היימישע עסקנים באזוכן דעם פויפסט אין וואטיקאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שבת אחים,
ליטוואק איז מסביר איין נקודה. אז די כבוד וואס מען האט געגעבן פאר'ן פויפסט איז נישט צוליב זיין וואוילקייט אדער גוטע מדות, נאר צוליב זיין דער ראש פון א טמא'נע רעליגיע.

קיינער מאכט נישט אוועק זיינע גוטע מעשים אלס מענטש, דאס פארדינט זיכער א נאבעל פרייז, און ער וועט זיכער באקומען זיין שכר אין הימל, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי', און וועט מעגליך פאררעכנט ווערן אלס איינער פון די חסידי אומות העולם; דער התנגדות אקעגן דעם יעצטיגן באזוך איז נישט אקעגן זיין פערזענליכקייט, נאר אקעגן די כח הטומאה פון זיין שטעלע.

איי אפשר האט מען געוואלט אויפטון וויכטיגע זאכן? אבער לכה"פ דאס זינגען כי אורך ימים, הייליגע ווערטער פאר א מענטש מיט'ן שקץ תשקצנו צלם אויפן האלז, איז שוין צופיל, און איז א עוולה גדולה, און א בחינה פון מעוות לא יוכל לתקון, בפרט נאכדעם וואס ס'איז מפורסם געווארן בכל קצווי תבל.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט