סובל זיין צו לעבן אין זיין סביבה. פארט האט ער געהאט א מעגליכקייט אנצוקנופן באציאונגען מיט דער נעאנדערטאל, און במקום שאין איש זענען זיי אויך גוט געווען. דא און דארט איז פארגעקומען געשלעכטליכע באציאונגען צווישן דער מענטש אין דער נעאנדערטייל, אבער נישט גענוג אז דאס זאל זיין דער נארמאלער לעבנסוועג.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דער מענטש האט זיך געשפירט נאנטער צום נעאנדערטאל ווי צום מאלפע, מיט וועמען דער מענטש זוכט אין אלגעמיין קיין שום באציאונגען. מיט דער נעאנדערטאל האט זיך געקענט מאכן באציאונגען דא און דארט.
אנדערע טעאריעס זענען פארהאן, אז עס זענען געווען באציאונגען צווישן מענטשן און נעאנדערטאלן, אבער דאס האט נישט געברענגט קיין קינדער, אדער איז געבוירן דערפון אזעלכע קינדער וואס קענען נישט געבוירן קיין קינדער, א שטייגער ווי דער מויל-אייזל וואס קומט פון א געשלעכט פון א פערד מיט אן אייזל, און ווי באקאנט קען דער מויל-אייזל נישט געבוירן קיין קינדער. עס זענען געווען אזעלכע פארשער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א מסע אפירצוזוכן אזעלכע קינדער, וואס זענען געבוירן געווארן פון ביידע מינים צוזאמען.
אזוי צי אזוי, איז מסתבר אז דער נעאנדערטאל איז נישט גענצליך אונטערגעגאנגען. אין די דזשינס פון דער מענטשהייט געפינט זיך מעגליך עפעס פון דער נעאנדערטאל, און מעגליך אז מיר זענען אלע א חלק פון דער נעאנדערטאל.
גייענדיג אויפן צווייטן מהלך, אז דער נעאנדערטאל איז גענצליך אונטערגעגאנגען און פארטיליקט געווארן, איז דאס א זאך וואס דארף אפשטעלן די מחשבה אויף א מינוט. מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך וואס עס קומט דא פאר, נעמליך אז פונקט דעמאלס וואס דער מאדערענער מענטש ערשיינט אין איר סביבה, הויבט דער נעאנטדערטאל אן איינצושרינקען, און עוועטנטואל ווערט זי נעלם פון דער וועלט.
וואס פאסירט דא אצינד?
זענען די צוויי פאקטן פארבינדן איינע מיט די אנדערע? – האט דער מענטשליכער ערשיינונג אין אייראפע, א שייכות מיט דער אונטערגאנג פון דער נעאנדערטאל?
דערויף זענען פארהאן דריי מיינונגען צווישן די פארשער:
א. דירעקט נישט! – עס איז א צופעליגע זאך, אז פונקט דעמאלס ווען דער מאדערענער מענטש איז אנגעקומען, האבן די נעאנדערטאלן אנגעהויבן אונטערצוגיין און איינשרינקען, אזוי ווי פיל בעלי-חיים וואס עס קומט צו א געוויסע פונקט ווען זיי גייען אונטער, און ביי די נעאנדערטאלן איז דאס געשען צופעליג אין די זעלבע תקופה וואס דער מאדערענער מענטש איז אנגעקומען פון אפריקע.
ב. דירעקט יא! – דער מאדערענער מענטש האט דירעקט פארטיליגט און גע'הרג'עט דער נעאנדערטאל, איר אויסראטנדיג פון דער צעוויליזאציע. א ראסן פארברעך, מעגליך די ערשטע עטנישע ראסן פארברעכן אין די היסטאריע.
ג. יא, אבער נישט דירעקט! – דער מאדערענער מענטש איז אין יענע תקופה געווען היבש מער פארגעשריטן ווי דער פרימיטיווער נעאנדערטאל, דעריבער האבן זיי אומדירעקט אריינגעשטיפט די נעאנדערטאלן אין א וואונקל.
ד. דער מאדערנער מענטש איז אנגעקומען צו א פרוכטבארע וואלד, וואו עס איז געוואקסן ניסלעך מיט יאגדעס, האבן זיי געהאט גענוג פארשטאנד ווי אזוי צו דערוואטערן די פרימיטיווע נעאנדערטאלן פון דעם ארט. דאס זעלבע האבן זיי בעסער אן עצה געגעבן מיט פאנגען חיות, אוועקנעמענדיג די חיות פון די נעאנדערטאלן. אזוי זענען די נעאנדערטאלן צוביסלעך אונטערגעגאנגען, נישט האבנדיג זייערע לעבנס באדערפענישן.
