בלאט 3 פון 11

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:08 pm
דורך diff
בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 12:02 pm
דורך diff

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:28 pm
דורך ירח בן יומו
א נידריגע שטיקל איז געטון געווארן דורך מתירי הבראקל. כדי צו צווינגען ר' משה שאול קליין זאל מוזן ארויסקומען קלאר מיט זיין שיטה. האבן זיי נאך די מכתב התנצלות וואס רמ"ש האט געשריבן צו הרב לנדא ארויס געגבן א געדריקטע בריוו, כאילו רמ"ש איז קלאר מתיר די היינטיגע עופות. יעצט מוז רמ"ש ארויס קומען מיט א בריוו קעגן דעם.

#כשיורדין יורדין עד לעפר

בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:48 pm
דורך [NAMELESS]
ירח בן יומו האט געשריבן:א נידריגע שטיקל איז געטון געווארן דורך מתירי הבראקל. כדי צו צווינגען ר' משה שאול קליין זאל מוזן ארויסקומען קלאר מיט זיין שיטה. האבן זיי נאך די מכתב התנצלות וואס רמ"ש האט געשריבן צו הרב לנדא ארויס געגבן א געדריקטע בריוו, כאילו רמ"ש איז קלאר מתיר די היינטיגע עופות. יעצט מוז רמ"ש ארויס קומען מיט א בריוו קעגן דעם.

#כשיורדין יורדין עד לעפר



איין מהלך.

נאך א פשט, די אוסרי הבראקל האבן דאס געמאכט. - ס'איז כמעט ברור, אז נאכדעם וואס רמ"ש קליין האט זיך געמוזט אנטשולדיגן פאר הגרמי"ל לאנדא, וועט ער מער נישט שרייבן קיין שום בריוו אין דעם נושא אויפצוווייזן אז ס'איז מותר, (חוץ אויב ער וועט זיך צוזאם זעצן מיט הרב לאנדא, אזוי ווי ער שרייבט אין זיין בריוו), ממילא איז אזא צעטל גענוג ארויפצושטעלן א נאסע ליילעך, און מאכן ליצנות פון די פריערדיגע פסק פון רמ"ש קליין וואס ער האט געשריבן להיתר, און זיין פסק להיתר וועט אראפגיין פון טיש.

ווער ס'האט נאך פשטים, איז מכובד צו זאגן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:19 am
דורך איך אויך
יע א טען מיליען דאללערס אינוועסטמענט דורעכפאל איז נישט גרינג אראפצושלניגן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:42 am
דורך diff
א השגה פון אונזער נגידים ורבנים. צו מאכן געלד אויף אונזער אידישקייט. רעכטע משניאי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:13 pm
דורך [NAMELESS]
איין זאך איז קלאר, אז איך נעם מער נישט ר' מ.ק. אלס א שותף אין מיינע איוועסטמענטס.
אזא טעות צו מאכן?! צו אינוועסטן געלט פאר מ'האט קלארע און קראנטע באשטעטיגונגען פון "אלע" גרויסע בעלי מכשירים?!
הרב שמידל, הרב קלמנוביץ, הרב לובין וכו' וכו', זענען זייער חשובע און ערליכע רבנים, אבער זיי פירן נישט די שחיטות אין ארץ ישראל, ווען איינער וויל פארקויפן עופות דארף ער דאס באשטעטיגן מיט די שחיטות אין ארץ ישראל, נישט מיט א ברכה פון פשעווארסקע רבי.

ס'דא וואס טענה'ן אז די עדה החרדית איז יא מיטגעשטאנען פון אנפאנג, איז דאך די שאלה וואו זענען זיי יעצט? פארוואס הערט מען נישט פון קיינעם?
די תירוץ איז אז זיי ווילן זיך נישט קריגן מיטן ראב"ד הגר"מ שטערנבוך. אבער הא גופא קשיא? וויאזוי האט הרב שטערנבוך פלוצלונג צוריק געצויגן, אויב ס'אמת אז ער האט עס שוין באשטעטיגט?

