בלאט 3 פון 16

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 5:18 pm
דורך איש חזון
איש את רעהו האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:האסט געפילט פאר וויכטיג אויסצוהערן די תורה, וויייל אפשר וועסטו אים קענען כאפן ביי א ווארט וואס דו זאלסט



וועלכע תורה
דערווייל האב איך עס נאכנישט געהערט
ווי איז דא א לינק אדער געשריבן די דברי תורה

נישט עפעס עקסטער אינטערסאנט (=ענהאלט נישט קיין מחלוקת שלש''ש [קנאות בלע"ז])

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 5:20 pm
דורך איש חזון
בן אדם האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

אייגנטליך פארוואס נישט? אין די אויבנדערמאנטע צדיקים'ס צייטן האבן אויך געלעבט אזעלכע בייביס ווי די היינטיגע גאונים וקדושים, אלזא וואס איז די גרויסע קשיא?

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 5:37 pm
דורך תורה ומדע
בן אדם האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אלס פיין און וואויל, אבער וואס האט תורה דא צו טוהן? איינער האט איהם פארהערט איידער מ׳האט אינוועסטירט אין דער רויטע טעפעך?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איהר האט פארהערט דעם הייליגען רוזין׳ער אדער ר מאטעלע טשערנובלער וכהנה וכהנה.

דו גלייכסט צו דיין רבי'ן מיט זיין טעפיך צו אזעלכע גרויסע לייט???

איך גלייך נישט צו ווייל איך ווייס נישט.איך ווייס אבער פון מסורה אז די רוזינער רביס און די טשערנובלער רביס זענען געווען גרויס אפילו זיי זענען עד היום נישט קיין דוקומענטירטע תלמידי חכמים. נאר וואס דען, עס איז בע״כ פאראהן ביי חסידים, אפילו די לומדים צווישען זיי, א מושג רבי וואס דער חסיד שפירט אז ער איז איהם מקשר צום רבש״ע. און דער ענין האב איך דערשפירט נעכטען אז עס געפונט זיך נאך היינט ביי די חסידי בעלז. הלוואי וואלט איך זיך געקענט ציילען ציווישען זיי אין דעם הינזיכט.

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 8:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 8:46 pm
דורך איש את רעהו
@איש חזון שכויעח פאר די ד"ת
יעצט דערהער איך פארוואס אייכלר האט אים פארגליכן צו די עבודה וואס די כה"ג האט מקטיר געווען קטורת לפני ולפנים ביוה"כ.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2017 10:34 pm
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אורייתא קוב"ה וישראל חד הוא

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 6:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער פיין, שפירט מקושר איז דער ענין דא. וע"ז שאלתי, וואס האט עס מיט תורה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אורייתא קוב"ה וישראל חד הוא

לויט ווי ס׳קוקט אויס, איז געשטעלט געווארען א מטרה צו בארעכטיגען פארטיידיגען און גאר אויסרימען יעדער ריר וואס א פאר כבוד שמעקערס און חדר אינגלעך איז איינגעפאלען אין קאפ. ס׳איז וויכטיג פאר דער אינגעלע צו טרעטען זיין הייליגע פיס אויף א רויטע טעפעך און אז גאנץ סטאמפארד היל זאל שטורעמען פון א וויזיט פון איינעם, און דעריבער דארף מען מאכען א טאראראם. פיין און וואויל. אבער דער נעקסטע טריט איז, אז מ׳דארף זיך פארדרייען אין א פרעצעל דאס צו בארעכטיגען. פאר דעם דארף מען טרעפען נייע טייטשען פאר אלטע ווערטער, און אזוי איז אלס ערלעדיגט. אורייתא האט א נייעם טייטש, קב"ה האט א נייעם טייטש, ישראל האט א נייעם טייטש און חד הוא האט א נייעם טייטש. אלס צו פארטיידיגען קינדער שטיק פון א פאר ליידיגייערס.

וכ"ה ביי אסאך פארטייען. התקשרות לצדיקים מיינט באלאנגען צו א פארטיי. ת"ח מיינט דער וואס שטימט די בעסטע פאר׳ן פראפאגאנדא.

און דאס איז טאקע וואס איז אזוי געפערליך פון פארטייען, דאס ווערטשאפט פון שקר וואס דארף געבויט ווערען ארום דעם, וכמו שהארכתי במקומו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 8:19 am
דורך תורה ומדע
איך בין נישט מצדיק יעדער שטות און אוודאי קומט דאס מיט מיט אסאך סייד עפעקטס. אבער דא אין ק״ש, אין אן אנדערען אשכול, איז זיך א אינגערמאן מתוודה אז ער האט געזינדיגט מיט גאר א גראבע נביירע. מיין השערה איז אז טאמער וואלט ער געווען א חלק פון א פארטיי און דבוק אין א רבין, וואלט ער געקענט ענדערש עומד בנסיון זיין. וד״ל.

