לאמיר אביסל צוריקקומען צום ענין, און מסביר זיין פארוואס איך האלט מיינע שיטות.
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו ליינען עטליכע ארטיקלען, חילוקים צווישן אמעריקע און אייראפע. מען קען נישט זאגן אז אייראפע איז הונטערשטעליג פון אמעריקע מיט כמעט קיין איין הינזיכט. אודאי נישט איבעראל איז אייניג, און זיי זענען צומאל צו ליבעראל, און ליידן טאקע דערפאר פון טעראריסטן. אבער איך רעד כלפי די קשר פון די רעגירונג צום פאלק. איך וועל מעתיק זיין פון עטליכע מקורות וואס איך האב גאנץ לעצטנס געלייענט, און איך וויל הערן וואס דער עולם האט צו זאגן דערוועגן/דערקעגן.
איך וועל מאכן א סך הכל פון עטליכע ארטיקלען, בנוגע וואו איז בעסער צו וואוינען, אין אמעריקע אדער אין אייראפע. זעלבסטפארשטענדליך אז יעדע פלאץ האט אנדערע מעלות און חסרונות, אבער כולם פה אחד איז מודה אז סך הכל איז אייראפע פיל בעסער ווי די פאראייניגטע שטאטן, און איך וועל אויסרעכענען טייל סיבות:
א. פובליק טראנספארטאציע. די וועג ווי אזוי די טראנספארטאציע איז דארט אויסגעשטעלט איז ממש א ברכה און מאכט גאנץ אייראפע ווי א קליינע שטאט. מען קען אייביג איבעראל אנקומען גרינגערהייט, דורך די באנען און באסעס. הגם געז איז טייערער דארטן, מוז מען נישט פארמאגן קיין קאר, דער לעבן איז זייער גרינג אן דעם. אויך פליען אינערהאלב אייראפע איז ביליגער ווי אין די פאראייניגטע שטאטן.
ב. ארבעט/לעבן באלאנס. עס עקזיסטירט נישט דארט אזוי דער אמעריקאנער מושג ווי "צייט איז געלט". מען האט אייגענטליך הנאה פונעם לעבן! אן ארבייטער באקומט געזעצליך יעדע יאר לכה"פ א חודש אדער מער באצאלטע וואקאציע, קימפעטארינס קענען באקומען 3-4 חדשים, די געשעפטן זענען נישט אפן 24 שעה, מען ארבעט כמעט נישט קיין אווערטיים, יעדער פארשטייט אז זמן ביזנעס לחוד וזמן לייף לחוד, און מען קען נישט מקריב זיין דאס לעבן פאר נאך אפאר טאלער. און מען פארט טאקע וואקאציאנירן אין גרויסן! דאס האט אויך א געוואלדיגע סייד-עפעקט, אז מענטשן זענען מער געדולדיגע און פריינטליכער, בעת אמעריקאנע זענען ע"פ רוב נערוועזע און שרייען און שעלטן כסדר, כידוע די אלע שמוציגע ווערטער וואס זענען מרגלא בפומייהו פון די פעכי גויים... ווי אויך זענען די אמעריקאנע מורא'דיגע באקוועם און שפירן ווי די גאנצע וועלט קומט זיך זיי, זיי וועלן קריטיקירן אנדערע ווי אימער מעגליך, מען וועט נאר זוכן צו מאכן לאוסוטס און קלאגן דאקטוירים און מאכן א גרינגע דאלער. טייל ארבייטער שרייבן אז די בעלי בתים אן אייראפע וועלן נישט אזוי גרינג "פייערן" אן ארבעטער, נאר אדורכטראכטן עטליכע מאל און פרובירן פארשידענע טאקטיקן צו האלטן די ארבייטערס פאר'ן פארשיקן, משא"כ אמעריקע האט א קולטור פון פייערן ארבעטערס צו אפט פאר יעדע קלייניגקייט.
ג. זיכערהייט. אן אריינגיין אין די לעצטיגע טעראר אטאקעס פון די פארשאלטענע טעראריסטן – ווייאלענס איז פיל ווייניגער ווי אין אמעריקע, און דער פאקט אז עס איז נישט פאראן קיין גאנס העלפט שטארק צו דערצו, בלי ספק. עס עקזיסטירט כמעט נישט די מערדעריי קולטור ווי אין אמעריקע. אייראפעאישע מענטשן אין אלגעמיין גייען ארום אויף די גאסן ביינאכט פיל רואיגער ווי אין אמעריקע, און קיינער ציטערט נישט אז א מאסן מערדער וועט אריינשפאצירן אין א קלאסרום און אויסשיסן די סטודענטן.
ד. געזונטערע עסן. נישטא דארט די פרעסעריי קולטור ווי אין אמעריקע, נישט פאראן אזויפיל fast-food געשעפטן, און אלס רעזולטאט זענען נישט פאראן אזויפיל איבערוואגיגע מענטשן. די עסן איז דארט מער נאטורליך און פריש.
