בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 1:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נאך קיינמאל נישט שפאצירט מיט א שטריימל און בעקעטשע סיי ווי, און איך וואלט געוויילט א לינקע פארטיי, ווען אזוינס וואלט עקזיסטירט אין אמעריקא.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 1:54 pm
דורך [NAMELESS]
די דעמאלסטיגע דעמאקרעטס זענען שוין פון לאאאאנג געשטארבן און זיי זענען מגולגל געווארן אין די היינטיגע רעפאבליקאנער.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 2:03 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:די דעמאלסטיגע דעמאקרעטס זענען שוין פון לאאאאנג געשטארבן און זיי זענען מגולגל געווארן אין די היינטיגע רעפאבליקאנער. ומי שיד ושם לו בתורת הגולגולים יבין על נכון. ואין מגלין אלא לצנועים וכבוד ה' הסתר דבר (וכ"ז כתבתי רק בדרך אפשר וכו' וכו' אנס"ו).

אבי געהאקט א לאטקע!
די היינטיגע ריפובליקאנער באשטייט פון ווייסע קריסטן, עווענגעליקעלס, פויערן, רעדנעקס, פארמער, ווייסע סופרעמיסטן, און להבדיל חסידים! עפען דיך אויף די אויגן און קוק דיך אום מי ומי ההולכים! David dukes פארטיי זענען נישט די דעמקראטן!...

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
אבער וויבאלד די דעמאקראטן האבן יעדן מקרב געווען, האבן זי אויך מקרב געווען די אנטי-ישראלים למיניהם וי אויך געוויסע אנטי-סעמיטן. און פון די אנדערע זייט זענען אין לויף פון די יארן, די אידן שוין נישט געווען 'אזא' מינארעטי, און זיי זענען שוין געווארן פון ארויפגעקוקטע (שיין גערעדט), און דאס האט שוין אויך צוגעברענגט א נאנטשאפט צוווישן די אידן מיט די רעפאבליקאנער.

Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 2:27 pm
דורך גראף
@שבת אחים די אלטע דעמאקראטן זענען נישט געווען די וואס האבן זיך אן גענומען פאר אימיגראנטען און שווארצע. רוב WASP's זענען געווען דעמאקראטן און ווי באקאנט האט לינקאלן זיך געשלאגן און באפרייט די שווארצע. די פירער פון די KKK שטיצט יעצט קיעט עליסאן פאר פירער פון די דעמאקראטן. איך גיי נישט אריין וואס קיעט עליסאן איז אבער א ראיה אז זיי שטיצן טראמפ איז לא מעלה ולא מוריד. עס האט נישט מיט ריפובליקענס/דעמאקראט'ס נאר ראסיסטן איז דא איבעראל און ספעציעל די גאר לינקע ליבעראלע ווערן ווילד און אינטאלערענט צו א צווייטע מיינוג.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 2:50 pm
דורך שבת אחים
מיט וואס ווערן די לינקע ווילד? געב מיר א משל?

ווילסט רעדן וועגן די אלטע ריפובליקאנער ווס. די אלטע דעמקראטן??? קודם כל לויט דיין שרייבן זעהט מען אז דו קענסט ווייניג אמעריקאנע היסטאריע! זייער ווייניג! לאמיר אנפאנגן מיט דעם, ווייסט אז ביז ממש אפאר דורות צוריק האט א איד נישט בכלל געקענט אריינגיין אין רויטע טערעטארי? רוב ריפובליקאנער סטעיטס האבן ניטאמאל אריינגעלאזט אידן און שווארצע! פארוואס שטימען רוב שווארצע דעמקראט??? ווייל די ריפובליקאנער לינקלאן האט זיי באפרייט? טוה מיר א טובה דריי א קאפ פאר א צווייטן, די אידן וואס זענען געקומען וואוינען קיין אמעריקע זענען געגעאנגען וואוינען קיין מיסיסיפי, טעקסעס, אדער צו די לינקע ניו יארק, שיקאגוי, באסטאן, קאליפארניע????