מיר קענען דאס אביסל פארשטיין, זעהענדיג ווי אזוי די אייראפער האבן איבערגענומען דעם אמעריקאנעם קאנטענענט, אריינשטיפנדיג די פרימיטיווער אינדיאנער אין זייער וואונקל. עס איז א מציאות אז דער אינדיאנער פאפולאציע האט זינט דאן אנגעהויבן צו שרינקען, הגם זי איז נישט גענצליך אונטערגעגאנגען. אבער אנדערש פון די אינדיאנער, זענען די נעאנדערטאלן געווען אנדערע סארט בריאים ווי די מענטשן, אזוי אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום פארבינדונגען, און דעריבער האבן זיי אנגעהויבן צו שרינקען ביז זיי זענען נעלם געווארן פון דער האריזאנט.
לויט די השערה פון די פארשער, האט אזוי אויסגעקוקט א נעאנדערטאל פון אמאל – מעגליך אייער זיידע...
אין א זייטיגן צוטאט:
שטעלט אייך פאר, ווען די נעאנדערטאלן וואלטן איבערגעלעבט און זיך געפינען היינט אויף די וועלט, ווי אזוי וואלט די וועלט אויסגעקוקט? – וואלט איר געטון ביזנעס מיט זיי? - וואס וואלט די תורה געזאגט אויף זיי? – האבן זיי א צלם אלוקים? – מעג מען מקבל זיין גרים פון זיי? – האבן זיי א נשמה? – זיי האבן א דין ווי א גוי אדער ווי א בעל-חי? – ווי אזוי וואלטן אויסגעקוקט די מיטל אלטער יארן, וואלטן זיי געהאט שטים רעכטן? – זיי וואלטן געמעגט דינען אין מיליטער? – ווי אזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט?
מיר זענען אזוי צוגעוואוינט, אז מיר זענען די איינציגסטע קלוגע מענטשן אויף די וועלט, אז מיר באטראכטן זיך אלס דער קרוין פון די בריאה, און אז צווישן אונז מיט די גאנצע וועלט איז פארהאן א ווייטע טיפע מהלך. מיר קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן א מציאות, אז עס זאלן זיין נאך אנדערע סארט מענטשן אויף די וועלט, אזוי ווי אונז.
ווען דארווין האט ערקלערט, אז דער מענטש איז נישט מער ווי נאך א בעל-חי וואס לעבט אויף דער וועלט, האט דאס ארויסגערופן א גערודער. ביז היינט ווילן דאס רוב מענטשן נישט אנערקענען און האלטן אז מיר זענען עפעס אנדערש. מעגליך אז טאמער וואלטן די נעאנדערטאלן געלעבט, וואלטן מיר גרינגער אנערקענט אין אזא סארט מציאות.
אפשר איז דאס די סיבה, פארוואס אונזערע זיידעס האבן נישט געקענט סובל זיין די נעאנדערטאלן, און געפינען פאר וויכטיג זיי צו פארטיליגן...
סך-הכל:
לאמיר מאכן א קורצן סך-הכל פון וואס מיר האבן גערעדט ביז אצינד.
100,000 יאר צוריק – האט שוין דער 'הומו סאפיינס' עקזיסטירט און געלעבט אין אפריקע, זיין היים לאנד.
60,000 יאר צוריק – האט דער 'הומו סאפיינס' ארויסגעוואנדערט פון אפריקע, אנקומענדיג קיין מזרח-אזיע, וואו ער האט זיך אנגעטראפן מיט דער נעאנדערטאל.
45,000 יאר צוריק – איז דער 'הומו סאפיינס' אנגעקומען קיין אייראפע.
45,000 יאר צוריק – אין דער זעלבער צייט, איז דער 'הומו סאפיינס' אנגעקומען קיין אוסטראליע, אן ארט וואס א מענטשליך פוס האט פאר דעם נאכנישט באטראטן.
15,000 יאר צוריק – איז דער 'הומו סאפיינס' די ערשטע מאל אנגעקומען קיין אמעריקע.
50,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער 'הומו סאלאאנזיס', וואס מען האט געפינען.
40,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער 'הומו דניסובא' וואס מען האט געפינען.
30,000 יאר צוריק – האט געלעבט דער לעצטער דעאנדערטאל וואס מען האט געפינען.
[center]המשך יבוא[/center]