נוטראלע בליק פון (פרעמדע) באטייליגטע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:וואס שפילט מען דא תם???!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' אהרן אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!
הטרם תדע אז שוין פאר 17 יאר ל"ע
באיקאטירט ר' זלמן לייב אלע שמחות פון 3 זיינע געשוויסטער!!!!!

איז דאס יא נארמאל?
האט דאס יא א הסבר?
רבונא דעלמא כולא!! זיבצן יאר??
קיין איין איינציגער שמחה?
אייגענע ברודער און שוועסטער!!
קיין חתונה, בר מצוה, ברית גארנישט,
לא עלינו ולא עליכם
קלערט דען איינער אז דאס איז ווייל זיי פארגינען זיך נישט איינעם דעם אנדערן שמחות
ס'נעבעך אזוי געווארן די אומשטענדן אז אלס פראקטישקייט איז דאס אזוי געווארן,
איך בין בטוח אז ביידע ברודער בלוטיגן איבער דעם,
האט מען נאך דא גרויסע קשיות עצומות פארוואס ר' אהרן איז נישט געקומען צו עפעס א אסיפה ווי דער ברודער איז דער מחותן, נישט נאר מחותן נאר דאס איז פארוואנדעלט געווארן און א פאליטשע חאזעריי געציעלט צו טריצן קעגן איהם פערזענליך
וואס ווילט עטס ר' אהרן זאל טאן נעקסט? אנטון הערנער?


קודם כל, וועלקאם בעק הרב גאלד, ס'האט זיך געבענקט דא פאר א נארמאלע ארוני, וואס זאל נישט פירקלען מיט קיין דעמעגאגישע קינדערישקייט, אין רעדן דברים של טעם מיט א רואיגקייט כדרכך.

כלפי דיין פאונט אז ר' אהרן קען נישט קומען צו קיין אווענט ווי רז"ל איז הויפט מחותן, ס'איז געווען בידיו אין איין מינוט צו מאכן די נאכט פאר א נאטראלע נישט זאלי פאליטישע עווענט, מ'איז אים גרייט געווען נאכצוגעבן די אלע פאליטישע סימבאלישע זאכן, אין ביידע רבי'ס וואלטן געזעצן דארט ווי די זעלבע מחותנים​!

די גרעסטע ראי' אז ס'קען ארבעטן, אין ס'איז נישט דומה צי קיין שמחות אין ס'קומט נישט אריין דא די זיבעצן יאר פריוואטע משפחה מחלוקה איז, ווייל מ'האט עס שוין געטוהן! בלוי צוויי יאר צוריק איז מהרז"ל געזעצן ביי א כינוס וואס איז געפירט געווארן דורך זיין ברודער אין זיינע צייטונגען און פארטיי האבן אים געגעבן אויסשליסליכע קרעדיט פאר די הצלחה, אין נאך אלץ איז די ברודער דארט שיין געזעצן אין ס'איז דורך אן קיין מכשולות .מ

מהר''א האט נישט געבעטן קיין אסיפות רבנים אין קיין ערנסטע אחראים א וואך פארן כינוס, ער האט עס געבעטן ל''ג בעומר, קודם האט מען געזאגט אז מ'גייט עס מאכען ביי סקולען אין נאכדעם האט מען פשוט איגנארירט אין די לעצטע מיניט נאכען זיך צוקריגען מיט קאטלער האט מען שנעל געשיקט צו מהר''א אין אפילו דעמאלטס איז הרב וויינבערגער צירוקגעקומען אז מ'קען גארנישט טוישן, אפילו נישט אריינשטעלן קיין אחראי (אגב, דאס אפשטופן איז געקומען מטעם ר' יעקב האראוויץ אין מיט דעם וואלט מען זיך געקענט אויספייטן) משא''כ ביי מהר''א'ס פראטעסט האט האט מען אלעס נאכגעבן פאר מהרז''ל אין ביז ר' יעקב האראוויץ האט אים נישט באוואשען האט ער קלאר געזאגט אז ער קומט נישט ווי די באקאנטע מעסעזש וואס זיי האבען דעמאלטס ארויסגעשיקט
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

תמים האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:צווייטנס
ער האט קיינמאל נישט פארלאנגט קיין פאליטישע סימבאלישע זאכן
ער האט נאר פארלאנגט צו מאכן א אסיפה און אפשטיפן

מווייס מיר דאך דאס

ווי נאר ער האט דאס פארלאנגט איז עס שוין געווארן א טריץ צו דוקא נישט אפשטיפן ווייל אהרן האט געזאגט. פון דארט איז עס שוין ארויס אינגאצן אוט אוו קאנטראל.


ס'איז נאריש מדמה צו זיין צו יענע יארן, מהרזל האט עס נישט געמאכט, עס איז געווען סך היציגערע צייטן און ס'איז געווען גערופען ביי התאחדות. בכלל נישט קיין דמיון קיינער האלט נישט אז איינער וואלט געשריגען אויף די אנדערע רבי אין די היינטיגע אומשטענדן.


