בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 4:30 pm
דורך [NAMELESS]
דער וואס האט גערעדט די מערסטע צום זאך, זיך געהאלטן די מערסטע צום פונקט, קיינמאל גערעדט חוצפה'דיג אדער ביליג, און האט למעשה באוויזן אז זיין מיינונג זאל בלייבן די אנגענומענע חוות דעת, איז גאר אדמו"ר מפאפא שליט"א. ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ס'איז תלוי בגדולי ישראל שבארץ ישראל, און ער האט געזאגט מיט וואונדער אז ס'קלעבט עפעס נישט אז מ'זאל אונז דארפן פון אמעריקע, צו קומען געבן דרשות אין ארץ ישראל (דער קרית יואלער האט נישט געכאפט פונקטליך זיין כוונה. און האט געמיינט אז פאפא רבי וויל טאקע דרש'נען אין ארץ ישראל)

דאס איז געבליבן די אנגענומע חוות דעת?? ביי וועם? ר' דוד? ר' אהרן? דאס אלעס ר' מלכיאל האט זיך קלאר געאייסערט אז אלעמאל האט זיך געפירט מערכות פון אמעריקא בכלל זיך נישט געקימערט מיט רבני ארץ ישראל און אזוי האט זיך געפירט זיין זיידע הגאון ר' אהרן קאטלער.
ר' אלי' בער איז אויך ביי דעם מיינונג און ר' חיים פלאהר אויך און איין ראטענבערג אויך.
איז פונקליך ווי איז געבליבען די פאפענע חוות דעת?

די היינטיגע פאפא רב איז אלס געווען לינק און א שונא פאר סאטמאר ווי זיין זון עסט זיך דאס געזונט אויף עם ווייל די נארישע טאטע האט אים געטראגן אין די ל' יארן צו ..... אנשטאט צו סאטמאר רב...

די מציאות איז אז די קנאותדיגע מהלך פון גרויסע רבנים פאריגע דור איז געווען גענוי ווי מרן ראש גולת אריאל פירט אן, און ווי אלע עלטערע רבנים ביי די אסיפה זענען מעיד.

ר' אהרן פון מונראוי איז געקומען במחשבה תחילה מיט די פאסיווע מהלך אונטער צו ברענגען די מערכה, און מען זעהט ווי די שונאים פון סאטמאר כאפן זיך צו דערצו זאגט דאס שוין אלעס.
סאטמאר רב זצ''ל האבן די לינקע קיינמאל חושד געווען אפי' בטעות אז ער איז אויף זיין
מעי

ר' מלכיאל קען איך בכלל נישט פארענטפערן. רעדן אז אלע רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה צו אים, איז א גראבע ליגנט (כאטש א ליגנט. ווידער א פארשעי'ע תמימישע מאסקע פון זאגן אז מ'האט באקומען בריוון פון ספרדים און אשכנזים אין ארץ ישראל, וואס ווייזט זיך ארויס צו זיין די צעטל פונעם עדה, איז ליגנט און טיפשות ביינאנזאם). ער זוכט אויך קלאר זיך אפצושאקלען פון גדולי ארץ ישראל, און דערפאר רוקט ער אריין דעם "זיידן" בעל משנת ר' אהרן (נישט געוואוסט אז דער ליטוואק רעדט שוין חסידישע סטיל "דער זיידע") וואס האט געהאט אייגענע דעות נגד דעת גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זיך מאכנדיג אומוויסנדיג פון קרית יואלער רבי'ס ענטפער דערויף, און בעיקר פונעם פאקט אז ר' אהרן קאטלער איז געווען גדול הדור בשעתו - א זאך וואס ר' מלכיאל איז ניששששששט!

אנטשולדיגט ר' אהרן פון מונראוי ענטפערט עם גארנישט א פלענער ליגענט פון דיר...
און ווייטער חזר'סטו איבער אז זאגט א ''גראבע ליגענט'' אן קיין שום פראוו דערצו...

און עמעזאן מעג זיך באגראבן

א מין שפראך דאס?? ווייל איך וואג זיך צו זאגן אנדערש ווי די לייב וואס ברומט קללות אן קיין פראוו???

