בלאט 3 פון 4
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 7:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ניין, ער האט נישט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 10:08 pm
דורך ארי נוהם
די פאלגענדע מעשה איז אינטערסאנט נישט נאר צוליב בעלזער רב'ס חלק דערין, נאר אויך צוליב דער בעל העובדא - זיין פלומעניק, דער היינטיגער בעלזער רבי.
ביים "לעקיך און בראנפן" ביים יא"צ פון ר' אהר'לע בעלזער, כ"א אב תשע"ב האט ער דערציילט דאס פאלגענדע (איבערגעדריקט געווארן אין מחנה חרדי, גליון 1749):
דודי זי"ע נהג, כאשר הושיט ידו לשלום לילד לפני גיל הבר מצוה, היה עוטף את ידו במגבת, וכן גם נהג עמי. פעם לאחר ששהיתי בחו"ל בערך כשנה וחזרתי לפני חג הפסח לארץ הקודש, התגעגעתי בגעגועים עזים לדודי זי"ע, הלכתי להתפלל מעריב ולאחר מעריב נכנסת לקבל ברכת שלום.
דודי זי"ע לקח המגבת כהרגלו והחל לכורכה סביב לידיו הק', הייתי אז ילד קטן וחשבתי לעצמי: כבר שנה שלא ראיתי את דודי וכעת נותן לי את היד רק עם מגבת, ופרצתי בבכי.
דודי זי"ע שמע זאת, הזדעזע והסיר את המגבת, נתן לי ידו לשלום ולאחר מכן נטל ידיו.
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2017 12:37 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
דובר משרים האט געשריבן:וחלופיהן האט געשריבן:די מעשה איז עטוואס צענזורירט. דער רבי איז געווען פון דער רוזינער גזע, אפשר דער סדיגורער? ווען ער איז ארויס האט דער בעלזער רב געזאגט, היינטיגע רביס איז זייערע ראשית חכמה א צייטונג.
ס'קען זיין אז די מעשה איז געווען מיט רבי שלמה חיים מסאדיגורא - ווערד א באשרייבונג פאר זיך, ער פלעגט טאקע שרייבן מאמרים אין הצופה (ס'איז שוין צאמגענומען אין א ספר 'דברים בעתם').
דער מעשה איז געוועהן מיט דער אהלי יעקב (רבי יעקב ) פין הוסיאטין דער איידעם אין ממלא מקום פין זיין גרויסע שווער הרה''ק ר' ישראלטשע מהוסיאטין זי''ע ....
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער וואכעדיגע יתד נאמן
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20170811/335ef1e43e3d71d17ae1107e1115484e.jpg)
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20170811/7c0c12b01a3557dbe5c6336eec69e821.jpg)
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:46 pm
דורך אישתישבי
עס איז אמאהל געוועהן א קליינע טיש, און עס איז געוועהן פיל, עס איז אנגעקומען א אדם חשוב, און דער גבאי וועלענדיג אין זעצען ביים טיש, האט נישט געקענט הייסען קיינעם ספעציפיש אויפשטיין, האט ער געזאגט, מפני שיבה תקום, כלומר, מען זאל זיך אויפשטעלן פאר דעם איד, האט ר' אהרן זיך פארטיפט, און געגעבען א זאג, דאס איז אפשר לויט איין שיטה!!!
כלומר, מען דארף נישט אוועק געבן א פלאץ, מען דארף זיך נאר אביסעל אינטער הייבען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:09 pm
דורך איש חזון
אישתישבי האט געשריבן:דאס איז אפשר לויט איין שיטה!!!
ואני שמעתי: "יא ס'דא אזא שיטה''.
אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:13 pm
דורך diff
איש חזון האט געשריבן:אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).
מקור?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:37 pm
דורך איש חזון
diff האט געשריבן:איש חזון האט געשריבן:אגב, די ישראל'ישע באס קאמפעניס האלטן ווי דעי שיטה (אויב ס'טאקע דא אזאנס).
