בלאט 3 פון 5

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:11 am
דורך קפה נמס
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.

@שמעון וואלף,
ביטע גלייך נישט צו "פאקטן" וואס ראדני עסקנים אין אמעריקע האבן אנגעפירקלט אויף פלאקאטן צו "פאקטן" וואס די וואס לעבן דארטן זאגן... ווילסט וויסן פאקטן? הייב אויף א טעלעפאן צו א ברודער, קאזין, חבר וואס וואוינט אין א"י און פרעג אים צו ער קען בחורים וואס מ'האט געשלעפט בכפי' אין מיליטער. ס'איז אבנארמאל ווי אין די דור פון אינפארמעישאן קען מען פירן א גאנצע ציבור ביים בארד.

דיין צווייטע סברא איז במחכ"ת נאכמער מאדנע. די גרעסערע ראשי ישיבות פון פאנעוויטש, מיר, חברון, סלאבאדקע, גור, צאנז, וויזניץ, בעלז, באיאן, סלאנים זענען אלע גרייט פאר די געלט און פאנדינג פאר זייערע ישיבות צו לאזן טויזנטער חרדיש'ע בחורים פאלן אין מיליטער.... זאג נאר, אויף וועלכע איד אין אמעריקע וואלסטו געגלייבט אזא בלבול ? נאכמער, לויט'ן פלאן וועט ביז דריי יאר כמעט גארנישט בלייבן פון די גרעסערע ישיבות אויך נישט, נו, פאר וועמען וועלן זיי דעמאלטס נעמען פאנדינג ???

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:22 am
דורך קפה נמס
יעקב מענטש האט געשריבן:
WhatsApp Image 2017-06-04 at 11.07.00 AM.jpeg

איך רייב מיך די אויגן צו איך זעה גוט. ר' יענק'ל האראוויץ מיט דער נאוואמינסקער רבי זענען מעורר הג"ר דוב לאנדא מיט הג"ר דוד כהן אויף די פאקטן וואס קומט פאר אין א"י ?

מ'רעדט פון גאוני ארץ יעדער באזונדער אויף די רשימה, וואס די בריוו שרייבער קומען נישט צו לקרסולי רגליהם... ר' מלכיאל איז זיי מעורר זיך צו נעמען אין די הענט אריין !!

איך הייב הענט ! ראדני טויג ! די עסקנים וואס גייען ארום מיט די פאקטן און דאקומענטן טוען א מעסיוו דזשאב...

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:24 am
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:אבער פארוואס קומען זיי אריין אין מאה שערים, זיך צו רייצן?

זיי קומען נישט אריין. זיי און זייערע עלטערן און משפחות וואוינען דארט. חוץ מזה האט א יעדער א רעכט אריבערצוגיין אויף די גאס אומגעשטערט. די טומלערס מוזן נישט נאכשרייען און פיזיש אטאקירן. און אויב יא וועט מען זיי לערנען דרך ארץ. דאס אלעס. אונז זעהמיר אויס ווי דער קאזאק הנגזל. מ'שטעלט אן און מ'טוט זאכן שלא כהוגן. און ווען מ'כאפט צוריק שרייט מען אז ס'נישט קיין יושר...!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:28 am
דורך berlbalaguleh
א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?

און אז דו וועסט גיין אין אן איטאליענער אדער ספאנישע געגנט און מ'וועט דיך אטאקירן וועללן זיי עס בארעכטיגן אז זיי האבן פיינט אידן. און א איד וואס קומט אין זייער געגנט קומט זיך נאר רייצן. ממילא מעג מען איהם אנקלאפן די ביינער...!

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 2:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי טענה׳ן אז דער מדינה וויל מאכען אז א פרומע זעלנער איז א נארמאלע ערשיינונג, און צו דעם שרייען זיי נאך די חברה. ביי די יוגענד זאל עס נישט זיין נארמאל

איך זאג זייער מיינונג, נישט מיינס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 6:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 7:58 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
ליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:ליטוואק די ערשטע מאל די רעדסט צום זאך און די לעצטע 24 שעה!

איך דארף שוין איבעררעכענען מיינע ווערטער

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:29 am
דורך גר ותושב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ליינענדיג דער המבשר, זעי איך א נקודה וואס מ׳האט פון אונז פארהוילען.
צוליעב דער בלבול פון די לפיד יארען, האבען פיהל בחורים און יונגעלייט פארלוירען זייער מעמד אלס בני הישיבה, אי ווייל זיי זענען געבליבען צו לאנג אין חו"ל אי ווייל זיי האבען נישט געברענגט זייער פאפירען כדת. דאס איז א פראבלעם אין וואס זיי זענען מטפל, אבער אלע ׳מסובכים׳ שטאמען פון דעם און נישט פון די נייעם געזעץ און גארנישט ווערט ערגער אין דער צושטאנד פון בחורים אין א"י

בעצם די תקופת הסתגלות וואס עס שטייט אין די בריוו און די קנאים ניצן די לשון צו אויפווייזן אז בעצם וויל מען צווינגען די גאנצע עולם התורה אין מיליטער איז בעצם געניצט געווארן אויף פארקערט עס איז געניצט געווארן צו אראפ נעמען די גזירה פון לפיד מיטן טענה אז די חרדים זענען נישט צוגעוואונט דערצו און מען קען נישט פון איין מאל אויפן אנדערן זיי אריין צווינגען.