בכל אופן, אין פאליטיק קען מען טרעפן אסאך הסברים און תירוצים, אבער איך בין דאך נישט גרייט צו דערלייגן אזויפיל געלט, ממילא בין איך מכריז ומודיע אז מהיום והלאה נעם איך מער נישט ר' מ.ק. אלס שותף אין מיינע אינוועסטמענטס.
ראו הזהרנוכם!!!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:36 pm
דורך איסר האטלקי
די עדה איז מיטגעשטאנען, נאר הגר"מ שטערנבוך האט צוריקגעצויגן כדרכו בקודש, [מאנכע טענה'ן צוליב וואס מ.ק. איז געווען פון די הויפט רידערער אין גלובנציץ מערכה, אנדערע זאגן עס איז צוליב הגרמ"ז זארגער וועלכע איז אויך א גרויסער קנאי]. אויך איז בד"ץ פון הרב וואזנער מיטגעשטאנען און אויך דער בד"ץ פון ניסים קרליץ. הרב לאנדאו האט מען נישט געפרעגט צוליב סיבות וואס ער גייט געווענליך ארויס קעגן עדה עפי"ר ווען עס קומט צו שחיטות, (גענוי ווי עס האט טאקע פאסירט....).

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:51 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: איך ווייס נישט איבער די אנדערע. אבער, דערצייל מיר נישט אז הגרמי"ל האט נגיעות וואס זענען נישט הלכה'דיג. ווי פאליטיק. די פארקערטע פון לא תגורו. און אנדערע חשבונות...! דאס אז ער קומט טיילמאל ארויס אקעגן דעם וואס די עדה האלט, מיינט נאכנישט אז ער שפיעלט פאליטיק...! ווען דו זאגסט דאס אויף ר' דוד שמידל קענמען עס גלייבן. אבער נישט אויף איהם. אויך, ר' משה שטערנבוך שפיעלט נישט פאליטיק. נאר ער קוקט אלעס אן פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט...!

נ.ב.: נישט אז איך לייג אריין ר' דוד שמידל אין איין ליגע מיט ערליכע אידן, גאונים. און וועלט-בארימטע פוסקים. נאר וויבאלד ער איז דאך אויך א הוגה דיעות, האמיר געמאכט א באמערקונג איבער איהם...!

(נו, איש את רעהו. רוף דיך אן. געב פאר'ן עולם, עפעס א טעיסט פון דיינע מחשבות און שיטות...!)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 12:59 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב געזאגט צוליב פאליטיק? געלט? קיינער שפילט נישט פאליטיק חלילה, יעדער ווארפט אריין הלכה'דיגע שטאנדפונקטן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 1:06 pm
דורך signout
איסר האטלקי האט געשריבן:די עדה איז מיטגעשטאנען, נאר הגר"מ שטערנבוך האט צוריקגעצויגן כדרכו בקודש, [מאנכע טענה'ן צוליב וואס מ.ק. איז געווען פון די הויפט רידערער אין גלובנציץ מערכה, אנדערע זאגן עס איז צוליב הגרמ"ז זארגער וועלכע איז אויך א גרויסער קנאי]. אויך איז בד"ץ פון הרב וואזנער מיטגעשטאנען און אויך דער בד"ץ פון ניסים קרליץ. הרב לאנדאו האט מען נישט געפרעגט צוליב סיבות וואס ער גייט געווענליך ארויס קעגן עדה עפי"ר ווען עס קומט צו שחיטות, (גענוי ווי עס האט טאקע פאסירט....).
פין די סוקרוקישע תגבוה קוקט עפעס אויס ווי מרדכי קאהן איז עפעס צדיק תמים אבער דער ראב''ד איז א מסלף, רמ''ז זארגער א קנאי א איש אמת אבער הרב לאנדאו פסקנט לויט אגענדעס... עניוועי וועלקאם טו סוקריקי ספינעריי פלאנעט, (קיינער פין ביד''ץ אדער סיי וועלכע רבנים המכשירים האבען נישט געוויסט וועלכע עוף מ'ברענגט אריין) סאם האו האט נאר לע''ע קיין 1 ערנסטע בית השחיטה אין די וועלט נישט אריינגענומען...אפילו מארוויד ווי מרדכי קאהן איז א געלט שותף אין מהרז''ל בוטשער איז א גרויסע קאסטומער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 3:23 pm
דורך איש את רעהו
פון סיינאוט קוקט אויס ווי ער און זיין קא. ווי ער געהערט, ווילן שטארק נישט אז די בתי שחיטה זאלן עס אריינברענגען.
פונקטליך די חשבון פארוואס זעה איך נישט, אבער דאס קוקט אויס זייער באגער,
מסתמא אז די גרויסע קא. וועלן עס פייטן וועט עס נאר בלייבן ביי קלענערע פירמע'ס
די פראגע איז נאר צו עס וועט בלייבן ווי אריזאנע ווייץ וואס איז ממש א נחלת יחידים, און אין די וועלט איז עס נישט עקסעפטעט, אדער מערערע מענטשן וועלן עס אנהייבן ניצן,
אנדערע זאגן אז א אפיציעלע השגחה אויף ברענגן עופות וועט בקרוב אריין אין קראפט צו אויסמיידן בעתיד חששות אויף וועלכע עופות מען ברענגט צו עס איז געמישט אדער נישט.

