בלאט 3 פון 3
ענטפער צו ידען
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:12 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:יעדעס מאל ווען סע דא נייעס וועגן א גרויסע שיסעריי הייבט זיך אן די אלטע דעבאטע פון גאן קאנטראל, אויב מע זאל יא אדער נישט איינצוימען די רעכטן פון האבן די כלי משחיתים.
די טענה אז מע זאל יא לאזן האבן געווער אן קיין חשבון איז ווייל די קאנסטיטוציע שרייבט קלאר אז מען מעג און וועגן דעם ווייל דאס איז די טייערסטע ביים אמעריקאנעם, זאגן זיי אז סע איז א רעכט וואס מען טאר בשום טופן נישט אוועקנעמען.
די טענה אז מען דארף עס איינצוימען איז ווייל די קאנסטיטוציע רעד פון מיליציעס אז זיי קענען זיך באוואפענען.
אזוי שלאגט מען זיך ארום כסדר און די לאבי פון די nra איז אזוי שטארק אז זיי קנאקען אוועק אלע וואס ווילן עס איינצוימען, און דערווייל ווערן נאך און נאך מענטשן געהארגעט.
וואס האלט דער עולם, זאל מען לאזן געווער ביים היימישען עולם אדער נישט?

זיי (די ען.אר.עי) .לערנען פאלש פשט אין דעם צווייטן אמענדמענט פון די קאנסטיטושן. ס'שטייט דארט אז כדי צו פארמירן א מילישיא זאל די רעכט פון די בירגער צו האלטן געווער נישט באשרענקט ווערן. וואס דער תכלית פון דעם איז אז מען זאל זיך קענען באשיצן אקעגן רויבער.זאגן זיי אז יעדער איינציגער בירגער האט א רעכט צו טראגן געווער. די גאן קאנטראל אדוואקאטן אבער, טענה'ן אז ס'איז שוין דא א מילישיא. די שטאטישע און סטעיט פאליס, וואס זייער תפקיד איז צו שיצן די באפעלקערונג. ...
ענטפער צו אייגנארטיג
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:32 pm
דורך berlbalaguleh
אייגענארטיג האט געשריבן:אך און וויי אויב די חרידים באוואפענען זיך מיט געווער!!!!!!!!!!!!!!!!
קען זיך עמיצער פארשטעלען ווי אזוי די שמח"ת ס"ה און ראדני וואלט אויסגעקוקט ?
נעווער מיינד שמחת תורה אין ראדני. ביי א טעגליכן שיעור אין היימישן ביהמ"ד. אויב איינער וועט זיך קריגן מיט'ן חבר איבער פשט אין א תוספות, וועט ער ארויסציען א גאן און שיסן.
ענטפער צו שמואל הלוי
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:03 am
דורך berlbalaguleh
במחילת כבוד תורתך הרמה. אבער דער יונגערמאן דער בעל מספר המעשה האט גאר א רייכע פאנטאזיע. אפילו אין פוטין'ס רוסלאנד טוט מען נישט אזעלכע זאכן כש"כ אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. אויב איינער קוקט נאר, און ער טוט נישט קיין פעולות למעשה, וועט די עף.בי.איי. איהם נישט קומען באזוכן. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון א אידישן לויער, א שומתומ"צ וואס איז געווארן ארעסטירט און האט פארלוירן זיין לייסנס לעולם דוד. איבער א משפחה סכסוך וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן און ער האט געהאלטן אז יענעמ'ס שווער האט עס אונטערגעשטעלט ווייל ער האט מעכב געווען א גט. האט ער לכאורה געדונגען א "רויבער" וואס זאל שיסן זיין ברודער'ס שווער. אבער יענער איז געווען אן עף.בי.איי.עידזשענט און מען האט אים אפגעטעיפט און ארעסטירט. אזוי זאגט ער. אבער לפענ"ד האט ער געטון א סאך מער ווי "גערעדט". מסתמא האט ער געגעבן א דעפאזיט אויך פאר'ן "רויבער". עכ"פ פאר "רעדן" אליין וואלט מען איהם נישט ארעסטירט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:28 am
דורך גוטזאגער
איך פארשטיי אז די ען. אר. עי. זאל האבען טענות וואס זיי זאלען זיך בארעכטיגען אבער לו יהא אז זיי זאלען האבען גערעכטע טענות אבער צו וואס דארפען זיי שטערן צו מאכען געזעצן וואס זאל האלטען דאס לאנד אביסעל מער זיכערער פון גאן קרימינאלען א ביישפיל אז מען האט געוואלט מאכען א געזעץ אז יעדע רעוואלווער זאל אריינקריצען בשעת ווען עסשיסט ארויס די בולעט א געוויסע סימן און יעדער וואס קויפט א גאן זאל רעגעגסטרירען די סימן פון זיין גאן אזוי וועט זיין גרינגער פאר די פאליציי צו נאכיאגען דעם פאברעכער און די ען. אר. עי. האט פארפירט דערקעגן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:33 am
