בלאט 3 פון 4
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: מוצ"ש יולי 01, 2017 10:25 pm
דורך טרויבן88
נשלח: מוצ"ש יולי 01, 2017 10:44 pm
דורך diff
שנארן מיט ליגנט הייסט גזל?
נשלח: מוצ"ש יולי 01, 2017 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'וואלט יא געקענט מחנך זיין אז געלט קומט מיט א חשבון. מיר פיהרען זיך אויף כאילו געלט איז אייביג דא, מ'זאגט נישט פאר די קינדער אז מ'האט נישט קיין געלט, און מ'גיבט זיי וואס זיי בעטען, אחוץ ווען מ'קען זיי זאגען אז זיי דארפען עס נישט אדער ס'איז נישט גוט דאס צו האבען. פאר דעם דארף מען נישט קיין קאלעדזש און נישט קיין ענגליש. נעקסטע מאל דיין טאכטער וויל עפעס א נייע צירונג וואס איהר חברט'עס האבען אלע, לערן איהר אויס וויאזוי צו מאכען א בודזשעט, אויף וואס זי דארף מוותר זיין פאר'ן נייעם ציהרונג. זאל זי ארבעטען אביסל און מאכען קלאר די חשבון וויפיהל זאכען קאסטען. און ביי די אינגלעך אל אויך אזוי זיין. זיי ווילען ד' מינים סוכות? מאכט'ס א חשבון מיט זיי וויאזוי זיי וועלען עס אויסצאלען. זיי ווילען קויפען א נייעם שפילצייג? לערן זיי אויס וואס ס'קאסט.
באשולדיגט'ס נישט די מוסדות, דאס קען מען טוהן אין שטוב
@ליטוואק אין ישיבת תפארת התורה לערנט די ראש ישיבה ר' יואל ראטה די בחורים די מהלך.
נשלח: זונטאג יולי 02, 2017 1:45 am
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'וואלט יא געקענט מחנך זיין אז געלט קומט מיט א חשבון. מיר פיהרען זיך אויף כאילו געלט איז אייביג דא, מ'זאגט נישט פאר די קינדער אז מ'האט נישט קיין געלט, און מ'גיבט זיי וואס זיי בעטען, אחוץ ווען מ'קען זיי זאגען אז זיי דארפען עס נישט אדער ס'איז נישט גוט דאס צו האבען. פאר דעם דארף מען נישט קיין קאלעדזש און נישט קיין ענגליש. נעקסטע מאל דיין טאכטער וויל עפעס א נייע צירונג וואס איהר חברט'עס האבען אלע, לערן איהר אויס וויאזוי צו מאכען א בודזשעט, אויף וואס זי דארף מוותר זיין פאר'ן נייעם ציהרונג. זאל זי ארבעטען אביסל און מאכען קלאר די חשבון וויפיהל זאכען קאסטען. און ביי די אינגלעך אל אויך אזוי זיין. זיי ווילען ד' מינים סוכות? מאכט'ס א חשבון מיט זיי וויאזוי זיי וועלען עס אויסצאלען. זיי ווילען קויפען א נייעם שפילצייג? לערן זיי אויס וואס ס'קאסט.
באשולדיגט'ס נישט די מוסדות, דאס קען מען טוהן אין שטוב
איר זענט גערעכט מיט די פוינט. אבער חסידים לעבן דאך מיט ״אמונה ובטחון״... דער אייבישטער העלפט שוין... איי ער איז נעגיטיוו אין די באנק און שולדיג טויזנטערס פאר קרעדיט קארדס ??? איז גייט מען שווינדלען, און איז מכאפט זיי פארלאזן זיי זיך ווייטער אויפן אייבערשטען. וחוזר חלילה...
אזוי לעבט מען... דער עיקר איז, אז דער ראציגער אכצן יעריגער חתן דינן זאל האבן שיינע איטליענער פירנישטור, א מגילה האלטער, מיט עכטע זילבערנע מים אחרונים האלטער און א שיינע זילבערנע ״בשמים ביקסל״ מיט א שטריימל פאר פיר אלפים, מיט א יוקאן, לעלוס, זייער וויכטיג... דער אייבישטער העלפט שוין...