Re: 'עוף בראקל' שערוריא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 3:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון די חברי הנהלת העדה החרדית האט מיר געזאגט אז זיי זענען מיטגעשטאנען אלע יארען ביים זוכען א נייעם עוף. פאר עפעס א סבה האבען זיי געהאלטען אז די אלטע איז נישט אזוי אייאייאיי. זיי האבען טאקע טענות אויף דער ראב"ד פאר׳ן זיך צוריק ציען.

דער בני ברק׳ער שיטה איז שוין לאנג נישט אזוי איינשטימיג מיט די אלטע עופות, און זיי זענען מערער אויף איהר מסורה. זאגען זאגען זיי אז ס׳איז צוליעב גענעטישע טוישונגען, אבער מענטשען זאגען אז ס׳האט מיט די מסורה טענה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:23 pm
דורך איש את רעהו
הגאון די ראש בית דין שרייבט היינט:
111.jpg




מוראדיגע רייד שרייבט די ראב"ד
"אפילו אם כל גדולי ישראל יתירו, הוא באיסורו עומד".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:36 pm
דורך diff
מנוצט נאך אריזאנע ווייץ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 6:26 pm
דורך איך אויך
ר' אברהם רובין שרייט חי וקיים אז ער איז גאר דער וואס הרב וואזנער זצ''ל האט געשיקט קיין יוראפ נאכקוקען די זאך דעמאלטס ווען געוויסע האבען מערער געווען אז מען מישט אונזערע ווייסע עופות. לדבריו האט הרב וואזנער אנגענומען זיין בירור אז אלעס אין בעסטן ארדענונג און האט ווייטער געגעסן די עופות עד סוף ימיו.

ר' משה שאול קליין זאגט פונקט פארקערט. סאו בהכרח זאגט איינער פון זיי ליגנט, אנדערש קען נישט זיין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
diff האט געשריבן:מנוצט נאך אריזאנע ווייץ

דיףף: איך האב איהם באמת געוואלט פרעגן פארוואס אריזאנא ווייץ איז א נחלת יחיד. אדער א פרי דמיון פון זיין פארדרייטע, פארקרומטע אגענדא. נאר איך האב נישט געוואלט פארדרייען דעם כיוון פונ'ם אשכול...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:56 pm
דורך אישתישבי
איך זעה נישט וויאזוי אריזאנע ווייץ קומט אריין דא, חוץ אויב דער פראבלעם פין אריזאנע ווייץ איז אז עס האט נישט קיין מסורה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 7:43 am
דורך איש את רעהו
די בריוו פון ראש בית דין שטעלט אהער א צוזאמשטעל פון השקפה אז חלילה צו מערער זיין אויף די אלטע עופות, ומתוך זה אסר'ט ער גאר שארף די ברקל הינער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 7:52 am
דורך diff
וועלכע בי"ד. די השקפה בי"ד

דער לאנג ערווארטערטע פסק

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:52 pm
דורך אישתישבי
חלק א'

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:53 pm
דורך אישתישבי
חלק ב'

נשלח: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 2:56 pm
דורך אישתישבי
די מערערים אויף אונזערע עופות טענה'ן אז די עופות טוישען זיך יעדעס יאר, און ער זאגט מיט א פשטות אז מען ווייסט שוין פין צוואנציג יאר צוריק, פאסט אפילו נישט פאר אים צו זיין אזוי איגנארענט.

יעצט איז די שאלה צו די זאלונים וועלען עס דוקא יא מכשיר זיין, און פסל'ן די אנדערע עופות וואס ר' אהרן זאגט אז מען טאר נישט מוציא לעז זיין!!!