אין בנוגע אפשטיפען ס'איז זייער נאריש אפילו אויפצוברענגען כאילו מ'רעדט דא פון עפעס א קליינע תנאי, שטעל דיך פאר רזל פארלאנגט דאס ביי די פאריגע פראטעסט, היעלה על הדעת? פארגעס פון די רבבות וואס עס קאסט אפ, שטיפסט עס אפ, אין נאכדעם העסטו אפמאכן צו די האלטסט בכלל ביים קומען, אין מען האלט צוריק ביי אלף? ווי נאריש דארף מען זיין עס צי נעמען ערענסט. .

דאס איז חוץ די נקודה אז די כינוס איז שוין איינמאל אפגעשטופט געווארן אין ס'איז א פורים נאכאמאל עס צו טוהן..

אויב וואלט ווען אלעס זיך באמת געוואנדען אין א אסיפת הרבנים וואלט עס ווען נישט געדארפט צושטאנד קומען דוקא א טאג נאך די באשטימטע דעיט. והדבר פשוט הוא עס למאוד.

צו ער האט טאקע געדארפט קומען, אין צו די גאנצע כינוס האט א פשט? דאס איז א שאלה פאר זיך. אבער די נאנסענס אז ער האט פשוט געבעטן א קליינע תנאי אין מען האט אים עס נישט געהאלטן ביים נאכגעבן, איז פון די שוואכסטע ספינס מבית מדרשו פון צאנז קארט וואס כ'האב נאר מיטגעהאלטן...
מהרז''ל האט עס טאקע נישט געמאכט נאר יצחק שטערן האט עס געמאכט, יעצט פרעג דיך נאך ביי ''נייטראלע'' צו מ'קען דעם איד געטרויען, פרעג ר' מ' קאטלער פארוואס ער האט זיך ציקריגט מיט אין געזעהן אין מ'קען מיט אים נישט ארבייטן, יעצט בנוגע דאס אפשטופן, פארוואס פראדענשאל האט מען געקענט אפשטופן טראץ וואס ס'האט געקאסט רבבות אין דא נישט? נישט די געלט איז געווען א אישו ביים אפשטופן כידוע, יצחק שטערן האט ס''ה געוואלט מהר''א זאל קומען אנפולען זיין סטאדיום אן קיין שום אחריות אין אריינישפילן אין זיין פאליטיק שפיהל, אין נאכדעם שרייט מען היתכן ער איז נישט געקומען..
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: א ווילדע אטאקע אויף א מנהיג בישראל
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

וויפיל נייע חטאים מ'גייט יעצט באשאפען נייטראלערהייט אויף מהר''א אלעס וועגן די כינוס...
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

איש את רעהו האט געשריבן:
משתתף ב'בארקלעי'ס האט געשריבן:שלום לך ידידי היקר מו''ר המכונה ''איש את רעהו'',


לכתחילה האב איך געטראכט נישט צו גיין, זעענדיג ווי נאר איין קהילה גייט, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא צו גיין, היות יעדער מענטש מאכט א חילוק.
אנדערש ווי ביי אנדערע כינוסים און פראטעסטן,אט מען אנגעזען אן ערענסטקייט ביי יעדער וואס האט געשפאנט אינעם ריכטונג פון די סטעדיום. אנקומענדיג בין איך גלייך צוגעגאנגן צו מיין זיץ. עס איז אומבאשרייבליך ווי ערענסט איך האב געפילט. איך האב געזען ווי אפילו בחורימ'לעך זיצן מיט א ערענסטע פנים, ווייזענדיג אז אונז זעמיר דא זיך אנצונעמען פאר אונזערע ברודער אין ארץ ישראל.

דער ערשטע האט צוגעטרויטן צום מייק רבי שלמה אליעזר זז''ג. עס איז ניכר געווען די צער אין זיין ווערטער, ארויסברענגענדיג קורץ און שארף וואס די מטרה איז. הערשט ווען רבי אנשיל אשכנזי האט אנגעהויבן רעדן האב איך אויסגעבראכן אין א הילכיגן געוויין. ס'האט באנומען אלע מיינע גלידער. ער האט מסביר געווען פארוואס מען איז זיך צוזאמגעקומען. דערנאך האמיר געהאט א זכי' צו הערן פון רבי הלל שליט'א. ער האט מיט א צובראכענע שטימע געוויזן וויאזוי מיר וועלן זיי בייקומען.
רבי ראבי האט גערעדט זייער פיין און טיף, און אויך רב שכטר, אבער כאנישט פארשטאנען פונקטליך. רבי יעקב שפירא האט קלאר און דייטליך מסביר געווען דער קירכע פון ציונות. לעווין האט גערעדט זייער הארציג. רבי יחזקאל ראטה האט מיר דערמאנט פון רבי זי''ע, אזש איך.האב גע'בוכה'ט ווי א קינד. ווען ראש גולת אריאל ראש מערכות ישראל דער סאטמארע רבי האט גערעדט, האט זיך געשפירט ווי ביים רבי ז'ל ביי של'''ש. דער עולם האט געבוכהט, און אפילו די שמעק איז געווען ביי של''ש.

ווער רעדט נאך ווען דער קאפישער האט געשריגן, אזש איך האב זיך געשאקלט ווי דער רבי זי''ע'ס רעבעצין אינעם ארון קודש.

עס איז צום האפן אז דער מדינה וועט אונטערגיין בקרוב אמן


דער מאכט חוזק פון דיר, און דו לאזט זיך נאך...
.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

זיין בליק איז אויך גאנץ זיס צו ליינען
פארשפארט