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 8:23 am
דורך תורה ומדע
עבירה גוררת.. אצינדערט איז דא אנטיסעמיטישע אטאקעס אין לייקוואוד. גענוי ווי יעקב אבינו האט געזאגט למה תתראו.. אלץ צוליב לוקסוס, גריד, און לעבען איבער די אייגענע סטאנדארטן, בלויז ווייל יענע האט.
זעהט דא
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 8:25 am
דורך תורה ומדע
נשלח: מאנטאג יולי 03, 2017 2:20 pm
דורך אישתישבי
דער אמת איז, אז מען מאכט דער מצב ערגער ווי עס איז, כאילו יעדער גנב'ט, נישט יעדער, אסאך מענטשען.
צום ענין אליין, פארוואס זאל איינער אריינרופן קענסלען די פ.ס., סך הכל מיינט עס אז מען דארף מער געווארענט זיין, די ארעסטען זענען נישט א לעסען צו סטאפען.
כדי דער עולם זאל סטאפען מיט די גניבות, דארפען די מוסדות ערשט סטאפען. און עס איז באמת נישט מעגליך לויט ווי די רבנים פסק'נט אפ א יונגע קאפעל צו האבען גלייך פינף קינדער ביז מען האט א היתר אויף בורט קאנטראל און ביז די מענשטען זענען מסכים ער זאל אנהויבען זוכען א פרנסה.
אונזער לעבען סטייל איז מופרך מעיקרא, און עס וועט נישט זיין קיין שינוי אין דער געביט ביז אונז טוישען מיר נישט אביסעל לכל הפחות די מיינדסעט אז פאר מען האט נישט קיין כלים צו מאכען פרנסה ברענגט מען נישט א בעיבי א יאר.
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 3:33 am
דורך טאמבל סאס
פאר אזעלכע וואס ווילן אביסל הדרכה איידערן גיין אין תפיסה
http://larrynoodles.com/satmar-flame-throwers/
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:13 am
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:http://www.cbsnews.com/news/anti-jewish-banner-holocaust-memorial-new-jersey-lakewood-synagogue/
תורה ומדע: ס'דא א שטעטל, בריק, ניו דזש. וועלכעס איז הארט נעבן לעיקוואוד וואס איז א נעסט פון ווייסע אנטי-סעמיטן. אפשר גאר געועזענע נאציס און זייערע אפשטאמיגע. דאס געדענק איך נאך מימי באב גרענט ע"ה, ווען ס'פלעגט אריינקומען אנטי-סעמיטישע, העצערישע פאון קאללס פון דעם שטעטל. און ער פלעגט זיי גוט אנשרייען...! פארקערט. איך האב מיך געוואונדערט די אלע יארן אז זיי זענען געווען פארהעלטניסמעסיג שטילל. נאכדעים איז דא שווארצע אנטיסעמיטן וועלכע זענען סתם אזוי דזשעללאוס אויף די אידן. זיי זעהן צו פיהל ביי די אידן. און זיי צולאזן זייערע חי'שע אינסטינקטן. יעצט האבן די אלע מזיקים א גוטע געלעגנהייט ארויסצוקומען פון זייערע באהעלטענישן. די זעלבע איז אין ספרינג וואלי/ מאנסי וואו דער נייער קאונטי עקזעקיוטיוו עד דעי ארבעט אויף א מהלך פון אויפהעצן די שווארצע באפעלקערונג אקעיגן די אידן. אז די אידן נעמען אוועק זייער חלק פון וועלפעיר. און אנדערע העצערייען אקעיגן די אידישע באפעלקערונג. נאר ער האטציך לעצטנס אויסגעלערנט צו באהאלטן זיינע אנטי-סעמיטישע געפיהלן אונטער'ן שלייער פון געזעץ-אינפארסירונג...!
אבער הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל. מ'דארף מתפלל זיין אז די אלע העצערייען אקעיגן אידן אין די מידיא, וועלכע זוכן דאך אייביג נאר סענזאציעס, זאללן נישט האבן קיין עפעקט אויף די אפענע און באהאלטענע שונאי ישראל...!
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 4:38 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאוס: ייש"כ. איך לעכץ שוין לאנג נאך א ביסל נייעס וואס אונזערע ברידער טוען אונטער די אייזערנע גראטעס. וויאזוי דאס לעבן גייט צו דארט. איך האף און בין מתפלל אז איך וועל קיינמאל נישט אויסגעפונען אויף מיין אייגענע הויט וויאזוי ס'פילט צו זיין א רעזידענט אין אוטיסוויל, אדער אין אן אנדערע תפיסה פון די פעדעראלע אדער סטעיט רעגירונג...!