יעצט זעה איך טאקע אז די ארי נוהם איז סתם אן אנגעגעסענע שונא צו די חרדישע רבנים און פרייט זיך צו יעדע לינקע ווארט וואס קומט ארויס פון סיי וועם זאל עס זיין די פאפענער צו גאר די מונרויער פיקח

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 4:55 pm
דורך diff
סאטמאר רב זצ''ל האבן די לינקע קיינמאל חושד געווען אפי' בטעות אז ער איז אויף זיין
נישט אמת, האסטם געקענט

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 4:56 pm
דורך אישתישבי
די קאסאנער חברה זענען זייער צוקריגט מיט סאטמאר שוין צענליגע יאר, עפעס א מעשה מיט א שחיטה.

מאכט נישט אויס, עס איז געוועהן א נארישער אסיפה וואס ר' מלכיאל קאטלער האט צוזאמען געשלעפט מיט ריינע מחשבות פין דעקלערן אלעגענס מיט ר' שמואל אוירבאך, און איינער האט אויסגעניצט די געלעגענהייט און געברענגט א שונא מוחלט פין ר' אהרן, עמרם טייטלבוים, וואס ווי ר' אהרן אליין זאגט אים אז ער גיבט אים רשות צו ווארפען וועלכע פאשקעוויל ער וויל אויף אים זעלבסט, און געברענגט די קאסאנער חברה וואס זענען זיינע שונאים פין יארען, מיט אפאר ליטווישע גדולים וואס ר' אהרן פראבירט זיך מיט זיי צו האלטען גוט.

ר' מלכיאל האט זיכער נישט געהאט קיין איינונג וואס ער טרעט דא אריין, קען זיין ער פארשטייט נאך אלץ נישט. דער איינציגסטער צוויי חכמים וואס האבען פארשטאנען די מצב איז געוועהן רמ"ד מבאבוב 45 וואס האט געהאט שכל צו זיין שטיל און נישט רעדען קיין ווארט צווישען די הררים התלוים בטפשות, און ר' יחזקאל ראטה וואס האט תופס געוועהן און געמאכט פליטה.

די אנדערע ליטווישע ראש ישיבות קען מען נישט האבען קיין טענות, ווייל זיצנדיג דארט האבען זיי אפילו נישט געוויסט וואס געשעהט דא, נאר געמיינט אז דא איז טאקע דא א מחלוקת במציאות וואס גייט פאר אין ארץ ישראל און פראבירט צו מאכען קאפ און וויידעל פין דער מצב.

די קאסאנער זענען באמת נישט קיין מענטשען, דא איז דער פלאץ נו נעמען פליקען ר' אהרן? זייט ווען זענען די קאסאנער קנאים בכלל? און האסט טאקע געמיינט אז כלל ישראל פארלאזט זיך פלוצים אויף קאסאן? העללו קאסאנער, ביסט טאקע א וואוילע איד, מיט אפשר צוויי דריי הונדרעט חסידים ימים נוראים, אבער עס מיינט נישט אז די ברויך'סט אויסניצען דער געלעגענהייט פאר דער שנאה ישינה.

שוין פאפא רב, כבודו במקומו מונח, יא גרייט צו גיין קיין פאנאוויזש האלטען א רעדע צו נישט, איז גראדע אינטרעסאנט אז ער האט נישט אריין געטרויטען אין די צואה ברשות הרבים.

און אויף ר' אהרן קען מען זאגען, אז גארנישט איז נתחדש געווארען כלפי אים אין דער אסיפה, ער רעדט אייביג וואס ליגט אים אויף דער לונג, און ער איז א דאמאנירער.

אבער, די אמת איז, אז סאטמאר וואלט יא געברויכט מאכען א בירור וועגען דער גיוס מיט די פארשאלטענער ציונים, כ'ווייס אז עס זעהט אויס גוט אז ר' אהרן רעדט פלוצלינג ראציאנאל, און פארשידענע חכמי הקאווע קענען זיך איינרעדען אז משיח איז דא, פיינאלי רעדט א רבי קעגען די געוועהנליכע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] וואס חריידיזים ברענגט אפיר, דא איז אבער דא א פראבלעם, ווייל איינמאל ז"ל האט עס קונה געוועהן, קען ער נישט זיין א קנאי בענין זה. אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 5:01 pm
דורך diff
יהרג ואל יגיוס איז ראצינאל?

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 6:07 pm
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:
אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.


וועלכע שרץ איז טהור געווארן ווען מהרא האט געטייטעלט צו פרוש אייכלער ליצמאן וכו' אז זיי זענען שולדיג אינעם צרה, און מען טאר מיט זיי נישט זיצען,
וועלכע קריכעדיגס איז ריין געווארן, ווען ער האט געזאגט אז ס'יהרג ואל יעבור, און אלע מגייסים האבן אויף זיך א הארבע זינד מיטן מחטיא זיין אידן.

