בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 2:51 pm
דורך יין שרף
מערקט אן די 'קאראנא' שטראלן פון ארום די זון. (בילד גענומען אין ראקלענד קאונטי נ.י. פון מיין טעלעפאן, דורך די ספעציעלע עקליפס ברילן)
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 3:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעיקוואד
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:24 pm
דורך היסטאריקער
ע.... ה...... זאגט אז ס'איז די ערשטע מאהל אין לעבן וואס ער דאווענט שחרית ביים עלות.....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 6:32 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:42 am
דורך וואלווי
ממעקים קראתיך ה', זעירא דמן חבריא אין די דיעפ סאוט אין טענעסי וועלי דאווענט ותיקין ביים נץ צוזאמען מיט'ן שקיעה אויף איינמאל:
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:10 am
דורך וואלווי
יאפ, ס'געווען עכט טינקל!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 4:17 am
דורך וואלווי
א ווארימע געזעגענען מיט א גוטע נאך טעם פון southern hospitality :
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר באדערט עפעס דא.
ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:11 am
דורך [NAMELESS]
דאכט זיך מיר אז די לבנה האט געהאט א ענליכע שאלה...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב אלץ געמיינט אז די לבנה האט אויך געוואלט זיין גרויס. א נייעם פשט!
Re:
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:22 am
דורך טרויבן88
אונזער באליבטן ר' מנשה פיליפ
IMG_20170822_172129.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:03 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר באדערט עפעס דא.
ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?
וואס פארא פנים וואלטן געהאט די אלע "שמעלקע'ס" פון [tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] ארטיקלען ווען זיי קענען נישט מסביר זיין פאר זייערע ברוך הבא'ס חמשה עשר בשבט אין ניו יארק אז זיי זענען אזוי גע'טענד געווארן אין מיאמע..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 12:11 pm
דורך ליפא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מיר באדערט עפעס דא.
ביי אונז איז געווען א 75% עקליפס, הייסט'ס דריי פערטל פון דער זון איז פארשטעלט געווארען. און ס'איז געווען כמעט אזוי ליכטיג ווי נארמאל. אן די וואלקענעס, וואלט עס מסתמא געווען אינגאנצן נארמאל. פרעג איך אייך, וואס פעלט אויס אזא גרויסע זון, טאמער א פערטל איז גענוג?
גיי קאלל דעם אייבישטן. ס'איז מסתמא דא אן 800 נאמבער. אדער א וועבסייט וואו מ'קען ריעטשן דעם באשעפער. און פרעג איהם. אויך שלאג פאר דיינע הצעות פאר ענערדזשי סעיווינג. אפשר נאך 5777 יאר וועט ער זיך בארעכענען און רעדיוסן די ענערגיע פון די זון, כדי צו סעיוון עלעקטריק. נאר דאס לעצטע מאל איינער איז געגאנגען קאמפלעינען אויף זיין חבר, האט דער אייבישטער געהייסן מ'זאל איהם/איהר אליינס רעדוצירן. שוואכער מאכן...!
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:58 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א גאנצע צייט, פאר דער עקליפס, האט מיר עפעס געשטערט ביים זע׳עו די אלע רעקלאמעס פאר עקליפס בריללען.
טאמער ס׳איז טאקע אזא סכנה, וואס איז געשען אין 1962? מ׳האט איין בלינדע מענטש געטראפען פון די גאנצע אמעריקא. עפעס שטימט דא נישט, ס׳וואלט געמוזט זיין פיהל מער.
איך האב נישט געוואלט זאגען עפעס וואס קען קאלייע מאכען, האב איך מיין צונג געביסען, אבער איך קלער אז ס׳איז מער הייפ ווי אמת. יא, ס׳איז מעגליך, אבער נישט מסתבר. עכ"פ, אזוי קלער איך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:11 pm
דורך berlbalaguleh
ס'קען זיין אז נאך אן עקליפס איז טאקע געווען עטליכע פעלער פון בלינדקייט. אבער ס'איז געקומען מחמת אנדערע סיבות. און מ'האט עס תולה געווען אין דעם. נאר קיינער וויל נישט נעמען א ריזק און אויסטרייען אויף זיך...און וויבאלד אין אמעריקע איז דאך אלעס א ביזנעס. אזוי ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט קאלווין קולידזש האט זיך אויסגעדרוקט, אז די ביזנעס פון אמעריקע איז ביזנעס...האטציך עס פיין אויסגעארבעט. און געוויסע (א סאך) מענטשן האבן שיין פארדינט פון דעם עסק...!
Re: "the great American eclipse" ער"ח אלול תשע"ז
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 10:28 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'קען זיין אז נאך אן עקליפס איז טאקע געווען עטליכע פעלער פון בלינדקייט. אבער ס'איז געקומען מחמת אנדערע סיבות. און מ'האט עס תולה געווען אין דעם. נאר קיינער וויל נישט נעמען א ריזק און אויסטרייען אויף זיך...און וויבאלד אין אמעריקע איז דאך אלעס א ביזנעס. אזוי ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט קאלווין קולידזש האט זיך אויסגעדרוקט, אז די ביזנעס פון אמעריקע איז ביזנעס...האטציך עס פיין אויסגעארבעט. און געוויסע (א סאך) מענטשן האבן שיין פארדינט פון דעם עסק...!
ווי למשל כינע, וואס האט פארקויפט די סארטן ברילן צוויי מאל, איינמאל די פאלשע און נאכדעם וואס נאסא איז געוואר געווארן אז ס'ווערט א נפיחה, האט מען געדארפט איבערקויפן