מקור?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:15 am
דורך ארי נוהם
א שיינע מעשה'לע, געדריקט אין מחנה חרדי גליון #1762 (מלבוש 'בעקיטשע', ג'):
בימות החורף בשנת תש"ח (כאשר התחוללה מלחמה בארץ ישראל), עלה הרה"ח ר' משה גראס ז"ל לראשונה מגענף לארה"ק כדי לקבל את פני קדשו של כ"ק מרן מהר"א זי"ע. בשהותו במחיצת הקודש הבחין שמרן זי"ע לובש 'בעקיטשע' משומש ומיושן שאף היו בו טלאים, ועגמה נפשו מאוד על כך בזכרו את הדר תפארת גדולתו של מרן בשבתו על כסא מלכותו בעיר בעלזא בימים כתיקונם, ועתה הגיע המצב עד כדי כך שמרן לובש 'בעקיטשע' קרוע.
הלך איפוא לקנות חתיכת בד של משי על מנת לתפור 'בעקיטשע' חדש עבור מרן זי"ע, והזמין גם חייט שיבוא למעון קדשו של מרן כדי לקחת את המידות כנהוג. כאשר סיפר הדבר למרן וביקש רשות שיבוא החייט לקחת את המידות, נשא מרן זי"ע את עיניו עליו במבט של תמיהה ואמר לו: "איך פארשטיי דיר נישט, יודיש בלוט גיסט זיך אויף די בערג, וועל איך מיך יעצט מאכן מלבושים?"
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט געהערט א מעשה.
דער בעלזער רב האט אמאל גערעדט אז מ׳גייט שוין דאווענען, און נאך דעם זיך פארזוימט אויף עפעס כדרכו בקודש. שלום פויגעל איז נערוועז געווארען, און ער איז אריין מיט די טלית און תפילין, זאגענדיג "מ׳קען שוין גייען דאווענען".
דער בעלזער רב האט איהם גע׳ענטפערט "יא, דעים עצה קען איך אויך"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 8:38 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט געהערט א מעשה.
דער בעלזער רב האט אמאל גערעדט אז מ׳גייט שוין דאווענען, און נאך דעם זיך פארזוימט אויף עפעס כדרכו בקודש. שלום פויגעל איז נערוועז געווארען, און ער איז אריין מיט די טלית און תפילין, זאגענדיג "מ׳קען שוין גייען דאווענען".
דער בעלזער רב האט איהם גע׳ענטפערט "יא, דעים עצה קען איך אויך"
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די מעשה איז געוועהן מיט ישראל קלאפהולץ וואס איז אויך געוועהן א שטיק צייט א משמש ....
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 7:37 pm
דורך ארי נוהם
דא האט איר א טוויסט, א מעשה פון ר' אהרעלע וואס ווייזט אז ער האט גאר געהאלטען פונם יפה תורה עם דרך ארץ. עס איז געדריקט געווארען אין מחנה חרדי צוויי יאר צוריק צום יארצייט פון רב ז"ל (גליון 1749). איך ברענג עס ככתבו וכלשונו:
סיפר הרה"ח ר' הערשל יערוסלב'ער ז"ל: פעם בא אחד מפליטי השואה שגר בתל אביב אצל כ"ק מרן זי"ע לתפילת מעריב יחד עם בחור אחד שלמד אצלו בעיר קראקא, והתלונן עליו שעזב את הלימוד והלך לעבוד.
הגיב מרן זי"ע ואמר: "א גלייכע זאך", והמשיך: "על מאמר חז"ל ששואלים למעלה את האדם 'קבעת עתים לתורה?' כותבים ראשונים: אז מ'דארף זיך אפרייסן פון די צייט כדי צו לערנען תורה, און חז"ל זאגן: 'טוב תורה עם דרך ארץ'..."
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:36 pm
דורך ארי נוהם
כ'האב געזען נאך צוויי שיינע מעשיות איבער דאס נארמאלקייט און געשמאקייט פון ר' אהרלע בעלזער, כ'וועל זיי אראפברענגען למען יעמדו למשמרת.
אין "בקודש פנימה" פון די באקאנטע משב"ק ר' יצחק לנדא, דערציילט ער (ח"א עמ' שי"א) וואס ער האט געהערט פון הג"ר יצחק שטיינבערג אב"ד יערסלוב און שפעטער ראב"ד יפו, אז אין שטאט יערסלוב בעפאר די קריג איז געווען א קינד וואס איז געווען גאר קראנק, און די דאקטוירים האבן געזאגט אז ס'נישטא קיין אנדערע עצה ווי אים צו געבן חזיר פלייש. הרב שטיינבערג, דער רב אין שטאט, האט געזאגט פארן טאטן אז מ'דארף אים טאקע געבן די פלייש אלס פקו"נ.
