שבת אחים האט געשריבן:סאיז דא פול מיט שמועסן און פלפולים וואס דער אהבת ישראל האט געהאט מיט אנדערע רבנים, אסאך פון זיי זענען געדרוקט, סאיז באוויסט אז מ׳האט געקענט אריינגיין צו אים און אנפרעגן עני סוגיא צי א תוספות צי א מהרש״א און ער איז געוועהן אינדערהיים, פולע גדולים האבן זיך מפלפל געוועהן מיט אים אין לערנען בתוכם טאקע דער מנח״א,
אדרבה, גוט צו וויסן
שבת אחים האט געשריבן:
הייסט עס אלעס בויעסטו אויף וואס ר׳ יואליש האט געזאגט? גראדע האט ר׳ יואליש שטארק געהאלטן פונעם אהבת ישראל און אים גערופן א ״צדיק״ כיודע און ער וואלט געוועהן די ערשטע דיר צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א גדול בתורה ובחכמה און א גאון עצום! GET YOUR FACTS STRAIGHT!
כ'האב נאר גענוצט ר' יואליש אלס א משל אז יעדער האט זיך זייער אייגענע נגיעות, און אגב, אויב די מנח"א האו געהלטן פו'נם אהבת ישראל איז שוין נישט קיין גרויסע חידוש אז ר' יואליש האט געהאלטן. (און וועגן די ווישיווער רב איז באוואוסט אז ער איז געווען א גאון).
שבת אחים האט געשריבן:כווייס נישט וויפל לערנען דו קענסט, אבער הגאון הגדול ר׳ מאיר שפירא זצ״ל מגודלי ראשי ישיבת פון די פריערדיגע דור איז געוועהן אין קארלסבאד שבת פרשת דברים צוזאמען מיטן אהבת ישראל איז ער געקומען צום אהבת ישראל׳ס טיש פרייטיגס צונאכטס(וואס לשיטותך האט מען דארט גערעדט שטותים...), און פארן בענטשען (פאר די אהבת ישראל האט געזאגט תורה )האט ער געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה:
לשיטתי איז נישט געווען קיין שטותים, נאר ווייל דו האלסט אז דער סקולענער רעדט שטותים, ממילא מיינסטו אז איך האלט אז דער אהבת ישראל האט גערעדט שטותים...
שבת אחים האט געשריבן:און פארן בענטשען (פאר די אהבת ישראל האט געזאגט תורה )האט ער געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה:
״מיין הארץ גלוסט פאר תורה און איך בין געקומען צוהערן די הייליגע תורה מפי הרבי״!
ער האט געמיינט צו זאגן די שבת תורה (דברי חסידות). ער האט געוואוסט אז דער אהבת ישראל רעדט נישט קיין נגלה ביים טיש! און ר"מ שפירא האט אויך פארשטאנען צו חסידות.
שבת אחים האט געשריבן:
בן אדם טייערער האלטס אז ר׳ מאיר שפירא וואס איז געקומען נאך אלץ בחור צום אהבת ישראל׳ס טישן וואלט געזאגט אזאנס אויף סקלענער רבי???
קיינמאל נישט!
...Here we go again
#וויזניצער_אמונה