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:10 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:אבער וויבאלד די דעמאקראטן האבן יעדן מקרב געווען, האבן זי אויך מקרב געווען די אנטי-ישראלים למיניהם וי אויך געוויסע אנטי-סעמיטן. און פון די אנדערע זייט זענען אין לויף פון די יארן, די אידן שוין נישט געווען 'אזא' מינארעטי, און זיי זענען שוין געווארן פון ארויפגעקוקטע (שיין גערעדט), און דאס האט שוין אויך צוגעברענגט א נאנטשאפט צוווישן די אידן מיט די רעפאבליקאנער.

הער אויס, די דעמקראטן זענען נישט געווארן קיין אנטיסימיטן איבערנאכט.

מיינסט אוואדי צוזאגן אנטי אקופאציע, און אנטי נתניהו?, מ׳האט שוין געהערט אזעליכטס.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
זיי זענען נישט געווען אזוי עדוקעיטעד ווי דיר צו פארשטיין די חילוק, און פון דארט פארט די באן ווייטער...

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:23 pm
דורך שבת אחים
ווידער די רעכטע זענען מוראדיג עדזשיוקעטעד! מ׳זעהט טאקע בחוש אז אלע קלוגע געלערנטע מענטשען אין אמעריקא זענען די רעכטע! קוק אן די קאלעדזשעס און סייענטיסטן אין אמעריקע! אלע פון זיי זענען ????


די חילוק פון די רעכטע און די לינקע:

.The rich and corporate America versus the poor and the working families

Clean energy versus profitable oil companies

Science versus religion

The past versus the future

Ignorance versus intelligence

Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:15 pm
דורך גראף
שבת אחים האט געשריבן:מיט וואס ווערן די לינקע ווילד? געב מיר א משל?

ווילסט רעדן וועגן די אלטע ריפובליקאנער ווס. די אלטע דעמקראטן??? קודם כל לויט דיין שרייבן זעהט מען אז דו קענסט ווייניג אמעריקאנע היסטאריע! זייער ווייניג! לאמיר אנפאנגן מיט דעם, ווייסט אז ביז ממש אפאר דורות צוריק האט א איד נישט בכלל געקענט אריינגיין אין רויטע טערעטארי? רוב ריפובליקאנער סטעיטס האבן ניטאמאל אריינגעלאזט אידן און שווארצע! פארוואס שטימען רוב שווארצע דעמקראט??? ווייל די ריפובליקאנער לינקלאן האט זיי באפרייט? טוה מיר א טובה דריי א קאפ פאר א צווייטן, די אידן וואס זענען געקומען וואוינען קיין אמעריקע זענען געגעאנגען וואוינען קיין מיסיסיפי, טעקסעס, אדער צו די לינקע ניו יארק, שיקאגוי, באסטאן, קאליפארניע????


קודם האסטו שוין געוויזען א דוגמא פון '' די לינקע ווערן ווילד. ערשט אטאקירסטע אז איך קען נישט קיין אמעריקען היסטאריע. צווייטענס שרייסטו אז אידן ביז אפאר דורות צוריק וכו' אפשר זאגסטו וויפיל יאר צוריק און וועלכע שטאטן זענען ריפובליקאנער סטעיטס.
עס איז וואויל באקאנט אז אידן האבן געהאנדלט מיט ביידע זייטן ביי דער בירגער קריג. אידן זענען געווען אל אווער טאקע אין קליינע מספר. יעצט לאמיר צוריק גיין צום נושא פון פריער.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:28 pm
דורך החוקר
מיט א הומאריסטישע בליק...
https://goo.gl/21VFqU

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:ווידער די רעכטע זענען מוראדיג עדזשיוקעטעד! מ׳זעהט טאקע בחוש אז אלע קלוגע געלערנטע מענטשען אין אמעריקא זענען די רעכטע! קוק אן די קאלעדזשעס און סייענטיסטן אין אמעריקע! אלע פון זיי זענען ????