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 8:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, איז וואס? דער תורה גיבט אונז עצות און הדרכות וויאזוי צו פארמיידען עבירות. זוכען נייע וועגען איז מסוכנ׳דיג און קעגען תורה.
צווייטענס, דו האסט דאך נישט קיין אהנונג, נישט וואס איז געשען און נישט וואס וואלט געשען. ציען אן אויספיהר בארעכטיגען נידריגקייט דארף מען עפעס א בעסערע מקור.
דריטענס, מי נדחה מפני מי? דארף יעדער איידעלער יונגערמאן אריינפאלען אין שקר צוליעב איין אויסגעלאזענע יונג? הלעיטהו לרשע וימות, זאל ער אנגעשטעקט ווערען צוליעב זיין אייגענע החלטה, און דער ריזיגע ציבור זאל נישט פארדרייט ווערען זייער גאנצע לעבען (איך הער אז מ׳דארף אפשר עפעס ארויסהעלפען אזא איינער, אבער נישט אויף קיינעמ׳ס חשבון).

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 9:46 am
דורך תורה ומדע
די מאכסט א טעות.
דאס אחדות און געפיעל פון התקשרות צין א רבין איז נישט ניי נאר אלט זינט דער בעש״ט האט דאס מגלה געווען. און אזוי שפירען אלע חסידים המקוריים למשל סלונים, חב״ד, סטאלין, רוזין, צאנז, סאטמר בעת דער דברי יואל האט געלעבט, און נאך. דאס היט אפ א מענש פון שאול תחתית און איז בכח איהם אויף הייבען ממדרגה למדרגה אין רוחניות. אויב די פארשטייסט דאס נישט איז עס מחמת חסרון ידעה און עקספוזר צו אמתע חסידות. אויב איך וואלט געדארפט געסן וואלט איך געזאגט אז דו ביזט אויף געוואקסען אין וויליאמסבורג ווי מען האט עוקר געווען דעם דרך הבעש״ט כידוע אין חב״ד און אין נאך מקור׳תדיגע מקומות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:11 am
דורך [NAMELESS]
תורה ומדע האט געשריבן:איך בין נישט מצדיק יעדער שטות און אוודאי קומט דאס מיט מיט אסאך סייד עפעקטס. אבער דא אין ק״ש, אין אן אנדערען אשכול, איז זיך א אינגערמאן מתוודה אז ער האט געזינדיגט מיט גאר א גראבע נביירע. מיין השערה איז אז טאמער וואלט ער געווען א חלק פון א פארטיי און דבוק אין א רבין, וואלט ער געקענט ענדערש עומד בנסיון זיין. וד״ל.

וחסידות סקווירא יוכיח...

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:25 am
דורך תורה ומדע
עמעזאן, איהר זענט 100% קאררעקט. אוודאי א חסידות איז נישט דער בלענק טיקעט צום גן עדן. און עס קען גאר זיין א מקור פון השחתה און זיך ענטוויקלען צו א קולט און שטיפת מוח און עמהראצעס נוסח ניי סקווירא, טאש, אדער לב טהור ל"ע. א יעדע זאך דארף זיין געבעלנסט מיט לימוד התורה, שכל, און מסורה. האועבער, דאס בארעכטיגט נישט אפצופרעגן די נארמאלע חסידות'ן וואס האלטען עד היום זייער ציבור ערליך, תורה'דיג, מסורה'דיג, חסידיש און מענשליך אהן קיין שינעניגענס.
חסידות'ער וואס גייען אריין אין דעם קטעגאריע זענען לדעתי הקלושה:
באבוב
קרלין סטולין
צאנז נתני'
סלונים- נתיבות שלום
בעלז
באיאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:30 am
דורך תורה ומדע
וויזניץ מאנסי און ר ישרלצע פון ב"ב גייען אויך אינעם ריכטונג

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:44 am
דורך [NAMELESS]
איך בין א חסיד פון אלע רבי'ס

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:57 am
דורך [NAMELESS]
איז אין סאטמער פארהאן מער בעלי עבירה פערצענטועל ווי אין בעלזא?

וואוינענדיג אין ב''פ באמערק איך שטארק די שינוי הלבוש ביי די נשי בעלז זיי האלטן שוין באלד ערגער ווי גור, איז דאס אויך א תוצאה פון זיין אדוק ומקושר צום מענעדזשער החסידות?

פארוואס זאגסטו אז בעלז האלט אן זייער מסורה? עס איז קלאר אז די היינטיגע מנהיג האט גאר אסאך משנה געווען די ארגינעלע מסורה זייערע. דו זאגסט אז עס איז א מעלה מיז איך נישט צושטימען. למעשה איז ער אוועק פון זייער מסורה

נאך איין פראגע צו דיר @תורה ומדע לו יצויר אז די נעפיו וואלט נישט געווען אזא קדוש וטהור נאר באמת א פאץ און א לאו לייוו וואלסטו אויך פארגאבט געווארן ווי ער שפרייזט ארום צווישען קברים? און וואלסט געהאלט אז דורך זיך מקשר זיין אין עם ווערט מען באהיטן פון זינדיגען?
ענטפער נאר די ריינע אמת....

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:02 am
דורך I'm back
עמעזאן האט געשריבן:איז אין סאטמער פארהאן מער בעלי עבירה פערצענטועל ווי אין בעלזא?