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 6:43 am
דורך טאמבל סאס
דא האסטו נאכאיינס וועגן ליכטענשטיין וואס מהאט יעצט באפרייט. ווי ער האט געווארפן באנאנע סלייסעס אויף אן אנדערער ארעסטאנט. ער באשרייבט אים שטענדיג ווי א קריגערישער אנטאלעראנט מענטש.
http://www.newhavenindependent.org/inde ... ed_banana/
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 11:25 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאוס: ייש"כ. איך קען דעם אלטן 80 יעריגן רעזידענט פערזענליך. איך האב אמאל געארבעט אין איינס פון זיינע לעגיטימע ביזנעסעס. צו מיר איז ער געווען א פיינער און אנשטענדיגער, אפילו פריינטליכער בעה"ב. ער האט געלעבט גוט מיט זיין יונגערן, פארשטארבענעם ברודער. ער האט אבער געמאכט איין גרויסן טעות אין זיין לעבן (וואס האט אפשר גורם געווען צו זיין אונטערברענגונג.) ער האט געקויפט א פראפערטי צוזאמען מיט זיין ברודער. און ביידע משפחות האבן אויפגעבויעט הייזער. די רעזולטאט איז געווען אז די קאזינס האבן זיך פיינט געהאט שנאת מוות. און (לויט ווי שכנים דערציילן) אז זיי האבן געהאט א טעגליכע צערעמאניע פון ארויסגיין א יעדער אויף זיין פארטש און זיך קריגן און צוזאמען שעלטן דעם אנדער'ן.
איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א טויגליכער ענטרעפענעור. נאר שפעטער האביך געהערט אז ער איז געשטאנען אונטער א סאך טונקלע, און אפענע קרימינאלע געשעפטן. ווי שמוגלען געווער קיין סאוט אמעריקע. א סאך פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די היימישע געגנט זענען אויך געווען איהם צו פארדאנקען. א טייל האט ער אפילו אנגעדרייט שלא על מנת לקבל פרס. נאר העלפן איין פראקציע פון א קהילה אקעיגן די אנדערע.
איך פערזענליך האב רעספעקט און דאנקבארקייט פאר איהם. ווייל ער האט זיך אייביג גוט באנומען צו מיר ווען איך האב געארבעט ביי איהם. און געצאלט פונקטליך אין צייט. און אייביג גערעדט בסבר פנים יפות...!
נשלח: דינסטאג יולי 04, 2017 10:46 pm
דורך blue moon
סטם פאר אינטערסאנטקייט. דער אכציג יעריגער איד איז שוין ב"ה ארויס פריי
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 4:20 am
דורך berlbalaguleh
בלו מאאן: איך האב גערעדט איבער אן אנדערן 80 יעריגן איד וועלכער איז פארמשפט' צו לעבנסלענגליכע תפיסה. אריינגעדרייט דורך זיינע אייגענע נעפיוס (ברודער'ס קינדער) וועלכע זענען געגאנגען אין קאורט און מגלה געווען א טייל פון זיינע מעשים טובים וואס ער האט אנגעשטעלט. זיי האבן נאכנישט אויסגעפונען אלעס. אבער דאס איז א רעזולטאט פון וואוינען בשכינות פון נאנטע משפחה מיטגלידער. אפשר איז דא א הסבר עפ"י נגלה אויך פאר די צוואת ר' יהודא החסיד וועלכער האט געזאגט אז 2 ברידער'ס זאללן נישט וואוינען צוזאמען אין איין הויז. ער האט עס באזירט אויף א פסוק אין די תורה...ס'שטייט. כי ישבו אחים יחדיו...ומת אחד מהם...! אבער, עכ"פ מ'זעהט אז ס'איז נישט א גוטע זאך. א יעדער דארף שטרעבן זיך צו פארטראגן מיט די שכנים. אבער משפחה זאללן זיך נאר טרעפן אויף שמחות. נישט אריין קריכן א יעדער אין דעם אנדער'נ'ס קישקעס...!
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 5:22 am
דורך טאמבל סאס
Rabbi Pinter said that Torah law does not lock you up for financial crime. There may be restitution, but nobody gets locked up. How we ended up getting locked up must be from G-d Himself. He said we each have to look inward to see why we are here, and make the best of the situation and to use this opportunity to learn more.