דער טאטע איז אבער נישט געווען רואיג מיטן דארפן געבן חזיר פלייש, האט ער געזאגט פארן רב אז ער וויל אויך פרעגן חוות דעת פון בעלזער רב מהר"א. הרב שטיינבערג האט אים געזאגט אז ס'קלאר אז בעלזער רב וועט אויך אזוי פסק'נען צוליב חשש פקו"נ, ער האט אבער צוגעלייגט אז ער וויל צוריק הערן וואס בעלזער רב האט אים געענטפערט.
ווען ער איז צוריקגעקומען אין שטאט, האט ער דערציילט פאר הרב שטיינבערג אז בעלזער רב האט אים עס טאקע מתיר געווען, אבער האט צוגעלייגט צום טאטן אז ער זאל נישט דערציילן פארן קינד אז ער געבט אים חזיר פלייש, ווייל ס'וועט אים שטארק צוברעכן אז ער האט אמאל געדארפט עסן אזא מאכל!
פשטות, אבער גלייכצייטיג גאונות בהבנת נפש האדם, וואס נישט דער טאטע און נישט דער רב פון שטאט האבן געטראכט דערפון.
---
די צווייטע מעשה איז געדריקט אינעם מחנה חרדי דעם יום טוב פסח עמ' 85, צווישן די זכרונות פון בילגורייער רב וואס האט פארצייכנט מה שראה בבעלזע ושמע מאחיו ר' אהרעלע. די מעשה (אות כ"ח) איז פשוט זיס און ווייזט אז בעלזער רב האט געקענט מאכן א ווערטל:
אין טשערנאביל פלעגט מען זאגן הלל מיט א ברכה, ביים באקן די מצות ערב פסח. ר' אהרעלע האט אים נאכגעזאגט בשם אביו מהרי"ד צוויי טעמים דערצו. 1) ווייל ס'שטייט אין אחרונים אז מ'מעג באשטימען א מנהג צו זאגן הלל מיט א ברכה אויף סיי וועלכע מאורע, אויב רוב שטאט איז מסכים דערצו. 2) ווייל ר' מאטעלע טשערנאבילער ובניו האבן געשפירט די זעלבע קדושה וואס די אידן האבן געשפירט ביים זאגן הלל ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ביהמ"ק אין ירושלים, און אז מ'שפירט אזא קדושה קען מען זאגן הלל מיט א ברכה.
האט ר' אהרעלע צוגעלייגט דערצו, אז דער צווייטער טעם "טאר מען נישט אויסזאגן פאר די ליטוואקעס"...
[עד כאן מרשימת בילגורייער רב].
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 5:34 am
דורך שבת אחים
געהערט אמאל א מעשה אז ס׳איז געוועהן א ״פושעי ישראל״ וועמען די בעלזער רב זצ״ל האט געהייסן די גבאים מ׳זאל אים ארויסווארפן פון ביהמ״ד. האבן אים די גבאים געזאגט ״יענער קומט שוין לאנג נישט אין שול אריין״ האט די רב געזאגט ״לאדענט אים איין צוקומען איינמאל אין שול אריין כדאי מ׳זאל אים קענען ארויסווארפן״
ס׳מאכט מעהר סענס אז סאיז געווהן ביי הרה״ק ר׳ ישכר דוב נישט ביי הרה״ק ר׳ אהרן.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:33 am
דורך זאפטיג
א איד איז געקומען צון רב ז''ל זאגנדיג (מן הסתם מיט אביסל אומבאהאלפנקייט) אז ער גייט זיין יו''ט ''ביי' די קינדער, האט אים דער רב ז''ל פאראכטן: ''מיט'' די קינדער
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 10:15 am
דורך וואלווי
ארי נוהם האט געשריבן:---
די צווייטע מעשה איז געדריקט אינעם מחנה חרדי דעם יום טוב פסח עמ' 85, צווישן די זכרונות פון בילגורייער רב וואס האט פארצייכנט מה שראה בבעלזע ושמע מאחיו ר' אהרעלע. די מעשה (אות כ"ח) איז פשוט זיס און ווייזט אז בעלזער רב האט געקענט מאכן א ווערטל:
אין טשערנאביל פלעגט מען זאגן הלל מיט א ברכה, ביים באקן די מצות ערב פסח. ר' אהרעלע האט אים נאכגעזאגט בשם אביו מהרי"ד צוויי טעמים דערצו. 1) ווייל ס'שטייט אין אחרונים אז מ'מעג באשטימען א מנהג צו זאגן הלל מיט א ברכה אויף סיי וועלכע מאורע, אויב רוב שטאט איז מסכים דערצו. 2) ווייל ר' מאטעלע טשערנאבילער ובניו האבן געשפירט די זעלבע קדושה וואס די אידן האבן געשפירט ביים זאגן הלל ביים מקריב זיין דעם קרבן פסח אין ביהמ"ק אין ירושלים, און אז מ'שפירט אזא קדושה קען מען זאגן הלל מיט א ברכה.