....
..
[tag]ארי נוהם[/tag] לשטותך פארוואס נאר אין 12 גארפילד וועט מען די שבת אויפטרעטן פארן ליינען ? ?

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2017 7:26 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:@ארי נוהם און דו האסט נישט קיין שום נגיעה, אמת? נאר שמערל האט...

וואט א דשאוק דיין גאנצע מגילה איז איין שטיק האס געבויעט אויף הנחת קדומות

#שאנדפול!

עמעזאן: איך וועלל פארציילן א מעשה. א איד האט אמאל געוואלט נעמען אן איידעם איז ער געקומען אין א ישיבה פארהערן די בחורים. צו זיין מזל האט ער אנגעטראפן א בחור א גרויסער מיוחס אבער א קנאפער מר בר רב אשי. דער ראש ישיבה איז געקומען צו דעם בחור און האט איהם מודיע געווען אז דער גרויסער גביר איז געקומען נעמען אן איידעם און ער וויל מיט איהם שמועסן אין לערנען. דער בחור האטציך ארומגעזעהן אז ס'איז צרות. האט איהם זיין חבר געגעבן א שנעלע עצה. וואס דיין צוקונפטיגער שווער וועט דיך פרעגן זאלסטו זאגן...אפשר פארקערט"... און געבן א דריי מיט'ן גראבן פינגער. סארי. די מעשה גייט נאך ווייטער. אבער איך קען נישט דעם אויספיהר. אבער לעניננו איז וויכטיג. .."אפשר פארקערט"... עטץ האטץ הנחות קדומות און עטץ זענטץ אנגעגעסן מיט האס און שנאה אויף ר' אהרן. און עטץ קענטץ נישט אדער ווילטץ נישט איינזעהן דעם פשוט'ן אמת...! שנאה מקלקלת את השורה...!

Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי

נשלח: מוצ"ש יולי 08, 2017 11:40 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?


יא אלע אינקלאדינג די ליטווישע ראשי הישיבות
IMG_20170708_233914.jpg

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:49 am
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
אלע שרייען אז ס'איז גרינגער ווי אמאל


אלע?
יעדער וואס שרייט יא אז ס'דא א גזירה ווערט דאך ממילא א סיקריק
איז דאך נישט פארבליבן נאר די עטליכע נארמאלע צדיקי גור ובעלזע ו'הגרס וואס זענען צוגעבינדען צו די כסאות אין כנסת וואס זיי פארלייקענען, און פאר זיי געט די קירוב משפחתיות א גושפנקא פון נאמנות, וזהו.



און יעדער וואס זאגט דעם מציאות ווערט דאך א בעלזער..........

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:55 am
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:
דער וואס האט גערעדט די מערסטע צום זאך, זיך געהאלטן די מערסטע צום פונקט, קיינמאל גערעדט חוצפה'דיג אדער ביליג, און האט למעשה באוויזן אז זיין מיינונג זאל בלייבן די אנגענומענע חוות דעת, איז גאר אדמו"ר מפאפא שליט"א. ער האט קלאר ארויסגעברענגט אז ס'איז תלוי בגדולי ישראל שבארץ ישראל, און ער האט געזאגט מיט וואונדער אז ס'קלעבט עפעס נישט אז מ'זאל אונז דארפן פון אמעריקע, צו קומען געבן דרשות אין ארץ ישראל (דער קרית יואלער האט נישט געכאפט פונקטליך זיין כוונה. און האט געמיינט אז פאפא רבי וויל טאקע דרש'נען אין ארץ ישראל)

דאס איז געבליבן די אנגענומע חוות דעת?? ביי וועם? ר' דוד? ר' אהרן? דאס אלעס ר' מלכיאל האט זיך קלאר געאייסערט אז אלעמאל האט זיך געפירט מערכות פון אמעריקא בכלל זיך נישט געקימערט מיט רבני ארץ ישראל און אזוי האט זיך געפירט זיין זיידע הגאון ר' אהרן קאטלער.
ר' אלי' בער איז אויך ביי דעם מיינונג און ר' חיים פלאהר אויך און איין ראטענבערג אויך.
איז פונקליך ווי איז געבליבען די פאפענע חוות דעת?