די חילוק פון די רעכטע און די לינקע:

.The rich and corporate America versus the poor and the working families

Clean energy versus profitable oil companies

Science versus religion

The past versus the future

Ignorance versus intelligence

דו מישט צאם. איך רעד נישט דא פון די ערשטע דעמאקראטן. איך רעד פון די אלע ארימע און מינאריטעיטן וועמען די דעמאקראטן האבן מקרב געווען. ס'איז געווען אזא שטייגער אזוי ווי די תימנ'ער ווען זיי זענען ארויף קיין א"י און די ציונים האבן צוגענומען זייער קאפל און ציצית און ס"ת און מ'האט זיי אריינגעוארפן אין די חינוך ממלכתי סיסטעם און דארט זענען זיי געווארן געברעינוואשט. פונקט אזוי האבן די דעמאלסטיגע דעמאקראטן געטון צו די מינאריטעיטן פון אמעריקע און אויסלאנד ווי ס'געווען זייער גרינג זיי צו טוישן, קומענדיג פון ארימע צוריקגעבליבענע לענדער צו א לאנד וואס וואקסט גאלד . מ'האט זיי געמאכט אוועק ווארפן זייערע אלטע טראדיציעס און מ'האט זיי אריינגעשיקט און שולע ווי מ'האט דארט געמאכט א גאנצע סיסטעם וויאזוי זייערע עדוקעישען זאל זיין אויסגעשטעלט ספעציעל פאר זיי, און זייט דעמאלטס איז דאס שוין געבליבן ביי די דעמאקראטן א מנהג קדוש לדורות.

אבער די רעפאבליקאנער האבן נישט געדארפט צוקומען צודעם. זיי זענען טאקע געווען בד"כ ראסיסטיש געשטימט אבער גלערנט זענען זיי אויך געווען פון די יוגנט, און אפי' שפעטער ווען זיי האבן זיך אויך צוגעכאפט צו די דעמאקראטישע קאלעדזש סיסטעמס האבן זיי נישט געפילט אז זיי דארפן אראפ ווארפן זייערע רעליגיעס מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 5:43 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:פארוואס שטימען רוב שווארצע דעמקראט??? ווייל די ריפובליקאנער לינקלאן האט זיי באפרייט? טוה מיר א טובה דריי א קאפ פאר א צווייטן, די אידן וואס זענען געקומען וואוינען קיין אמעריקע זענען געגעאנגען וואוינען קיין מיסיסיפי, טעקסעס, אדער צו די לינקע ניו יארק, שיקאגוי, באסטאן, קאליפארניע????

שווארצע שטימען פאר די דעמאקראטן פאר די זעלבע סיבה פארוואס וויליאמסבורג שטימט פאר די דעמאקראטן. פשוט ווייל משה דוד נידערמאן און (להבדיל) אל שארפטאן הייסן אזוי! די סיבה אונטער די גאנצע זאך איז פשוט קארופציע! דעמאקראטן טוען נישט קיין טובה פאר די שווארצע מיטן געבן פאר זיי וועלפעיר און ענטייטעלמענט'ס ס'הענגט זיי נאר העכער אויפן תליה. טראמפ שרייט אז ער האט געוואונען מיט מער שווארצע ווי די רעפובליקאנער וואס זענען געלאפן אין די לעצטערע יארן.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 11:31 pm
דורך שבת אחים
הייסט עס אלע שווארצע אין אמעריקע שטימן פאר די לינקע ווייל משה דוד נידערמאן האט אזוי געהייסן, די זעלבע ווי חסידים! ממש אקאורט די זעלבע, ערלעדיגט!

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 11:40 pm
דורך שבת אחים
בן אדם האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:ווידער די רעכטע זענען מוראדיג עדזשיוקעטעד! מ׳זעהט טאקע בחוש אז אלע קלוגע געלערנטע מענטשען אין אמעריקא זענען די רעכטע! קוק אן די קאלעדזשעס און סייענטיסטן אין אמעריקע! אלע פון זיי זענען ????


די חילוק פון די רעכטע און די לינקע:

