געפילטע פיש האט געשריבן:town1 האט געשריבן:איז וויבאלט א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען און א נישט גוטע סביבה?town1 האט געשריבן:איז ווייל די האסט חברים זענען פארפאלן געווארן פון אידישקייט אין ישיבה דארף א בחור גיין און קאלעדזש?
די כאפסט אז דעי צוויי שאלות זענען א תרתי דסתרי?
אויב א בחור האלט נישט ביים לערנען זאל ער זיך דרייען אין א נישט גוטע סביבה? וועלכע נישט גוטע סביבה? קאלעדזש? איך האב דאך חבירים וואס זענען אפגעפארען וויבאלד זיי זענען געווען אין ישיבה, העטען זיי געגאנגען ארבעטן\קאלעדזש איז זייער מעגליך זיי וואלטן נאך געווען אידן.
און ניין, איך זאג נישט קיין איינס פון דעי זאכן, וואס איך זאג איז אז מ'קען גיין צו קאלעדזש, נישט אן קעמפעס אין א קא-עד דארם, נאר וואונען אינדערהיים אדער אין א מיר'ע דירה און בייטאג גיין אין קאלעדזש. איי ס'דא דארט מיידליך? נא, וויפיל ארבערטארערס ארבעטן מיט מיידליך? וועלכע אפיס ארבעטער ארבעט נישט מיט מיידליך?
א חבר האט מיר אמאל פארציילט אז ווען ער מיט זיין חברותא זענען ארויס פון כולל איז זיין חברותא געגאנגען לערנען אין א געמישטע קאלעדזש, אבער זיין ווייב האט עם נישט געלאזט גיין אהין איז ער געגאנגען אין איינע פון די היימישע קאלעדזשעס אין א קלאס נאר מיט מענער, נאך די פאר יאר זענען זיי בידע געגאנגען ארבעטען, און דער וואס איז געגאנגען אין די מיקסט קאלעדזש איז אין א פראפעשען וואס ער האט כמעט גארנישט צו טוהן מיט קיין פרויען, און דער וואס איז געגאנגען אין די אלל מעיל קלאס ארבעט א גאנצע טאג מיט פרויען און האט א שטארקע קשר מיט זיי, און אווער טיים זענען זיי געווארן זייער נאנט, נא, איז האט זיך געלוינט די געשעפט פאר די פרוי וואס האט נישט געטראסט איר מאן צו גיין אין א געמישטע קלאס? ווער האט מער נסיונות אינעם טאג טעגליכן?
דאס מיינט נאכנישט אז מען מעג גיין אין קאלעדזש