די היינטיגע פאפא רב איז אלס געווען לינק און א שונא פאר סאטמאר ווי זיין זון עסט זיך דאס געזונט אויף עם ווייל די נארישע טאטע האט אים געטראגן אין די ל' יארן צו א יונגערמאן ר' דוד אין סקווירא אנשטאט צו סאטמאר רב...

די מציאות איז אז די קנאותדיגע מהלך פון גרויסע רבנים פאריגע דור איז געווען גענוי ווי מרן ראש גולת אריאל פירט אן, און ווי אלע עלטערע רבנים ביי די אסיפה זענען מעיד.

ר' אהרן פון מונראוי איז געקומען במחשבה תחילה מיט די פאסיווע מהלך אונטער צו ברענגען די מערכה, און מען זעהט ווי די שונאים פון סאטמאר כאפן זיך צו דערצו זאגט דאס שוין אלעס.
סאטמאר רב זצ''ל האבן די לינקע קיינמאל חושד געווען אפי' בטעות אז ער איז אויף זיין
מעי

ר' מלכיאל קען איך בכלל נישט פארענטפערן. רעדן אז אלע רבנים אין ארץ ישראל זענען מודה צו אים, איז א גראבע ליגנט (כאטש א ליגנט. ווידער א פארשעי'ע תמימישע מאסקע פון זאגן אז מ'האט באקומען בריוון פון ספרדים און אשכנזים אין ארץ ישראל, וואס ווייזט זיך ארויס צו זיין די צעטל פונעם עדה, איז ליגנט און טיפשות ביינאנזאם). ער זוכט אויך קלאר זיך אפצושאקלען פון גדולי ארץ ישראל, און דערפאר רוקט ער אריין דעם "זיידן" בעל משנת ר' אהרן (נישט געוואוסט אז דער ליטוואק רעדט שוין חסידישע סטיל "דער זיידע") וואס האט געהאט אייגענע דעות נגד דעת גדולי ישראל אין ארץ ישראל, זיך מאכנדיג אומוויסנדיג פון קרית יואלער רבי'ס ענטפער דערויף, און בעיקר פונעם פאקט אז ר' אהרן קאטלער איז געווען גדול הדור בשעתו - א זאך וואס ר' מלכיאל איז ניששששששט!

אנטשולדיגט ר' אהרן פון מונראוי ענטפערט עם גארנישט א פלענער ליגענט פון דיר...
און ווייטער חזר'סטו איבער אז זאגט א ''גראבע ליגענט'' אן קיין שום פראוו דערצו...

און עמעזאן מעג זיך באגראבן

א מין שפראך דאס?? ווייל איך וואג זיך צו זאגן אנדערש ווי די לייב וואס ברומט קללות אן קיין פראוו???

יעצט זעה איך טאקע אז די ארי נוהם איז סתם אן אנגעגעסענע שונא צו די חרדישע רבנים און פרייט זיך צו יעדע לינקע ווארט וואס קומט ארויס פון סיי וועם זאל עס זיין די פאפענער צו גאר די מונרויער פיקח


אפשר ברענגט איר צו די גזירה פון די לעצטע 70 יאר ווי די רבנים פון א"י זענען נישט מיטגעשטאנען ????

איך רעד נישט השקפה ווי נעמען געלט גיין צו בחירות וכדו'

איך רעד א גזירה ווי גיוס בנות חיטוטי שכבי וכדו'

אלע גזירות זענען זיי מיטגעשטאנען

וואס דיינע עלטערע זענען נאר נישט מודה........

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:56 am
דורך גאנצל
איש את רעהו האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
אבער פארלאזט ענק אויף דער ר' אהרן, פארדעם וואס ער האט דא מטהר געוועהן דער שרץ גייט ער נאך מטמא זיין הונדרעדטער כשר'ע ענינים אלץ כדי צו ווייזען אז ער איז אויך א קנאי.


וועלכע שרץ איז טהור געווארן ווען מהרא האט געטייטעלט צו פרוש אייכלער ליצמאן וכו' אז זיי זענען שולדיג אינעם צרה, און מען טאר מיט זיי נישט זיצען,
וועלכע קריכעדיגס איז ריין געווארן, ווען ער האט געזאגט אז ס'יהרג ואל יעבור, און אלע מגייסים האבן אויף זיך א הארבע זינד מיטן מחטיא זיין אידן.