האט ר' אהרעלע צוגעלייגט דערצו, אז דער צווייטער טעם "טאר מען נישט אויסזאגן פאר די ליטוואקעס"...
[עד כאן מרשימת בילגורייער רב].
א"א הק', אז די ערשטער טעם טאר מען אויך נישט אויסזאגען. פאר די ציונים...
נכתב לכבוד יום ה' אייר הממשמש ובא..
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 8:17 pm
דורך ארי נוהם
הערטס א מעשה, ווען ניש כ'זע עס אויף בעלזער רב ז"ל העט'ך ווען געזאגט אז סאטמארער רב, דער בארימטער ווערטל מאכער, האט עס געזאגט. די מעשה איז געדרוקט אין מחנה חרדי, גליון 1884, קוראי ענג עמ' 27, מתוך עדות'שאפט פון יעקב פרסטר - א גבאי פון בעלזער רב ז"ל (און זיידע פון דער באקאנטער אט"ד, דאכצך):
הרה"ח ר' יוסלע קארנפעלד - טורנער ז"ל, קרא לעצמו "בזשעסטיקער רב" כדי להשתמט מהצבא הפולני.
פעם כשבא לארץ ישראל הר"ח ר' מאיר יחיאל וואלקענפעלד בנו של הרב מבזשעסטיק ז"ל, ודיברו בבית מרן זי"ע שהוא מגיע, אמר מרן זי"ע בבדיחותא:
"וואס וועט יעצט זיין? זאל דער בזשעסטיקער רב'ס זון רופן דעם בזשעסטיקער רב צו דין תורה צום יפו רב (הרה"ג ר' אברהם מהודר ז"ל), און ער וועט זיי אויסגלייכן..."
און יעך זאג אז אויב ער האט געקענט ווערטלען ווי עס דארף צו זיין, איז וואזשע מאכן פון א געשמאקע באטעמטע אידל עפעס א מאדנער מענטש?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 30, 2019 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
ארי נוהם: ווייל ער האט געהאט די אנדערע זייט אויך. ער האט געזאגט און געטון זאכן וואס ער האט געזעהן ברוח קדשו און געהאט טעמים כמוסים און..."קפידות"... וואס דער עולם האט נישט פארשטאנען...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 12:05 pm
דורך שאלתיאל
לכבוד די יארצייט, א מערקוועדיגן מעשה וואס כ'האב געהערט אויף רבי אהרן מבעלזא זי"ע וואס, לדעתי, שפיגלט אפ זיין גרויסקייט מער פון די אלע מופתים, רוח הקודש און הימלישע עניינים. כ'וועל זיך פרייען אויב איינער קען מדייק זיין דעם סיפור:
אין יענער צייט האט מען רעקרוטירט בחורים צום ארמיי און ס'געווען יענץ געשעפט זיך ארויסצודרייען. געווען איין בחור'ל וועלכע האט געגנב'ט א פאספארט פון אן בעלזע'ר יונגערמאן און זיך געוואלט באנוצן דערמיט כדי זיך ארויסצודרייען פון מיליטער. דער יונגערמאן איז געווען גענצליך פארלוירן און ער האט געוואנדן זיינע טריט צום הויז פון דעמאלט'דיגן בעלזער רבי ר' ישכר דוב זי"ע. זייענדיג דארט אין שטוב האט ער באגעגנט דעם זון רבי אהרעלע וועלכע איז שוין דעמאלט געווען באוויסט אלץ א קדוש און פרוש ,רבי אהרלע האט אים געפרעגט וואס איז ער אזוי צעקראכן און דער יונגערמאן האט דערציילט זיין פארלעגנהייט.