דורך שמואל הלוי
berlbalaguleh האט געשריבן:במחילת כבוד תורתך הרמה. אבער דער יונגערמאן דער בעל מספר המעשה האט גאר א רייכע פאנטאזיע. אפילו אין פוטין'ס רוסלאנד טוט מען נישט אזעלכע זאכן כש"כ אין די יונייטעד סטעיטס אף אמעריקא. אויב איינער קוקט נאר, און ער טוט נישט קיין פעולות למעשה, וועט די עף.בי.איי. איהם נישט קומען באזוכן. איך ווייס פון אן ענליכע מעשה פון א אידישן לויער, א שומתומ"צ וואס איז געווארן ארעסטירט און האט פארלוירן זיין לייסנס לעולם דוד. איבער א משפחה סכסוך וואס זיין ברודער איז געשאסן געווארן און ער האט געהאלטן אז יענעמ'ס שווער האט עס אונטערגעשטעלט ווייל ער האט מעכב געווען א גט. האט ער לכאורה געדונגען א "רויבער" וואס זאל שיסן זיין ברודער'ס שווער. אבער יענער איז געווען אן עף.בי.איי.עידזשענט און מען האט אים אפגעטעיפט און ארעסטירט. אזוי זאגט ער. אבער לפענ"ד האט ער געטון א סאך מער ווי "גערעדט". מסתמא האט ער געגעבן א דעפאזיט אויך פאר'ן "רויבער". עכ"פ פאר "רעדן" אליין וואלט מען איהם נישט ארעסטירט.
איך האב עס שוין געשריבן עטליכע מאל, און איך וועל עס נאכאמאל שרייבן: איך האב געשריבן די מעשה מיט א "שם המפורש" פון וועם איך האב עס געהערט, און אלעס וואס דו ווילסט פארשטיין אין די מעשה, קענסטו אנרופן יענעם (זיין טעלעפאן נומער איז געדרוקט אינעם טעלעפאן בוך) און אים אנפרעגן פערזענליך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:44 am
דורך ידען
ביי די קאנעטיקעט מעשה האט איינער געטוישט זיין מיינונג?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:20 pm
דורך יידל
זעט נישט אויס אזוי. ליין משולם טענענבוים'ס ארטיקל
viewtopic.php?f=4&t=2570
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
נוי יארק האט געשריבן:אייגענארטיג האט געשריבן:אך און וויי אויב די חרידים באוואפענען זיך מיט געווער!!!!!!!!!!!!!!!!
קען זיך עמיצער פארשטעלען ווי אזוי די שמח"ת ס"ה און ראדני וואלט אויסגעקוקט ?
עס איז א גוטע וויץ, איך וואלט אפילו געגעבען א לייק דערצו, אבער מען האט דאך געפענט צימעס פאר א סיבה.
ניין, עס איז נישט קיין וויץ!
מען בארימט זיך ביי אונז אייביג אז עס איז נישטא ביי אונז קיין רציחה, ברוך השם. אבער, עס איז קלאר אז דאס אז עס זענען נישטא קיין גאנס איז א גרויסע קרעדיט. אוודאי, איך און די, חברי קאווע שטיבל, און אפילו חברי איי-וועלט.... (חברי איי-וועלט אויך? יא, אפילו חברי איי-וועלט) וואלטן נישט געשאסן אפילו ווען מיר האבן געווער, אבער יעדער איינער פון אונז קען טראכטן פון א געוויסן מענטש וועמען מען וואלט נישט געטרויעט מיט א ביקס. א מר נפש אדער א בריון, א פסיכא-פעט אדער א שיכור וכדומה. עס איז דא ביי אונז ווייעלענס, דאמעסטיק ווייאלענס און שאר ירקות, און דאס נישט האב ביקסן איז די סיבה אז רציחה איז זעלטן.
קענען מיר נישט חלומען פון א שיסעריי אין די בעיסמענט פון שומרי שבת? א גאפל-שטעכעריי מאכט זיך, ווייל גאפלעך איז די נאנטסטע וואפן ; קענען מיר נישט חלום'ען פון א טרויעריגע געשיכטע אין א היימישע שטוב ווי איינער כאפט א בראך און שלעפט ארויס דאס ביקסל פון איר האלטער און זייט אן א חורבן?
און מה שנוגע די הקפות: קענט איר זיך נישט פארשטעלן יענעם ...( וועמען, אקעי, כ'על נישט שרייבן, דא איז נישט צימעס, זאל איך שרייבן זיין ניק אין "היידפארק"? עה, כ'על גארנישט שרייבן) ארויסנעמען זיין ביקס - אנשטאט א פייער עקסטינגוויטשער - און שיסן אין די לופט... אדער קענט איר נישט חלומען פון א בריון מראשי העסקנים והשתדלנים אנכאפן עפעס א ראש המוסרים אדער קשר בוגדים מיט א גאן נעבן די גענאק און ארויספירן פון שול. איך יא!