יהודה ליב פינטער אין זיין געזעגענונגס דרשה פון תפיסה. יעפ, מען לערנט זיך נישט קיין לעסאן.
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:05 am
דורך איך אויך
קאנאדא האלט אויך ווי פינטער.
עס איז צויי באזונדערע זאכן, מען דארף זיך לערנען א לעססאן אבער דאס מיינט נישט אז עס קומט זיך שטראפן פון צענדליגער יארן. א אויסנאם איז די וואס דרייען אריין אנדערע ווי סאמעט און די וואס זענען ממשיך צו דיפראודען נאכן ווערן געווארנט אזוי ווי סאמעט און די לעיקוואד חברה.
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:31 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רוב לענדער אין דער וועלט ארעסטירען נישט וועגען געלט ווי אין אמעריקא.
און נאכאמאל, מ׳האט קיינעם אין לעיקוואוד אנגעקלאגט אז ער האט עפעס געטוהן נאכנן ווערען געווארענט. דער גוי דער רשע, צוזאמען מיט איך אויך (אפשר איזמעס די זעלבע מענטש), פראבירען אנצושמירען די אידען אין לעיקוואוד מיט אזוינס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 8:55 am
דורך אישתישבי
ווייסט איינער מער וואס האט געטריגערט די אינוועסטיגעישאן אין לעיקוואד?
ליטוואק,
פראבירסט צו באגראבן דער קאפ אין זאַמד כאילו דער עולם נעמט נישט פ.ס. אפילו מען פארדינט מער נישט אויף די ביכער?
לאמיר נישט זיין נאיוו, דער עולם קוקט עס נישט אהן אלץ א עוולה און פארדעם טוט מען עס. דער איינציגסטער פראבלעם וואס מען האט איז אויב מען וועט כאפען. ממילא פארט מען אריין אין די ערשטע שטאפעל פין גניבה און פין דארט פארט א באן צו א מצב וואס מען קען יא כאפען נאר מען האפט אז זיי וועלען נישט קוקען.
ביסודו של דבר פעלט א חינוך אז מען זאל נישט לעבען אזוי, לאז זיין אז מען מעג על פין שולחן ערוך, מיינט נישט אז מען ברויך אויסוועלן א דרך החיים ווי מען דרייט און באהאלט וכו'.
נשלח: מיטוואך יולי 05, 2017 9:44 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז מענטשען ציען אביסל איבער דער שטריקעל, און מ'נעמט ווען מ'איז אביסל איבער דער גרעניץ, דאס בין איך מסכים. אבער דער ציל איז זיך אפגעוואוינען דערפון, פאר די וואס גייען ארבעטען אין א נארמאלע יארגאנג. יא, ווען איינער זוכט ערשט ארבעט ביי די פינף און דרייסיג און ער טו טדא אן ארבעט און דארט אן ארבעט, קוקט ער בכלל נישט אויף וויפיהל ער מאכט און ער לעבט ווייטער אויף פראגראמען.
דארפסט פארשטייען, עפ"י רוב גייט מען ארבעטען פאר אנדערע, די ליטווישע עולם זענען עפ"י רוב נישט אזעלכע האסטלער"ס צו קענען פליפען און דרייען מיט געלט. ס'איז דא אזעלכע, אבער ס'רוב נישט, און זיי זוכען עס ניטאמאל. דעריבער איז אוממעגליך צו שפילען מיט די נומער'ן. מיין חבר'ס ווייב האט באקומען א בעסערע דזשאב ווי פריער, און ווען איך זאג איהם מז"ט, זאגט ער מיר אז ער דערלייגט דערפון, ווייל ער פארלירט זיין section 8.
לגבי די לעצטיגע ארעסטירונגען, וויל איך נישט זאגען קיין סודות פון חדר וואס איך ווייס, אבער אזויפיהל איז מפורסם אז די צוויי ברידער זאגען קלאר אז זיי האבען געפרעגט אין דער אפיס פון די פראגראמען צו זיי מוזען אריינרעכענען זייער נייער אינקאם און מ'האט זיי געזאגט ניין. יא, זיי לעבען היינט א שיינעם לעבען, אבער לויט זייער טענה איז עס נישט קעגען די געזעץ. די דריטער וואס איך קען פערזענליך און זייער גוט איז א בליטיגע ארימאן, וואס איז אנגעפיקעוועט מיט חובות וואס ער האט פארזאמעלט פאר די מוסד וואס ער האט געפיהרט (א מוסד וואס איז געווען נייטיג פאר די שטאט, נישט פאר זיין אייגענעם טאש) און ער דרייט זיך שוין יארען אן א קאפ זוכענדיג א וועג ארויס פון די חובות.