וואוינענדיג אין ב''פ באמערק איך שטארק די שינוי הלבוש ביי די נשי בעלז זיי האלטן שוין באלד ערגער ווי גור, איז דאס אויך א תוצאה פון זיין אדוק ומקושר צום מענעדזשער החסידות?
ענטפער נאר די ריינע אמת....


פשיהא, ער קוקט ארום און דערקענט...

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:20 am
דורך תורה ומדע
עמעזאן האט געשריבן:איז אין סאטמער פארהאן מער בעלי עבירה פערצענטועל ווי אין בעלזא?

וואוינענדיג אין ב''פ באמערק איך שטארק די שינוי הלבוש ביי די נשי בעלז זיי האלטן שוין באלד ערגער ווי גור, איז דאס אויך א תוצאה פון זיין אדוק ומקושר צום מענעדזשער החסידות?

פארוואס זאגסטו אז בעלז האלט אן זייער מסורה? עס איז קלאר אז די היינטיגע מנהיג האט גאר אסאך משנה געווען די ארגינעלע מסורה זייערע. דו זאגסט אז עס איז א מעלה מיז איך נישט צושטימען. למעשה איז ער אוועק פון זייער מסורה

נאך איין פראגע צו דיר @תורה ומדע לו יצויר אז די נעפיו וואלט נישט געווען אזא קדוש וטהור נאר באמת א פאץ און א לאו לייוו וואלסטו אויך פארגאבט געווארן ווי ער שפרייזט ארום צווישען קברים? און וואלסט געהאלט אז דורך זיך מקשר זיין אין עם ווערט מען באהיטן פון זינדיגען?
ענטפער נאר די ריינע אמת....

סאטמר האט אנדערע מעלות וואס דעקט איבער דאס חסרון פון דביקות אין א רבין. איטס אלל עבאוט בעלנעס.
עס זענען פארהאן חסרונות אין בעלז אזוי ווי אין אללע ערטער. עס איז דא א ירידה כללית אין דער מצב הרוחני פון דער געזעלשאפט בכלל און בעלז איז ניט אימיאן פון דעם.
מסורה איז א בריאה וואס בייגט זיך מזמן לזמן און עס איז נישט גע׳עטשט אין שטיין. מנהיגי ישראל זענען ביכולת צו משנה צו זיין מסורה ובית רחל דסטמר יוכיח.
ווען דער נעפיו איז ניט ראוי לאותו איצטלא וואלט איך נישט זיך אנגענומען פאר איהם פונקט ווי איך נעם זיך נישט אהן פאר זיין שוואגער פון נוי העמסטעד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:27 am
דורך שבת אחים
תורה ומדע האט געשריבן:וויזניץ מאנסי און ר ישרלצע פון ב"ב גייען אויך אינעם ריכטונג



און וויזניץ סטעטן איילענד האסטו אויסעלאזט??? :cry: נא נא! דו גייסט כאפן פון מיר...

:lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 11:46 am
דורך [NAMELESS]
I'm back האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איז אין סאטמער פארהאן מער בעלי עבירה פערצענטועל ווי אין בעלזא?

וואוינענדיג אין ב''פ באמערק איך שטארק די שינוי הלבוש ביי די נשי בעלז זיי האלטן שוין באלד ערגער ווי גור, איז דאס אויך א תוצאה פון זיין אדוק ומקושר צום מענעדזשער החסידות?
ענטפער נאר די ריינע אמת....


פשיהא, ער קוקט ארום און דערקענט...

ס'ווייט נישט קיין סוד. די גאנצע בארא פארקער גאס איז אויף דערמיט די לעצטע תקופה!

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:15 pm
דורך סמבטיון
אזוי? גארנישט געוויסט דערוועגן, איך וואוין אין בארא פארק און איך האב גארנישט באמערקט, און איך האב אויך נישט געהערט רעדן דערוועגן

Re: בעלזא רבי קומט אויף א היסטארישע וויזיט אין לאנדאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער בעש"ט האט געהאלטען אז מ׳זאל זיך מדבק זיין אין סיי וועמען און אזוי ארום זיך באשיצען פון זונות?

דאס נאכאנאנדיגע טוישען טערמינען לויט דער נויט איז שקר. דער בעש"ט האט מחדש געווען שקר? זיך מתדבק זיין אין א צדיק האט גארנישט מיט פארטיי, גארנישט מיט משפחה נעמען און גארנישט מיט פאמפ. דאס קומט פון די גוים, און דער בעש"ט איז נישט קיין גוי געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:18 pm
דורך איסר האטלקי
איך בין אין ב"פ, איך ווייס אויך דערפון (נישט אז איך "זע" עס, ווייל אויפן גאס ווייסעך נישט ווער איז א בעלז'ע און ווער א באבובע), אבער איך הער דערפון אפט.
זיי זאגן אז די סיבה דערצו איז וויבאלד דער רבי קומט נישט אהער באזוכן, זיי שפירן זיך אפגעזונדערט.
דאס איז געווען די סיבה - לויט זיי - אז דער רבי האט מסכים געווען צו די מראות הקודש פון אלע טישן, אז מען זאל זיך שפירן נאענט צו די מקור הקדושה.