רבי אהרן הערט אויס און רופט ער זיך אן צום יונגערמאן בזה הלשון: '' גיי זאג דעם בחור אז אויב וועט ער דיר נישט באלד צוריקגעבן דעם פאספארט וועל איך מוזן נעמען א שריט דורך וועלכע ער וועט מוזן צוריקגעבן דעם פאספארט''. פארשטייט זיך אז דער בחור הערנדיג די שארפע ווערטער האט זיך גלייך דעשראקן און אומגעקערט דעם פאספארט צום בעלעבאס. דער אינגערמאן איז געווען נייגעריג וואס האט רבי אהרן געמיינט מיט די ווערטער ''א שריט וואס וועט צווינגן צוריקצוגעבן דעם פאספארט'' און האט געפרעגט רב אהרנ'ן וואסארא הימעלישע כוחות האט ער געהאט אין פלאן דא צו נוצן? האט רעב אהרן גענטפערט:
''וואס הייסט? זייער פשוט, איך וואלט געגאנגען צום טאטן פון דעם בחור און אים געבעטן ער זאל הייסן זיין זון צוריגעבן די גניבה, אז דער טאטע וועט הייסן וועט דער זון נישט האבן קיין בריריה און מוזן צוריקגעבן''..
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 6:59 pm
דורך טמיר
ס'איז קיוט, אבער לדעתי גייט עס אריין אין כלל פון דעם אשכול
https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t
נאכאמאל, ס'איז א זיסע "כאפ", אבער עניבאדי וואלט געקענט אויפקומען מיט דעם, איך זעה נישט קיין שום גדלות אין דעם
Re: די מענטשליכע "געשמאקע" זייט בדמותו של רבי אהרן מבעלזא זצ
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 7:04 pm
דורך טמיר
ארי נוהם האט געשריבן:די פאלגענדע מעשה איז אינטערסאנט נישט נאר צוליב בעלזער רב'ס חלק דערין, נאר אויך צוליב דער בעל העובדא - זיין פלומעניק, דער היינטיגער בעלזער רבי.
ביים "לעקיך און בראנפן" ביים יא"צ פון ר' אהר'לע בעלזער, כ"א אב תשע"ב האט ער דערציילט דאס פאלגענדע (איבערגעדריקט געווארן אין מחנה חרדי, גליון 1749):
דודי זי"ע נהג, כאשר הושיט ידו לשלום לילד לפני גיל הבר מצוה, היה עוטף את ידו במגבת, וכן גם נהג עמי. פעם לאחר ששהיתי בחו"ל בערך כשנה וחזרתי לפני חג הפסח לארץ הקודש, התגעגעתי בגעגועים עזים לדודי זי"ע, הלכתי להתפלל מעריב ולאחר מעריב נכנסת לקבל ברכת שלום.
דודי זי"ע לקח המגבת כהרגלו והחל לכורכה סביב לידיו הק', הייתי אז ילד קטן וחשבתי לעצמי: כבר שנה שלא ראיתי את דודי וכעת נותן לי את היד רק עם מגבת, ופרצתי בבכי.
דודי זי"ע שמע זאת, הזדעזע והסיר את המגבת, נתן לי ידו לשלום ולאחר מכן נטל ידיו.
וכן בזאת [emoji1]
https://r.tapatalk.com/shareLink?url=ht ... are_type=t
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2022 8:29 pm
דורך הוגה
דא האסטו די מעשה מיט אנדערע פרטים. אויך איז דא אפאר אנדערע שיינע מעשיות.
.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 19, 2022 9:03 am
דורך שאלתיאל
איך קוק עס נישט אן אלץ א 'כאפ' אדער א 'טשיקאווע פאנטש' , איך ווער נתפעל פון די תמימות און יראת שמיים אז עס איז געווען אזוי קלאר און זיכער פאר אים אז ווען א טאטע הייסט איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר פאלגען, און עס איז אים נישט איינגעפאלען אז עס פארהאן בכלל אן אנדער אפציע.