ס'איז צו באשטוינען (אפשר נישט) ווי מענטשען צאפען די בלוט פון אנדערע אן די מידנעסטע וויסענשאפט פון וואס טוט זיך.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 1:39 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק: דער פאקט אז די פ.ס. אפיס האט געזאגט פאר די מענטשן אז זייער נייע אינקאם ווערט נישט אריינגערעכנט. און זיי קענען ווייטער נעמען פ.ס. מיינט נישט גארנישט. און מ'קען נישט האבן קיין טענות אז זיי האבן געזאגט אז מ'מעג. איינמאל ס'איז אקעגן געזעץ קענען זיי נישט געבן פערמישן. דאהי אין ניו יארק אין די פ.ס. אפיס איז געווען א גוי (כמו שאמרתי). איך אליינס האב דאמאלס גענומען פ.ס. (היינט ב"ה נישט.) ווארטנדיג אינדרויסן פון די אפיס האט מיך א צווייטער איד געווארנט וועגן איהם. און צו מייין מזל ביניך טאקע אנגעקומען צו איהם. אינמיטן נעמען מיינע דאקומענטן (וועגן ווייניג אינקאם) געבט ער א כמו קרעכץ און ער זאגט..."איך ווייס נישט וויאזוי מ'קען אדורכשטופן דעם חודש מיט די אינקאם. איך האב אן עצה פאר דיר. דו זאלסט קויפן סטאקס. זאג איך צו איהם. איך האב דאך נישט קיין געלט. ענטפערט ער, אז ער גייט מיר ווייזן אז איך קען אראפנעמען 50 דאללער א חודש כדי צו קויפן סטאקס. און ער געט מיר א ..."ביזנעס קארטל" וואס האט אויסגעזעהן ווי פון א גאווערנמענט עידזשענסי. פארשטייצעך אז איך האב איהם מדחה געווען בשתי ידיים. דו האסט א הוה אמינא אז איך וואלט נישט ארעסטירט געווארן ווען איך נעם אן זיין אפפער. אזוי האט ער ..."נעבעך" געטרייט מיט אלע אידישע קליענטן. איך גלייב נישט אז מיט ספאנישע און שחורים האט ער אויכעט געטון די זעלבע זאך. תמצית הדבר. אויב עפעס איז אומלעגאל העלפט נישט וואס זיי ..."געבן רשות"...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 7:01 am
דורך טאמבל סאס
איך אויך האט געשריבן:קאנאדא האלט אויך ווי פינטער.
עס איז צויי באזונדערע זאכן, מען דארף זיך לערנען א לעססאן אבער דאס מיינט נישט אז עס קומט זיך שטראפן פון צענדליגער יארן. א אויסנאם איז די וואס דרייען אריין אנדערע ווי סאמעט און די וואס זענען ממשיך צו דיפראודען נאכן ווערן געווארנט אזוי ווי סאמעט און די לעיקוואד חברה.
ניין, איך וועל דיר ענטפערן א הסבר וואס וועט אויך פארענטעפערן וואס ליטוואק פרעגט, פארוואס דא באגייט מען זיך אזוי הארב און ביי עפעס א ספאנישן נישט. די פראבלעם איז נישט נאר דאס גנבנען. עס איז דער אטיטוד צו גניבה, דער אטיטוד וואס דער כלל, אין וועלכער דער אינדיווידועל געפינט זיך, האט צו גניבה. עס איז די מטרה און וואס מען טוט מיט די געלט פון די גניבה, וואו דער פראבלעם ריעלי ליגט. אינאמת'ן וואלט איך געזאגט אז פאר מענטשן וואס זייער פרייע לעבן איז במילא א האלבע תפיסה איז דער עכטער אימפריזענמענט אין דער לייט סעקיוריטי אוטיסוויל קעמפ אויך נישט גענוג. די יארן תפיסה איז נישט נאר צו באשטראפן דעם איווינדועל, נישט נאר צו שיקן א לעסאן פאר אנדערע, נאר סימפלי צו האלטן די פובליק סעיף פון די עקשאנס פון דער פריזענער, וואס האט אינ'אמתן א באנטש מיט הארבערע עבירות געטוהן צו די פובליק וואס זענען ליידער נישט ניתן להוכיח אויף די ביוראקראטישע און דעמאקראטישע מהלך פון אונזערע קאורטס אבער ס'איז א סוד פאר בראד אז זיי זענען אפגעטוהן געווארן דורך דער מענטש. די געלט איז נאר א וועג how to get at him.