....
..
[tag]ארי נוהם[/tag] לשטותך פארוואס נאר אין 12 גארפילד וועט מען די שבת אויפטרעטן פארן ליינען ? ?


איך קען נישט ענדיגן לאכן ווי זוי די פארלוירענע נעמען א מודעה פאר זייער נצחון נאך פאר וואס ווען ווי

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 1:43 pm
דורך אישתישבי
פאר די וואס פרעגען וועלכע שרץ אדער קריכידיגס ר' אהרן האט מתיר געווען.

דער סאטמארער שרץ וואס הייסט ציונות, וואס סאטמאר האקט שוין אויף ציונות פין געבורט, און קוקט נישט צו מען גייט אויפטוהן אדער נישט, דער ראציאנאל האט קיינמאל נישט עקזיסטירט, און יעצט מיטאמאל איז מען דן בכובד ראש צו יא צו ניין.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 1:47 pm
דורך איך אויך
אה.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל מציע זיין אז מ'זאל מאכען אן אשכול וועגען אהרן זלמן לייב, און יעדער תגובה וואס באלאנגט דארט זאל מען שוין אהין שיקען. ס'איז שוין עקעלהאפטיג אז אזויפיהל נושאים זענען געוואנדען אויף די שגעון פון צוויי קליינע קינדער וואס קענען נישט אויסקומען מיט זייער שפילצייג.

Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 2:46 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל מציע זיין אז מ'זאל מאכען אן אשכול וועגען אהרן זלמן לייב, און יעדער תגובה וואס באלאנגט דארט זאל מען שוין אהין שיקען. ס'איז שוין עקעלהאפטיג אז אזויפיהל נושאים זענען געוואנדען אויף די שגעון פון צוויי קליינע קינדער וואס קענען נישט אויסקומען מיט זייער שפילצייג.

ליטוואק, כ'בין דער ערשטער דיך צו לייקן דא

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
מ'קען שוין גיין צום נעקסטן טאפיק,
ווער גייט זיין מער ציונ'יש, נחמן אדער יואל?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 3:26 pm
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:
דער ראציאנאל האט קיינמאל נישט עקזיסטירט, און יעצט מיטאמאל איז מען דן בכובד ראש צו יא צו ניין.


זינט התייסדות המדינה בתש"ח איז עד היום נאכנישט געווען א זיצונג פון רבנים וגדולים איבער די נושא אז מנהיגי ה'פארטייען האבן גע'חתמט א געזעץ וועגן מגייס זיין בחורי ישראל
סא עס איז נישט דא אין די עבר פון סאטמאר בכלל א דוגמא אויף דעם
א' בלק איז עס די ערשטע מאל געווען.

Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט געזאגט ׳געחתמ׳ט׳? אפשר קענסטו טרעפען די חתימה פאר מיר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:40 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט געזאגט ׳געחתמ׳ט׳? אפשר קענסטו טרעפען די חתימה פאר מיר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


די אלע חברים אינעם כנסת וואס פארטרעטן דיר מיט דיינע חברים זאגן עס בריש גלי אז זייער צושטימונג צום חק איז געגעבן געווארן
וואסי שייך צו דן זיין

Re: "וכסיל לא יבין" - דברים חוצבים להבת אש מכסילי דורינו שלי

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 4:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דארפסט נישט דן זיין, דארפסט נאר מפרנס זיין דיין רייד אז איינער האט עפעס געחתמ׳ט. זיי נישט דן, נאר ווייזען די חתימה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 6:47 pm
דורך איש את רעהו
וואס דארף מען ווייזן ? חתימה אז וואס?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט פארגעסען? דו האסט געזאגט אז גדולים האבען עפעס געחתמ'ט. איך ווארט צו זע'ען די חתימה וואס זיי האבען געחתמ'ט. נישט דן זיין און נישט דון דיון דען, נא די חתימה וואס דו האסט ארויסגעווארפען אלץ פאקט.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 7:33 pm
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט פארגעסען? דו האסט געזאגט אז גדולים האבען עפעס געחתמ'ט.

ווי אין בית המדרש האב איך געזאגט?
ווען האסטי מיר עס געהערט זאגן
איך ווייס נישט צו וואס די באציעסט זיך.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2017 8:03 pm
דורך איש את רעהו
דא האט איר א גאנצער מעמד ווי די מנהיגי ה'פארטייען האבן זיך מתיר געווען אלע פראבלעימען פארנט פין די גדעילים.

download/file.php?id=23956