אלזא, לאמיר האפן אז יאסי געשטעטנער וועט אונז נישט אויפקלערן די גודל נחיצות העניין פון ערפילן די אמעריקאנער דריעם פון גאנס, ווייל אויב יא וועלן מיר טוישן האנדע-אדעסיס מיט טאנקען, און איך וועל זיך מוזן קליידן ווי יאנקי עסטרייכער אין סאנטא קרוז.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:37 pm
דורך אוהב דעת
אי זע נישט וואס סאיז די big deal איך האב ביי מיר אינדערהיים א rifle איך ווייס נאך מענטשען וואס האבען , פארשטייט זיך סאיז פארמאכט מיט א שלאס , אבער איך גיי גאנץ אפט צו א shooting range סאיז אסאך פאן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:53 am
דורך משולם טענענבוים
אין די קומענדע מינוטען גייט זיך אנהייבען די נעשענעל רייפעל אסאסיעישען'ס [NRA] אין רעאקציע צי די סענדי האק שיסעריי,
מיטציהאלטען לעבעדיג:
http://home.nra.org/#/nraorg
נשלח: מיטוואך יאנואר 23, 2013 1:49 am
דורך משולם טענענבוים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Yx4xjxmPwQo[/youtube]
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:39 am
דורך זר זהב
א 5 יעריגס קינד האט געשאסן זיין 2 יעריג שוועסטער צום טויט מיט א רייפל וואס ער האט באקומען פאר א מתנה
http://www.freep.com/article/20130501/N ... rifle-gift
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:44 pm
דורך משולם טענענבוים
א זייער גוטע ווידיאו וועגען גאן קאנטראל,
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PTmNVi5S-_4[/youtube]
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 2:38 am
דורך יואב
טעד נודזשענטס, א בארימטער גיטאר שפילער, און אויסגעשפראכענער אקטיוויסט פאר גאן רעכטן, אין א היציגע דעבאטע מיט דעם נערווען קריכענדע פיערס מארגען פון סי ען ען.
ער פארדיידיגט גאן רעכט גאנץ גוט, כ'מיין כלפי די צד וואס זענען פאר דעם,נישט אז איך נעם א זייט דא.
זעה דא
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:57 pm
דורך חזקיהו המלך
דיסקלעימער: איך האב נישט געמאכט דעם בילד,

נשלח: זונטאג פעברואר 01, 2015 10:28 am
דורך שמעקעדיג
אין די נייעס לייען איך יעצט אז א 3 יעריג קינד האט געפינען א גאן אין די מאמעס פאקעט בוק וויילענדיג א האטעל, דאס קליין קינד האט געשאסן דעם אייגענעם טאטן און אויך פארוואונדעט די מאמע וועלכע ווארט א קינד אינעם אכטן חודש, עס איז נישט קלאר די מצב מיטן רך שאינו נולד. די עלטערן זענען ארויס פון שפיטאל נאכן באהאנדלט ווערן.
ה' ישמר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 2:36 pm
דורך ציגרעטל
זר זהב האט געשריבן:וואו זענען גאנס פארבאטן און ס'דא גאנס?
MAXICO! DUH!!
נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 7:22 pm
דורך איך אויך
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 12:22 am
דורך petergrifin
כל הכבוד. אבער װאס איז דער אבסעשען מיט טראגען א ביקס אויף זיך אלעמאל און איבעראל?
איך װײס װעגן גאן רײטס און די סעקאנד אמענדמענט, אבער צו װאס דארף מען זײן פארנומען מיט דעם טאג און נאכט? איך גלײב נישט אז ס׳איז דא אסאך קרײם דארט. ס'ארא משוגעת.
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 8:34 am
דורך ציגרעטל
petergrifin האט געשריבן:כל הכבוד. אבער װאס איז דער אבסעשען מיט טראגען א ביקס אויף זיך אלעמאל און איבעראל?
איך װײס װעגן גאן רײטס און די סעקאנד אמענדמענט, אבער צו װאס דארף מען זײן פארנומען מיט דעם טאג און נאכט? איך גלײב נישט אז ס׳איז דא אסאך קרײם דארט. ס'ארא משוגעת.
הוא אשר דיברנו! וועלעכער קרימינאל איז גענוג סטופיד צו בארויבן א באוואפענטער קוה יונגל???
נשלח: זונטאג אקטאבער 04, 2015 2:11 pm
דורך יודישע שרייבער
ארויפגעברענגט לכבוד די לעצטע געשעעניש׃
"10 טויט 20 פארוואנדעט אין ארעגאן שיסעריי"viewtopic.php?f=3&t=9657