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:52 am
דורך אונטער חכם
גר ותושב האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן: ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלעןם.

וואס האט מען פון געלט אויב האט מכן נישט קיין מוסדות עס צו ניצן פאר לויט ווי די קנאים לייגן עס אראפ גייען זיך אלע ישיבות צומאכן ביז יאר 2023 איר האלט טאקע אז בעלז צאנז וויזניץ ועוד ועוד זענען גרייט צו צושפארן זייער שווער אויסגעהארוועטע ישיבת על מנעול ובריח?

דעיס איז נישט קיין גרויסע קושיא, דער בעלזער רב און הרב שטיינמאן האלטן לכאורה סייווי אז א גרויסער עולם און אפשר אפילו אז רוב עולם דארף גיין ארבעטן און זיי זענען זיכער גערעכט מיט דעם די שאלה איז צו זיי זענען גרייט אז די אלע וואס דארפן גיין ארבעטן זאלן גיין אין מיליטער.

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 10:57 am
דורך א איד
berlbalaguleh האט געשריבן:
א איד האט געשריבן:דאס איז א גוטע ענטפער פאר די פאליציי, וואס איז מיט די חרדקים? וואס זוכן זיי דארט?

און אז דו וועסט גיין אין אן איטאליענער אדער ספאנישע געגנט און מ'וועט דיך אטאקירן וועללן זיי עס בארעכטיגן אז זיי האבן פיינט אידן. און א איד וואס קומט אין זייער געגנט קומט זיך נאר רייצן. ממילא מעג מען איהם אנקלאפן די ביינער...!

דיין משל מיט די איטאליענער, ווענדט זיך אויב דער איד בלאנדזשנט בטעות אריין דארט, איז איין זאך, אויב אבער גייט ער אהין זיך צו רייצן מיט זיי, ווען איך פארשטיין די איטאליענער.
די זעלבע איז מיט די חרדקים, אויב די סיבה זיי זענען אהינגעקומען איז זיך צו רייצן, איז עד א שלעכטקייט און א רשעות פון זיי, ווען זיי וואלטן ווען סתם בטעות אריינגעבלאנדזשעט, וואלט איך בעסער פארשטאנען די פאליציי.

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:02 am
דורך אונטער חכם
קפה נמס האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:איך בין זייער שוואך אויסגעקאכט אין די גיוס סומאטוכע, אבער פון דאס ביסול וואס כ'האב יא געליינט האט מיר אנגעהויבן שווינדלן ווען יעדע צד ברענגט זייערע "פאקטן" וואס זענען סתירות צו די אנדערע צד'ס "פאקטן".
מיין השערה איז אז די מדינה ארבעט אויף א פלאן צו רעקוטירן ווי מער חרדים און איך שאץ אז זיי וועלן מצליח זיין ווייל די חרדישע געזעלשאפט איז ליידער נישט אזוי שטארק מיט אירע פרינסעפעלס ווי אמאל. ס'איז מסתבר אז די געלט וואס די מדינה טיילט פאר מוסדות האט א השפעה צו האלטן די מויל פארמאכט פאר די גרעסערע קהילה פירער זיי זאלן נישט טומלען, און אויטאמאטיש איז שווער פאר איינע פון די קלענערע מנהיגים זיך צו שטעלן אויפ'ן פראנט און פירן א מערכה וואס איז קעגן די שיטה פון די מעינסטריעם.

@שמעון וואלף,
ביטע גלייך נישט צו "פאקטן" וואס ראדני עסקנים אין אמעריקע האבן אנגעפירקלט אויף פלאקאטן צו "פאקטן" וואס די וואס לעבן דארטן זאגן... ווילסט וויסן פאקטן? הייב אויף א טעלעפאן צו א ברודער, קאזין, חבר וואס וואוינט אין א"י און פרעג אים צו ער קען בחורים וואס מ'האט געשלעפט בכפי' אין מיליטער. ס'איז אבנארמאל ווי אין די דור פון אינפארמעישאן קען מען פירן א גאנצע ציבור ביים בארד.