ה. עדיוקאציע. דאס דארף נישט צופיל ביאור. מען באקומט עס כמעט אומזיסט אין רוב פלעצער, אדער לכה"פ פאר אסאך ביליגער ווי אמעריקע. דאס איז אויך א גרויסע גורם אז דער סטאנדארט אויף ליווינג איז פיל נידריגער און גרינגער.
ו. העלט אינשורענס. עס איז נישט קיין שלימות, אבער אזויפיל בעסער און ביליגער! מען צאלט מעגליך א דריטל די פרייז ווי אין אמעריקע, אלעס איז ביליגער, דאקטוירים, שפיטעלער, מעדיצינען, עד כדי כך אז זייער אסאך אמעריקאנער פארן קיין אייראפע ווען זיי נויטיגן זיך אין א רפואה. פילע לענדער האבן דאס גענצליך אומזיסט, ווי שפאניע וכו'. אבער כו"ע מודי אז אמעריקע האט געוויסע מעלות טראץ זייער טייערע העלט קעיר, ווי בעסערע דאקטוירים און שנעלערע וויזיטס.
ז. יוסטיץ. יעדער ווייסט אז אמעריקע האט די מערסטע ארעסטאנטן, ווי אויך די שטרענגסטע געזעצן און שווערע שטראפן. עס איז נישט קיין וואונדער אז פאליציאנטן (און די רעגירונג בכלל) זענען אזוי פארהאסט אין אמעריקע. רוב פאלק קוקט זיי אן ווי שונאים דיר צו דערגיין די יארן, נישט דיר צו העלפן און פראטעקטן, בעת אין אייראפע וועלן רוב בירגער טראסטן די פאליציי. אונטערשטע שורה, פארברעכן איז פיל ווייניגער, און פאליציי ברוטאליטעט אקעגן די בירגער איז כמעט נישט קיין מציאות (אין ענגלאנד פארמאגן נישט די פאליציאנטן קיין הייס געווער), און אויף רוב עבירות קען מען אפקומען מיט א געלט שטראף פון אפאר הונדערט יורא וכדו'. די תפיסות זענען מער מענטשליך, די פראסעקיוטערס און פאליציי לעבן נישט אויף יענעמ'ס בלוט, און אין געוויסע פלעצער (צב"ש שפאניע) אויב באקומט מען צוגעטיילט ווינציגער ווי 2 יאר תפיסה גייט מען בכלל נישט זיצן. עס הערשט מער א ליבעראלע גייסט.
ח. ווייניגער פרא-מלחמה. אייראפע זוכט נישט צו זיין פארמישט אין די וועלט, ספענדן געלט פאר מיליטערישע וואפן וכדו' צו זיין די וועלט'ס פאליציי. זיי זענען מער פארנומען מיט זיך ווי איידער מיט יענעם (פארשטייט זיך נאר כל זמן עס דראעט נישט קיין סכנה אויף די אייגענע לאנד).
אבער דאס אלעס קומט מיט די פרייז פון איין גרויסע "חסרון":
אין אייראפע איז די אינקאם טעקס פיל העכער ווי אין אמעריקע. עס איז נישט אייניג אין גאנץ אייראפע, אבער אין דורכשניט איז עס פיל העכער ווי אין אמעריקע – און נאר אזוי קענען זיי צושטעלן די סערוויסעס פאר אלע בירגער. וקצרתי מאוד.
דער שניט און סדר החיים קוקט אויס זייער ענליך ווי די דעמאקראטישע ליניע אין אמעריקע, און איך זעה דערין נאר מעלות. אמת עס איז שווער זיך צו שיידן פון די אייגענע געלטער, אבער איך האלט אז לכה"פ די ריזיגע עשירים זאלן צאלן מער, כדי די סערוויסעס אין לאנד זאלן זיין צוגעשטעלט לכל דורש ומבקש. עס איז אסאך מער שכל'דיג און יושר'דיג. איך האלט נישט פון זיין ממש סאציאליסטיש און געבן יעדן אייניג, אבער אביסעלע דארף מען שעירן מיט אנדערע. סך הכל וועט דער ארעמאן ווייטער האבן בלויז אביסעלע עסן, דאס מינימום שעלטער, בעת דער עושר קען האקן סעודות כשלמה בשעתו וויפיל ער וויל און דרייוון די טייערסטע קארס און וואוינען אין עטליכע פאלאצן און גיין וואקאציע יעדן שני וחמישי.
איך האב נאך אביסל אין בויך, כ'האב געוואלט מאריך זיין, אבער אין הפנאי אתי כעת. איך האב שוין געשריבן אויבן אז איך בין דייקא נישט מסכים מיט אלע דעמאקראטישע איידיעס, ווי די איבערגעטריבענע געזעצן און רעגולאציעס אויף ביזנעס, אדער יוניאנ'ס, און סתם דערגיין די יארן פאר איינער וואס פארדינט אביסל כשר געלט, אבער מיט רוב זאכן בין איך מער גענויגט ווי זיי.
איך וויל הערן וואס דער עולם האלט, בעיקר פון קורקלענד און אנדערע וועלכע פארטיידיגן די צד השני.