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 7:07 am
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאוס: ייש"כ. איך קען דעם אלטן 80 יעריגן רעזידענט פערזענליך. איך האב אמאל געארבעט אין איינס פון זיינע לעגיטימע ביזנעסעס. צו מיר איז ער געווען א פיינער און אנשטענדיגער, אפילו פריינטליכער בעה"ב. ער האט געלעבט גוט מיט זיין יונגערן, פארשטארבענעם ברודער. ער האט אבער געמאכט איין גרויסן טעות אין זיין לעבן (וואס האט אפשר גורם געווען צו זיין אונטערברענגונג.) ער האט געקויפט א פראפערטי צוזאמען מיט זיין ברודער. און ביידע משפחות האבן אויפגעבויעט הייזער. די רעזולטאט איז געווען אז די קאזינס האבן זיך פיינט געהאט שנאת מוות. און (לויט ווי שכנים דערציילן) אז זיי האבן געהאט א טעגליכע צערעמאניע פון ארויסגיין א יעדער אויף זיין פארטש און זיך קריגן און צוזאמען שעלטן דעם אנדער'ן.
איך האב אייביג געוואוסט אז ער איז א טויגליכער ענטרעפענעור. נאר שפעטער האביך געהערט אז ער איז געשטאנען אונטער א סאך טונקלע, און אפענע קרימינאלע געשעפטן. ווי שמוגלען געווער קיין סאוט אמעריקע. א סאך פרשיות וועלכע האבן זיך אפגעשפיעלט אין די היימישע געגנט זענען אויך געווען איהם צו פארדאנקען. א טייל האט ער אפילו אנגעדרייט שלא על מנת לקבל פרס. נאר העלפן איין פראקציע פון א קהילה אקעיגן די אנדערע.
איך פערזענליך האב רעספעקט און דאנקבארקייט פאר איהם. ווייל ער האט זיך אייביג גוט באנומען צו מיר ווען איך האב געארבעט ביי איהם. און געצאלט פונקטליך אין צייט. און אייביג גערעדט בסבר פנים יפות...!
ער שרייבט אז עמיצער אין תפיסה, אן א.ט.ד. (אינטרעסאנט ווי די אידן אין תפיסה באשטייען מעינלי פון חסידים און אוטידיס..) וועמען ליכטענשטיין האט אייביג ליב געהאט צו מוסרן האט אים יעדע מאל צוריקגעפליקט איבער עפעס א פרוי רחל מיט וועמען ליכטענשטיין האט אן אפעיר געהאט אין זיינע אינגע יארן. דו געדענקסט אזא לשון הרע'לע? בכלל, איז ליכטענשטיין געווען א שיינער מכובדיגער איד ביים רעבין?
Re: שוין ווידער.. ארעסטס אין לעיקוואוד
נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2017 7:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין מאמר האט אין זיך רמזים, אבער די ווערטער כשל עצמם קלעבען זיך נישט.
דו ווילסט מיר קודם זאגען אז ס׳קומט תפיסה פאר׳ן האבען אן עטיטוד? אז אן ארימאן וואס מאכט א פאר דאללאר דארף זיך זאפארט אפשאקעלען פון רעגירונג׳ס הילף, און ווען נישט איז ער א sociopath? אדער דער וואס נאך א שטיק צייט מאכט שוין פיין פרנסה און וויל זיך נישט אפגעוואוינען פון דער געלט איז אין דער זעלבע מדרגה ווי א מערדער צו וואס?
און דערנאך זאגסטו גאר אז פון תפיסה אין ווסמב"ג ביז אטיסוויל איז נישט גענוג, ווייל ער ליידט נישט גענוג, וואס פעלט איהם דען דארט? און דעריבער דארף מען גאר שיקען אין גולאג?
זעלבסט האס וואלט אויך געמעגט האבען א גרעניץ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk