בלאט 3 פון 4

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:06 am
דורך diff
דער cruel'r לאזט נישט סקען אים שאטן די ביזנס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:08 am
דורך newkave
diff האט געשריבן:דער cruel'r לאזט נישט סקען אים שאטן די ביזנס


ער לאזט 'דיך' נישט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 10:20 am
דורך diff
יעדער האט זיין כ-רולער

Re: די טראגעדיע פון מלכי קליין הי"ד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:32 pm
דורך טרויבן88
איך האב אויסגעהערט די אינטערוויוא פונעם טאטן, קודם כל, כל הכבוד לו פארן פרובירן צי טוען די בעסטע פאר זיין טאכטער, בלעימען קומט נישט אריין דא בכלל ווייל אפילו נניח אז ער האט עפעס פארפעלט צי זען ביי זיין טאכטער מיינט עס נאכאלץ נישט עפעס, א טאטע מוז נישט זיין א גאון און וויסן אלעס, ווילאנג ער איז נישט קיין פושע און לאזט נישט די קינדער אין א נאכגעלאזטע צושטאנד און פרובירט צי טוען וואס ער פארשטייט איז די מערסטע ריכטיג, איז ער אומשולדיג,

יעצט צי די סקולס, דאס אליינס איז א פארווייטאגטע נושא בכלליות, אבער בפרטיות דא זע איך נישט ווי פינקטליך די סקולס זענען רשעים, מילא אז די סקול זאגט פאר די מיידל הער אויס דיין טאטע האט א פימפל אויף זיין נאז, ממילא גיי די ארויס פון די סקול, אדער עטס האט אינטערנעט אינדערהיים, וכו', איז די סקול נישט גערעכט און רשעים און די פאל דא,

דא וויאזוי עס זעט אויס פון די טאטע'ס ווערטער האט זי נישט געפּאסט און די סקול ווי עס זעט אויס פון די טאטע'ס ווערטער וויבאלד זי איז געווען צוריקגעשטאנען און לימודים, (וואס לדעתי חוץ אויב איינער קען מיר אויפקלערן אנדערש איז איינער וואס ס'איז צוריקגעשטאנען אין לימודים דארף מען שיקן פאר ספעשיעל העלף אזוי ווי מען שיקט טאקע,) איז דאס נישט קיין לעגיטימע סיבה נישט אנצינעמען איינעם? פונקט ווי מען לייגט נישט אריין א יונגל אין א כולל אדער פארקערט, אדער א באבע אין א מיידל סקול פאר פיר יעריגע, מילא דערפאר זע איך נישט פארוואס די סקול איז שולדיג,

אווערנעס איז אלעמאל א גוטע זאך, איז אויב ס'קומט ארויס א גוטע זאך איז דאך אפגערעדט, און אז די אווערנעס דא ביי די פאל גייט צי דעם אז עס זאל זיין מער "ספעשיעל עד" אדער אז עס זאל זיין אין די סקול אליינס די סערוויס וואס קען דען זיין בעסער? אבער סתם שרייען ווי א כלב אז מען טאר נישט ארויסווארפן/אננעמען איז לדעתי נישט די ריכטיגע פלאץ,

איין זאך וואס איז פארשטיי נישט, איז אין בארא פארק נאר דא איין ספעציעל עד סקול? און נאר די סקול וואס האט זיך אויפגעמאכט מיט די פרינציפעל? מאדנע...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 12:50 pm
דורך diff
כ'זע פון דיר, אז דער טאטע האט זיך פשוט גדארפט פארענפערן פאר אונז.
ספעשל עד איז טאקע זייער וויכטיג צו באאסטען אונזער עקאנאמי בפרט די פרייזן אידאך דער ריכטיגע זאך מיט וואס צו פייניגן די וואס זיכען צו צאלן פאר אידישע סקולינג.
מעגסט זיין זיכער, סגייט פון דער מעשה נישט ארויסקומאן קיין שום זאך חוץ וואס די עלטרען טון

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 05, 2017 9:33 pm
דורך diff
יעצט מאכן זיי אן אפיעל פאר א פרישע טחי תפל פראגראם

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 1:57 am
דורך אישתישבי
אונזערע סקולס זענען נישט דא צו געבן בילדונג פאר מיידלעך, עס איז געמאכט צו געבן חינוך זיי זאלען זיין אידן, ממילא אפזאגן איינער וועגן מארקס אויף בחינות איז א עוולה.

אין סאטמאר וואלט עס נישט געשען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:48 am
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שמעון וואלף, דו מאכסט הנחות אן א באווייזונג. פארוואס דארף א מוסד 'רולס'? יא, וויאזוי מ'זאל זיך פיהרען אין סקול דארפן זיי טאקע רולס, ווייל מ'דארף וויסן וואס צו עקספעקטען איינער פון די צווייטע. אבער אחוץ דעם דארפן זיי גארנישט, ממש גארנישט. דיין טעלעוויזשען איז נישט זייער ביזנעס, ווי אויך דיין ווייב'ס לייסענס. ס'איז געווארען א מין קיי"ל אז עפעס מעג מען, נאר נישט צופיל.

המוציא מחבירו עליו הראיה. זאלען זיי אויפווייזען אז מ'דארף יא האבן די רולס.

איך רעד פון רולס למשל וואס מ'מעג ברענגען אין סקול, אדער צו מ'מעג ארויס גיין אינמיטן סקול עסן אין א פיצא שאפ.
הער אויס די אינטערוויא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:45 am
דורך ציבעלע-קיגל
קרעקער האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=eYyDIGEcxpU


נאכ'ן אויסהערן די אינטערוויו פארשטיי איך שוין פארוואס משיח איז נאך נישט געקומען, ער האט נעבעך נישט צו וועם צו קומען. אויב ער קומט און ער זעהט נישט אויס ווי זיי רעדען זיך איין אז ער דארף אויסזעהן, וועט מען איהם ארויסווארפען אויב נישט הרג'נן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:49 am
דורך קאמענטירער
אויף קולמע רעדט הרב שאול קליין ביי זיין חצי שיעור, פון די אינטערוויא ווי אויך לויבט ער אויס די טאטע פאר זיין קוראזש ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט, ווערט אויסצוהערן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 1:46 pm
דורך diff
כווייס נישט אויב סדא וואס צוהערען פון די וואס מאכן א לעבן פון חינוך מיוחד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:57 pm
דורך קאמענטירער
diff האט געשריבן:כווייס נישט אויב סדא וואס צוהערען פון די וואס מאכן א לעבן פון חינוך מיוחד

אלטס וואס מיינט איר אז סאיז נישט דא וואס צו הערן? "מצד כח הפועל בנפעל"? אדער "אדם נשפע מסביבתו"?
יעצט כאפ איך מיר אז דו זאגסט אליינס אז דו ווייסט נישט אויב סאיז דא עפעס קריטיק.. אויב אזוי גיי הער אים אויס אדער..
Screenshot_20170809-205146.png

נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:30 pm
דורך געוואלדיג
גרעכט סנישטא וואס צוהערן צו די ואס מאכן זיער גלט פון מדצין און צו די ווס מאכן זייר געלט פון פברעכן וי לוירס...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 1:50 am
דורך diff
דער טאטע זאגט דאך ס'איז ביי עם נישט געווען אזוי וויכטיג איר עדוקעשען. און דערפאר האבן מען איר געהארגעט

ס' פלעגט נישט זיין מזאל דארפן א דאקטאר אדער לויער צו סערווייוען סקול.
פארוועם סאיז וויכטיג צוקענען די נאנסענס וואס מלערנט אין סקול מעג באצאלן פאר הילף. אבער וואס א רעכט האט מען צו צווינגען

נעבעך אשאד אויף איר. אנשטאט א לעסען, איז פון איר געווארן א ביזנס. מ'מאכט אלעבן פון טויט. שעעם

Dont you care of what happend in result of being nice
בילד
Mr. Klein

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:48 pm
דורך אישתישבי
רעדענדיג מיט אסאך מענטשן וועגן דעם מעשה, זאגען זיי אז מען דארף געבן א פלאטפארמע פאר די מנהלת זאל זאגן איר זייט אין דער פרשה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:13 pm
דורך diff
מיינסט, זי האט א פראבלעם?

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:21 pm
דורך קרעקער
היטלער האט אויך געהאט וואס צו מסביר'ן זיין זייט ווען מהאט עם געגעבען א פלאטפארמע

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:28 pm
דורך איסר האטלקי
קרעקער האט געשריבן:היטלער האט אויך געהאט וואס צו צסביר'ן זיין זייט ווען מהאט עם געגעבען א פלאטפארמע

ממילא? קען שוין קיינער יעצט גארנישט זאגן? עס בלייבט נאכאלץ צוויי זייטן צו יעדן געשעעניש. יעדער זאל אפמאכן ווער עס איז גערעכט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 4:39 pm
דורך אישתישבי
כ'ווייס נישט ווער דער מנהלת איז, אבער ווען איך בין דער מנהלת און מען באשולדיגט מיר אין זיין א גורם אין צונעמען א לעבען פין א מענטש וואלט איך געוואלט האבען א געלעגענהייט זיך צו פארענטפערן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:01 pm
דורך chosen people
נו האט איינער צוגעכאפט די מייק פונעם מנהלת? ווער לאזט נישט די מנהלת נעמען די מיקראפאן אין הענט. איך גלייב אפילו נאך אזא טראגעדיע וועלן סאך מער מענטשן געבן די מיקראפאן פאר די מנהלת צו זיך פארענטפערן (באשולדיגן די טאטע), ווי די טאטע זאל רעדן....

Re: די טראגעדיע פון מלכי קליין הי"ד

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:43 pm
דורך יהושע חיים
אישתישבי האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער דער מנהלת איז, אבער ווען איך בין דער מנהלת און מען באשולדיגט מיר אין זיין א גורם אין צונעמען א לעבען פין א מענטש וואלט איך געוואלט האבען א געלעגענהייט זיך צו פארענטפערן.

דארף מען שאפן די נומער פון מר דוד ליכטנשטיין און עס געבען פאר די מנהלת

נשלח: זונטאג אוגוסט 13, 2017 5:51 pm
דורך אישתישבי
ווייסט איינער וועלכע סקול, וועלכע מנהלת מען רעדט דא?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:20 am
דורך קרעקער
כ'ווייס נישט ווער דער מנהלת איז, אבער ווען איך בין דער מנהלת און מען באשולדיגט מיר אין זיין א גורם אין צונעמען א לעבען פין א מענטש וואלט איך געוואלט האבען א געלעגענהייט זיך צו פארענטפערן


ווען איינער באשילדיגט מיך אין צונעמען דאס לעבן פון א קינד, הייב איך פיס און ווער אויס מנהלת, און איך מוף אוועק אין די ווייטסטע פלאץ אויף דער וועלט, ווייל אפילי די בעסטע פארענטפערונג קען נישט באמת פארענטפערן גרם רציחה