דיין צווייטע סברא איז במחכ"ת נאכמער מאדנע. די גרעסערע ראשי ישיבות פון פאנעוויטש, מיר, חברון, סלאבאדקע, גור, צאנז, וויזניץ, בעלז, באיאן, סלאנים זענען אלע גרייט פאר די געלט און פאנדינג פאר זייערע ישיבות צו לאזן טויזנטער חרדיש'ע בחורים פאלן אין מיליטער.... זאג נאר, אויף וועלכע איד אין אמעריקע וואלסטו געגלייבט אזא בלבול ? נאכמער, לויט'ן פלאן וועט ביז דריי יאר כמעט גארנישט בלייבן פון די גרעסערע ישיבות אויך נישט, נו, פאר וועמען וועלן זיי דעמאלטס נעמען פאנדינג ???

איך האב שוין גערעדט מיט עטליכע אידן פון ארץ ישראל עס זעהט אויס פונקט ווי דא יעדער דערציילט די פאקטן לויט וועלכער קרייז ער געהערט.

בנוגע די צווייטע טענה וויאזוי מען קען חושד זיין די ראשי ישיבות, די קנאים טענה'ן אז הרב שטיינמאן האלט פשוט אזויווי אסאך דא אין קאווע שטיבל האלטן אז רוב עולם דארף גיין אין מיליטער, און אלע אנדערע פארלאזן זיך אויף אים.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 11:50 am
דורך קפה נמס
אונטער חכם האט געשריבן:

דו האסט געהערט פון איינעם וואס קען א בחור וואס מ'האט גענומען בכפי' אין מיליטער?

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:01 pm
דורך אונטער חכם
איך האב שוין גראדע דאס אויך געהערט אבער נאר פון קנאישע עסקנים וואס איך ווייס נישט וויפיל מען קען זיי גלייבן. אבער איך האב בעיקר געמיינט צו ענטפערן אויף דעם וואס דו זאגסט אז מען קען רעדן צו סיי וועם אין ארץ ישראל, סתם מענטשן ווייסן דארט פונקט ווי דא.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 2:53 pm
דורך קפה נמס
אונטער חכם האט געשריבן:איך האב שוין גראדע דאס אויך געהערט אבער נאר פון קנאישע עסקנים וואס איך ווייס נישט וויפיל מען קען זיי גלייבן. אבער איך האב בעיקר געמיינט צו ענטפערן אויף דעם וואס דו זאגסט אז מען קען רעדן צו סיי וועם אין ארץ ישראל,סתם מענטשן ווייסן דארט פונקט ווי דא .

הייסט אזוי, ס'איז שוין דא 12,000 חרדי'שע בחורים אין מיליטער און בחורים מיט קרייזלדיגע פיאות דרייען זיך מיט מדים און קיינער ווייסט נישט דארט דערפון...
שומו שמים, אזא גזירה איז נאך קיינמאל נישט געווען...

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 4:26 pm
דורך אונטער חכם
קיינער זאגט נישט אז עס זענען דא 12000 בחורים און קיינער זאגט אויך נישט אז עס זענען נישט דא קיין חרדישע בחורים אין מיליטער. די שאלה איז נאר צו מען צווינגט טאקע אדער די אלע וואס גייען גייען מרצונם הטוב.

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 4:30 pm
דורך יעקב מענטש
אונטער חכם האט געשריבן:קיינער זאגט נישט אז עס זענען דא 12000 בחורים און קיינער זאגט אויך נישט אז עס זענען נישט דא קיין חרדישע בחורים אין מיליטער. די שאלה איז נאר צו מען צווינגט טאקע אדער די אלע וואס גייען גייען מרצונם הטוב.

אדער איז דא א דריטע מציאות, אז ס'איז דא מסיתים ומדיחים וואס זוכן איינצורוקן בחורים פון צובראכענע אדער ספרדישע שטובער, אזוי ארום נאכצוקומען די קוואטעס אין דעם זמן ההסתגלות.

קפה, איז דאס אויסגעשלאסן?

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 12:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
באקומען אין וואטסעפפ

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:16 pm
דורך מיר'ער בחור
מוצש"ק פ' נשא תשע"ז לקדם כ"ק הגאון הגדול מוהר"ר ליבוש לייזער אדמו"ר מפאשווערסק
שליט"א, רב טובט"ס

מאוד לא יונעם לי להציע הדברים דלהלן לפני הדר"ג שליט"א, כי אין בדרכי להתערב ולהיכנס לעניינים הקשורים לזולתי מבלי שנתבקשתי לכך, אך מה אעשה כי הנני מרגיש כי לא אצא ידי חובתי אם לא אציע הדברים הבאים לפני הדרתו, ואקוה כי ידונני לכף זכות ויבין לדעי.