.The rich and corporate America versus the poor and the working families

Clean energy versus profitable oil companies

Science versus religion

The past versus the future

Ignorance versus intelligence

דו מישט צאם. איך רעד נישט דא פון די ערשטע דעמאקראטן. איך רעד פון די אלע ארימע און מינאריטעיטן וועמען די דעמאקראטן האבן מקרב געווען. ס'איז געווען אזא שטייגער אזוי ווי די תימנ'ער ווען זיי זענען ארויף קיין א"י און די ציונים האבן צוגענומען זייער קאפל און ציצית און ס"ת און מ'האט זיי אריינגעוארפן אין די חינוך ממלכתי סיסטעם און דארט זענען זיי געווארן געברעינוואשט. פונקט אזוי האבן די דעמאלסטיגע דעמאקראטן געטון צו די מינאריטעיטן פון אמעריקע און אויסלאנד ווי ס'געווען זייער גרינג זיי צו טוישן, קומענדיג פון ארימע צוריקגעבליבענע לענדער צו א לאנד וואס וואקסט גאלד . מ'האט זיי געמאכט אוועק ווארפן זייערע אלטע טראדיציעס און מ'האט זיי אריינגעשיקט און שולע ווי מ'האט דארט געמאכט א גאנצע סיסטעם וויאזוי זייערע עדוקעישען זאל זיין אויסגעשטעלט ספעציעל פאר זיי, און זייט דעמאלטס איז דאס שוין געבליבן ביי די דעמאקראטן א מנהג קדוש לדורות.

אבער די רעפאבליקאנער האבן נישט געדארפט צוקומען צודעם. זיי זענען טאקע געווען בד"כ ראסיסטיש געשטימט אבער גלערנט זענען זיי אויך געווען פון די יוגנט, און אפי' שפעטער ווען זיי האבן זיך אויך צוגעכאפט צו די דעמאקראטישע קאלעדזש סיסטעמס האבן זיי נישט געפילט אז זיי דארפן אראפ ווארפן זייערע רעליגיעס מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן.


איך מיש צאם?
פון ווי נעמסטו דיינע מעשיות? דיינע געשרייבאכץ דא איז פון דיינע אייגענע פאנטאזיעס!?? במלוא מובן המילה.

די דעמקראטן האבן מקריב געוועהן וועמען? ווען נישט די דעמקראטן וואוינסטו נישט יעצט אין אמעריקא! זיי מיר מסביר וויאזוי די דעמקראטן האבן געטוהן וואס דו זאגסט, האסט עפעס א מקור? די דעמקראטן האבן עפעס געשטערט איינעם שיקן זייערע קינדער אין א פרייוואטע רעליגעזע שולעס? זיי האבן בכלל אריינגערעדט אין יענעמס פרייוואטע לעבן? דו גלייכסט עס נאך צו מדינת ישראל און דו מאכסט א גאנצע פשעטעל מיט דיין גראבע פינגער געבעיסט אויף הוילע דמיונת?!.

בן אדם הער אויף צו פאנטאזירן, און הייב אן צוקוקן פשוטע טרוקענע פאקטן!

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 11:48 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:הייסט עס אלע שווארצע אין אמעריקע שטימן פאר די לינקע ווייל משה דוד נידערמאן האט אזוי געהייסן, די זעלבע ווי חסידים! ממש אקאורט די זעלבע, ערלעדיגט!

ווילאנג דו האלטסט ווי מיר איז ערלעדיגט!..

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2017 11:55 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:הייסט עס אלע שווארצע אין אמעריקע שטימן פאר די לינקע ווייל משה דוד נידערמאן האט אזוי געהייסן, די זעלבע ווי חסידים! ממש אקאורט די זעלבע, ערלעדיגט!

ווילאנג דו האלטסט ווי מיר איז ערלעדיגט!..


איך האלט נישט ווי דיר, איך האב פשוט נישט קיין נערווען זיך טעהנן וועגן דעם, ווייל סאיז שטותים מיט הבלים, נאכגעמורמלטע מקוה וואסער אן קיין שום האפט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 20, 2017 12:21 am
דורך קורקלענד
אקעי. איז נישט ערלעדיגט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:10 am
דורך כלבאשבוע
נחמן קאלער רעאגירט

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:20 am
דורך רויטע וואנצעס
ר' נחמן, האסט די זעלבע איי קיו ווי דער פרעזידענט? צום צענטן מאל, טורקס האט גאר גערעדט זייער בכבוד'יג מיט זיין הקדמה צום שאלה. קוק דעם טמנעם טעלוויזיע קליפ נאכאמאל.

Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:34 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער קאללער איז א היפאקריט!
ער איז דער וואס איז ארומגעלאפען מיט זיין מיינונג פאר וועמען צו וויילען. פלוצלונג טאר מען זיך נישט מישען?!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:39 am
דורך [NAMELESS]
ער איז שוין יארן לאנג א בעיבי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 11:40 am
דורך [NAMELESS]
/