הנה לאחרונה המצב בארה"ק במחנה החרדים גועש ורועש מאוד והכוונה לדיבורים והמעשים הקשורים לענייני גיוס בני ישיבות, אשר למעשה ראוי שיהיה שקט ולא ידברו, ולא יעשו פעולות מלחמה והתגרויות כי המצב כעת בעצמותו אין בו שינוי לרעה מאשר מקודם ואדרבא.

ומה שטוענים שיש כאלו בעיקר מעדות הספרדים שנופלים בפח הגיוס, דבר זה של נפילה בפח לא נתחדש עתה וקיים לדאבונינו כל השנים תחת שלטון הרשע והכפירה כאן ותמיד, וגם כעת משתדלים למעט ככל האפשר ולהציל הניתן להציל.

וכל הפרסומים בזה כאילו נתחדש לאחרונה כאן מצב של החמרה, ויותר מזה, בעניין הזה, אין בזה ממש, ומקורם לא ממקור טוב וטהור קא אתי, ואין צריך להאריך.

והנה בכל עיקרי הנהגה בכל עניינים אלו הקשורים להצלת בני תורה מגיוס לצבא, הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם, וממשיכי דרכם בכל זה, ומזה אין לזוז, כי הסכנה מרובה, והנודע לכל מי שנמצא כאן בארה"ק, ומי יודע מה יוכל לקרוא חלילה לכל עולם התורה בארה"ק, על ידי דרכים ופעולות חדשות שלא שערום רבותינו הנ"ל.

ואוסיף בזה כי יש המתנכלים בכל זה כנגד המוסד הנכבד הנקרא ועד הישיבות, שמנהלם וכל העסקנים שם עושים מה שביכולתם לעזור לבני הישיבות הצריכים לסייעם בנושאים אלו, ולדאבון לבנו לא תמיד יש בכולם לסייע, ובמקום לעוזרם ולסייעם מתנכלים כנגדם בכל מיני עלילות ודברי שקר וכזב שאין להם שום אחיזה במציאות.

והנני חוזר ומתנצל בפני כ"ק שליט"א, כי נכנסתי ללא רשות לרשות שאיננה שלי מבלי קבלת רשות, אבל היות ומוכר לי מוסד זה וכל מה שמסביב מצאתי לנכון לשמור על כבודו ושלמותו ואקווה כי הדר"ג ידונני לכף זכות כדרכו הטוב וכאשר באמנה איתו מאז ומתמיד.
ברוב הוקרה ויקר דושתה"ר דב לנדו

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:20 pm
דורך מיר'ער בחור

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 2:53 pm
דורך איסר האטלקי
איך גיי מיך נישט חלילה דינגען מיטן רב שליט"א, אבער איין נקודה פארשטיי איך נישט:
הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם,

זענען נישט די בריסק'ע ראש ישיבות ארויסגעקומען אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אין חו"ל?
עכ"פ הגרא"י האט אזוי געשריגן עטליכע וואכן צוריק.

Re: איז דען דא א גזירות גיוס? הא לן והא להו!

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 3:08 pm
דורך יעלה ויבא
כ'בין שוין אינגאנצן צימושט.בילד

lead, follow, or get out of the way!

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 4:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:איך גיי מיך נישט חלילה דינגען מיטן רב שליט"א, אבער איין נקודה פארשטיי איך נישט:
הננו הולכים לפי מה שהורנו רבותינו גדולי עולם, מרנן החזו"א וגאב"ד דבריסק זצ"ל, וכפי הידוע לתלמידיהם, משפחותיהם,

זענען נישט די בריסק'ע ראש ישיבות ארויסגעקומען אז מען זאל זיך צוזאמנעמען אין חו"ל?
עכ"פ הגרא"י האט אזוי געשריגן עטליכע וואכן צוריק.

הרב אברהם יהושע האלט פעסט מיט הרב שטיינמן, און איך גלויב נישט ער האט אזוי געזאגט סתם אזוי. מ'זאגט עפעס פון ר' דוד, אבער ער פארטרעט גארנישט זיין טאטע, וכידוע וד"ל. דער חזו"א, בריסקער רב און אלע מנהיגי האומה דעמאלס, האבען זיך פעסט געשטעלט קעגען גיוס בני הישיבות, נישט גיוס חרדים, נישט גיוס חסידים און נישט גיוס בוחרי אגודה, נאר אז דער געלעגענהייט זאל בלייבען פאר יעדער איינער צו בלייבען אין לערנען ווי לאנג ער וויל. מאנכע האבען ווייניג כבוד פאר לערנען, און דעריבער דינגען זיי זיך אויף דער חזו"א ודעימיה, און זיי האלטען אז 'אדער אלע גייען נישט, אדער אלע גייען יא', וע"ז קא בכינא.